- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,355
- רעאקציע ראטע
- 6,834
- פונקטן
- 943
דהיינו? לויט וועלכע דעות? ביטע שמועס אויס
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דהיינו? לויט וועלכע דעות? ביטע שמועס אויס
לויט דעם טור, שולחן ערוך, און אלע נושאי כלים.
אלע "איך פאסט ביז" גייען אריין אין די גדר פון "נישט פאסטן" (לעניית דעתי)א מין פאררוקטע אנקעטע.
עס פעלן מיליאנען אפציעס:
צום אנקטעט, פאסט איך ווייל איך וויל אויסדרוקן סאלידאריטעט מיט די צרות און פיין וואס מיין פאלק איז אריבער.
- איך פאסט ביז צוויי אזייגער און דעמאלטס פאסט איך אויס אויף ראגעלעך.
- איך פאסט ביז דריי אזייגער און דעמאלטס טרונק איך א קאווע.
- איך לאז מיין עלטסטע טאכטער פאסטן, אבער נישט מיין יונגערע ווייל זי האט פיבער.
- איך פאסט ווייל איך האב נישט וואס צו עסן.
- וכו' וכו'.
קענסט נישט עסן אן די ארומיגע זאלן זען?אלע "איך פאסט ביז" גייען אריין אין די גדר פון "נישט פאסטן" (לעניית דעתי)
יא, ס'איז אמת אז ספעלט אפציעס, אני הקטן למשל, פאסט ווייל איך האב נישט קיין ברירה, אויב מיינע ארומיגע וואלטן מיך געזען עסן, וואלטן זיי מיר דערווארגן אויפן פלאץ.
דער מקור צו די פיר תעניתים - צום הרביעי, צום החמישי, צום השביעי און צום העשירי - געפונט זיך אין נבואת זכריה (פרק ח, פסוק י"ט), ווי דער פסוק זאגט:
כֹּה אָמַר ה' צְבָאוֹת, צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי וְצוֹם הַשְּׁבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִירִי, יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה..."
דער נביא דערמאנט דא פיר תעניתים וואס זענען געווען לכתחילה נאר ווי מנהגי אבלות אויפן חורבן בית המקדש הראשון, און אין תקופת שיבת ציון איז געווען די שאלה צי מ’דארף זיי ווייטער פאַסטן.
דער צום אין חודש תמוז, מיינט לכתחילה לכאורה ט׳ בתמוז, וויבאלד אין ירמיהו (פרק נ״ב, פסוק ו–ז) ווערט געשריבן אז אין דעם טאג איז די חומה פון ירושלים געפאלן:
בַּחֹדֶשׁ הָרְבִיעִי בְּתִשְׁעָה לַחֹדֶשׁ... וַתִּבָּקַע הָעִיר."
זעט מען, אז דער צום הרביעי — וואס איז דער צום לזכר שבירת החומה — איז געווען ט׳ בתמוז אין ימות הבית הראשון.
אבער אין מסכת תענית (דף כ"ו ע"ב) ברענגט די משנה:
חמשה דברים אירעו את אבותינו בשבעה עשר בתמוז..."
און איינס פון זיי איז:
"הובקעה העיר."
די גמרא פרעגט דארט אויף דעם סתירה צו ירמיהו, וואס זאגט ט׳ תמוז, און ענטפערט (תענית דף כ"ח ע"ב), אז אין בית ראשון איז די חומה געפאלן ט׳ בתמוז, אבער אין בית שני איז זי געפאלן י"ז בתמוז - און דער צום איז נקבע געווארן על פי המאורע האחרון, י"ז בתמוז.
קומט אויס, לויט חז"ל, אז דער צום וואס מיר פאַסטן היינט - י"ז בתמוז - איז נישט די "צום הרביעי" פון ירמיהו, נאָר א שפעטערע קביעה פון חז"ל, אויפן יסוד פון וואס איז געשען ביים צווייטן חורבן.
אלזא:
צום הרביעי מיינט לכתחילה ט׳ תמוז - דער טאג וואס ירושלים'ס חומה איז געפאלן ביים בית ראשון.
חז"ל האבן אבער מסדר געווען דעם צום אויף י"ז בתמוז, צוליב וואס דארט איז די חורבן געווען אינעם בית שני.
אבער דא קומט דער קנייטש: אין די תקופת פון בית שני זענען בכלל די תעניות נישט געווען א חיוב גמור, נאר תלוי בציבור.
ערשט נאך חורבן בית שני האט מען קובע געווען די תעניות בתור תעניות דרבנן קבועים.
קומט אויס, אז שבעה עשר בתמוז איז א לעגיטימע תענית, פונקט ווי די אנדערע.
ששש....איך פאסט ווייל איך פיל משוגע פאָני צו זיין זאט אין א פאסט טאג ווען יעדער הונגערט.
נאופ. איך בין ארומגענומען א גאנצן טאג...
קענסט דיך אפילו נישט אריינכאפן אין ביהכ״ס מיט אן עפל, אדער אראנדש, אדער בענענע, אדער אן Energy Bar אדער עפעס וואס?
זעהט אויס אז די פרויען וואס דאווענען מנחה יעדן טאג פאסטעןאינטערעסאנט פארוואס ביי די ליטווישע פאסטן יא די פרויען מער ווי די חסידישע
איך בין נישט אינטערעסירט צו אויסשפילן די סיסטעם, און זיך לויפן באהאלטן עסן. אויב איך קען נישט עסן נארמאל, וועל איך ענדערש פאסטן, סוף כל סוף איז עס נישט "אזוי" שווער, כ'זאג נאר אז כ'וואלט געקענט באשטיין צו קענען עסן ווי א נארמאלע מענטש.קענסט דיך אפילו נישט אריינכאפן אין ביהכ״ס מיט אן עפל, אדער אראנדש, אדער בענענע, אדער אן Energy Bar אדער עפעס וואס?
(ווי יענע סטאָרי מיט די פוילישע גוי׳טע)
נאר די סיסטעם מעג
וואס זאל איך דיר זאגן?
מ׳רעדט פון תשעה באב אויךרעדט מען דא נאר דווקא פון שבעה עשר בתמוז, אדער אלע אנדערע תעניתים אחוץ תשעה באב און יום כיפור דארף מען אויך נישט פאסטן?
וואלט געווען געשמאק צו זיצן תשעה באב אויף דער ערד, זאגן די קינות מיט א געשמאקע סענדוויטש.....מ׳רעדט פון תשעה באב אויך
(יום כיפור איז די איינציגסטע מדאורייתא)
וואס איז געווען דיין ענטפער דערויף?עכט האבן זיי נישט געהייסן אזוי, אבער דאס איז א זייטיגע שמועס א מ'קען עס אנהענגן אויף חז"ל וויי נאט
עיין מסכת ר"ה דף י"ח איז פארהאן א גאנצע סוגיא דערוועגן
אן א מראה מקום, סתם ווי א טריקענע שטיקל פיש.
און דיין ענטפער איז ווייטער ווי א טריקענע שטיקל פיש
ווילאנג קיינער זאגט נישט פארקערט, האב איך נישט וואס צו אויסשמועסן.
דאס וואס דו זאגסט אז אין תקופת בית שני איז עס געווען תלוי בציבור איז נאר לגבי ת"ב משא"כ די אנדערע ד' תעניתים האט מען בכלל נישט געפאסט. און דאס וואס מ'פאסט היינטצוטאגס איז טאקע נאר יא תלוי ברצון העם און דאס איז טאקע די מחלוקת צווישן די ראשונים, דער רמב"ן, רשב"א, רא"ש און נאך און די סיבה פארוואס מ'האט היינט אנגענומען צו פאסטן איז לכאורה וועגן דער רמ"א.אבער דא קומט דער קנייטש: אין די תקופת פון בית שני זענען בכלל די תעניות נישט געווען א חיוב גמור, נאר תלוי בציבור.