דו פלאנסט צו פאסטן?

דו פלאנסט צו פאסטן?

  • איך וועל פאסטן פשוט ווייל כ'בין צוגעוואוינט און ס'מיר נישט שווער

    Votes: 18 36.7%
  • איך לאז נישט מיינע טעכטער פאסטן און מיין ווייב פאסט אויך נישט

    Votes: 22 44.9%
  • איך האב נישט קיין פראבלעם אז מיין ווייב אדער חברים זעהן אז איך פאסט נישט

    Votes: 8 16.3%
  • דעי יאר איז די ערשטע מאל וואס איך וועל נישט פאסטן שבעה עשר בתמוז

    Votes: 1 2.0%

  • Total voters
    49
''געפאסט'' ווייל איך בין א איד און איך טריי צו פאלגן וואס שטייט און די תורה שו''ע ב''ה ספילט גוט צו אויספערן עפעס וואס איך וויל!
פארוואס איך וויל איז שוין א צווייטע קשיא קודם די פשוטע האב איך געשריבן אויבן און צווייטנס איך בין געבוירן געווארן און דע טשאלנט טאפ און דא גיי איך שטארבן סמאכט נישט קיין חילוק וואס איך טוה איז טראכט איך אז סאיז נישט אזוי געפירליך ווי מקען פאסטן און אלע אנדערע גוטע און משוגענע זאכן און פילן אז מבלאנגט ווי מען איז, ווייל מיין פיזור הנפש פון נישט פאסטן אדער וכו איז אסאך ערגער ווי אויסצוקוקן ווי צו צומישטע נשמות וואס טרייען זיך ארויס צווואלגערן פונעם טשאלנט און עס געלאנגט נישט און טרעפן זיך ביי די 45 נישט אינסייד נישט אינדערויסן נישט אהין נישט אהער בקוציר צחושט און צומישט...

איז פאר מיר אוז גרינגער צו מער ווייניגער מיטהאלטן און מיטטייטלען און זיין א חלק פון די סיסטעם, וויפל איך האלט איך דארף טוהן פאר מיינע ווירדן און מנוחת הנפש,

פאר איינער וואס האלט א תפילין איז א שווארצע קעסטל וואס ארויסגעזויגן פון פינגער קען נאך אלס טרעפן א געוויסע באדייט אויב מען זיכט גוט און די לעבן ווי אונז זעממער, Meaning to say איך מוז טרעפן א באדייט און דאס לעבן ווייל אנדעם איז צרות ווי א טראק! עווענושטעלי קראכט עס...
 
פיין און איך רעספעקטיר דיך דערפאר, הודו ולא בוש, דו ווילסט פשוט האבן א גרינגער לעבן און דערפאר פאלגסטו אלעס.

אבער דעמאלטס האט עס גארנישט צו טוהן מיט דעם
''געפאסט'' ווייל איך בין א איד און איך טריי צו פאלגן וואס שטייט און די תורה שו''ע ב''ה ספילט גוט צו אויספערן עפעס וואס איך וויל!
דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן.
איינס איז זיין א איד, פאלגן דעם ש"ע.
און ס'אנדערע איז זיין א וואויל אינגעל און פאלגען דעם סיסטעם ווייל דו ביסט פשוט באקוועמער אזוי און דאס מיינט אז העפפען טו בי אז דו ביסט געבוירן א איד, ווען אבער דו וואלסט ווען געבוירן געווארן א קריסט אדער סיי וועלכע אנדערע רעליגיע וואלסטו ווען געוואלט זיין א וואויל אינגעל און אויסגעפאלגט יענע רעליגיע
 
איך הייב שוין אן צי טראכטן וואס איז מער קאמפלעצירט, די שאלות אויף די פאול, צי די לאנגע תרוצים פון די וואס פאסטן יא..
 
פארקערט. אויב ער ווייזט פאר זיין משפחה וואס גדולים האבן געהאלטן וועגן דעם קען עס זיי אויך העלפן און אמאל קען דאס אפילו זיין די ערשטע שריט וואס קען אים ברענגען נענטער צו זיין גאולה

וועלכע גדולים?
און פון וואס לייזט אים עס אויס?
 
גראדע איז פאסטן גאר א געזונטע זאך פאר די קערפער, סתם אזוי גוט צו טון מזמן לזמן.
בכלל, אויב דו קענסט ביטע אויסברייטערן, וואס מיינט "ס'איז געזונט"...

איך גיי לעבן לענגער?
ווייניגער אויסגעשטעלט צי יענע מעשה?
וואקן גרינגער סטעפס?

ווי קען מען עס פאקטיש איינקעשן דעי "געזונט"?
 
אז פאסטן איז אזוי געזינט, קענסט דיך שוין פארשטעלן ווי געזינט ס'איז צי עסן...
עסן איז גוט, אבער נאר ווייניג, ווי מער א מענטש עסט אלץ ווייניגער געזונט און קלוג איז ער.

איך קען עס געווענליך א וואך ווייניגער ווי אנדערע עסן אין א טאג, איך בין שטערקער ווי רוב מענטשן, און מיין מח איז קריסטאל קלאר
 
איבערעסן איז זיכער נישט געזונט, אבער ״ווייניג״ עסן קען ביי יעדן מיינען עפעס אנדערש

אזוי לאנג ווי דו געבסט דיין קערפער די וויכטיגסטע nourishment וואס ס׳פעהלט אויס פאר׳ן געזונט איז גוט. (אסך גייען לויט די daily recommended diet) ס׳וויכטיג צו מאכן זיכער נישט צו זיין undernourished
זעהט אויס אז דו עסט גענוג פון געזונטע עסן וואס האט פּראטין און b vitamins אז דיין מח איז קלאר, אבער ס׳באקאנט אז אין לב טהור האט מען נישט געלאזט די קינדער עסן טשיקן אדער אנדערע געזונטע פראטין וואס איז רייך ווי טשיקן אין בּי ווייטאמין, און ס׳העלפט די מח גוט פינקציאנירן -
און מיט דעם האבן זיי געטרייט צו האבן מער קאנטראל אויף די קינדער (דורכ׳ן פרובירן זיי מאכן שוואך אז זיי זאלן זיך נישט קעגן שטעלן)

Malnutrition (נישט גענוג פון די בּעיסיק עסן וואס דער גוף דארף האבן צו פונקציאנירן) קען גורם זיין אסך געזונט פראבלעמען
 
לעצט רעדאגירט:
פיין און איך רעספעקטיר דיך דערפאר, הודו ולא בוש, דו ווילסט פשוט האבן א גרינגער לעבן און דערפאר פאלגסטו אלעס.

אבער דעמאלטס האט עס גארנישט צו טוהן מיט דעם
דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן.
איינס איז זיין א איד, פאלגן דעם ש"ע.
און ס'אנדערע איז זיין א וואויל אינגעל און פאלגען דעם סיסטעם ווייל דו ביסט פשוט באקוועמער אזוי און דאס מיינט אז העפפען טו בי אז דו ביסט געבוירן א איד, ווען אבער דו וואלסט ווען געבוירן געווארן א קריסט אדער סיי וועלכע אנדערע רעליגיע וואלסטו ווען געוואלט זיין א וואויל אינגעל און אויסגעפאלגט יענע רעליגיע
ביידע קענען זיין אמת
 
גראדע איז פאסטן גאר א געזונטע זאך פאר די קערפער, סתם אזוי גוט צו טון מזמן לזמן.
אין די ראשונים איז מבואר אז די טעם פארוואס ביי א ברית מאכט מען חוץ די ברכה 'על המילה' אויך די ברכה 'להכניסו בבריתו של אברהם אבינו', כדי מ'זאל נישט זאגן אז מ'מאכט עס לשם 'מורנא'.

די זעלבע זאך ווען איך פאסט, האב איך אינזין בפירוש שלא לשם געזונטהייט, נאר לשם מקיים צו זיין די רצון השם. (יוה"כ מצוות עשה, תשעה באב מצווה דרבנן, שבעה עשר בתמוז עשרה בטבת צום גדליה אל תטוש תורת אמך, תענית אסתר מחלוקה, ערב ר"ח אלול א' סליחות ערב ר"ה שלש עשרה מדות לשם תשובה).

איי וואס גייט מיך אן צו אינזין האבן אויך די חלק ה'געזונטהייט?

אז אויב די חכמי הקרעמל וועלן מחליט זיין אז למעשה איז נישט געזונט צו פאסטן, וועל איך ווייטער פאסטן אזוי ווי די אייבישטער האט געהייסן.

(די פיר לעצטע תעניתים איז נישט קיין חיוב, איך האב עס נאר צוגעברענגט לרווחא דמילתא).
 
די גאנצע אשכול איז קוים מיט אפאר תעניתים א יאר....

איך בין נייגעריג וויפל אשכולות עס איז דא אויף די אראבישע קרעמעל, איבער פאסטן ראמאדאן...
 
Back
Top