די בעש"ט זאגט נישט סתם א שיינע ווארט דא דארט. ער רעדט פון זיין מיסטיש'ן בליק (חזיון, מעוף רוחני, טריפ) אויף אלעס. פארדעם זענען זיינע ווערטער געקניפט איינס מיטן צווייטן, מ'דארף אמאל הערן אפאר תורות צו פארשטיין איין תורה.
אותיות איז א ריזן זאך ביים בעש"ט. כ'פראביר צוזאם נעמען אפאר תורות איבער דעם צו בעז"ה דשוינען זיין טריפ. וזה החלי:
ס'דא א דרך אין כוונת התפילה פונעם בעש"ט צו זעהן די אותיות במחשבה. (ווען מ'זאגט ברוך זעהט מען דעם ווארט ברוך, א.א.וו.) אפי' אהן טראכטן פירוש המילות, ווען מ'איז בקטנות המוחין.
אגב. מ'דארף נישט זעהן דעם ווארט קלאר, ווי אזוי מ'זעהט עס איז גוט, בלי לחץ. (כך שמעתי מ'עובד ותיק)
היות די כ"ב אותיות התורה זענען לבושים און היכלות פון אלהות (ווייל אנא נפשי כתבית יהבית), קען מען זיך באהעפטן מיטן באשעפער דורך זיי. (אויב מ'כאפט אהן איינעם ביי זיין קלייד, כאפט מען איהם נאכאלס אהן.)
[דאס רירט אהן דעם תורה פונעם בעש"ט אז אנכאפן א חלק איז אנגעכאפט די גאנצע. אויב מ'כאפט אהן איין אבר, כאפט מען נאכאלס אהן דעם (גאנצן) מענטש. די זעלבע איז ווען מ'כאפט זיך אהן צום ווארט, כאפט מען זיך אהן מיטן באשעפער דורך דעם. ס'דאך נישטא קיין צוויי באשעפער'ס, דו ביסט באהאפטן מיט איהם איז נישט קיין חילוק פון ווי.
ווי אויך איז דאס פארבינדן מיטן תורה פון במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא. מיטן טראכטן פונעם ווארט איז מען דארט]
די אויפטוה פון דעם זאגט שוין די בעל שם טוב פארשידענע תורות.
א. די אותיות איז א זאך פאר זיך און ס'איז דא א בחינה פון דביקות בהאותיות, און דורכדעם איז מען דבוק אינעם באשעפער אליין.
[עד כדי כך, אז אמאל ציהט מען אויס א ווארט (אפי' מ'האט שוין אינזינן געהאט די פירוש, כוונות וכדו') פון גרויס דביקות צום ווארט]
ב. מיטן אריין לייגן דעם גאנצן זיך אינעם אות, מאכט מען דעם אות שיינען, (היינטיג גערעדט. פון סתם "רעדן" ווערט עס "עקספּרעס'ן"). צֹהר תעשה לתיבה, בא אתה וגו' אל התיבה. (און מיט דעם געבט מען שפייז פאר די שכינה).
ג. דאס איז אלעס פון אונזער זייט, אבער איינמאל מ'איז אינערווייניג אינעם ווארט איז מען דאך באהאפטן מיטן פנימיות האותיות, יעצט פארדינט מען שוין פון די אותיות.
מ'קען אריין קוקן אינעם אות צו זעהן מראש העולם ועד סופו.
ד. דעם פּיעק פונעם חידוש איז, מ'קען דאווענען צו די אותיות און בעהטן פון זיי, והיינו פונעם אלהות וואס איז אין זיי אז ער זאל העלפן (די אותיות) מ'זאל זיי קענען זאגן מיט אן אמת'ע כוונה און לשמה.
(איי יעדע שטיין איז דאך אויכעט נאר אלהות, און מ'קען נישט בעהטן פון די אלהות וואס איז אין זיי. כ'מיין אז די חילוק בקיצור איז אז ס'איז דא א לעוועל אינעם סדר השתלשלות וואס די אור השם הייסט נאך אלהות וואס מ'קען צו דעם דאווענען, און ס'איז דא א לעוועל ווי ס'הייסט שוין נברא.)
ה. מ'קען עס ניצן צו זיין בדביקות אפי' ווען מ'רעדט צו מענטשן, דורכ'ן טראכטן פון די אותיות פון די ווערטער.
ו. מ'קען מעלה זיין די אותיות דורך זיי זאגן מיטן אמונה אז אין די פנימיות האותיות איז שופע דעם אור אין סוף.
ז. דעם גרויסן סוד פון צירופי אותיות שנבראו בהם שמים וארץ. (די וועלט ווערט דאך באשאפן יעדע רגע מאין ליש. איינס פון די סטעידש'עס פונעם אור השם וואס ווערט פארמירט פון אין ליש איז אין די פארעם פון אותיות.) מ'קען פארעם'ען דעם כלי פונעם אור הפשוט אין וועלכע וועג מ'וויל דורך טוישן פון צרה צו רצה און צהר.