דאווענען צו די אותיות?!

שבתי

היימישער קרעמלער
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
59
רעאקציע ראטע
370
פונקטן
63
די בעש"ט זאגט נישט סתם א שיינע ווארט דא דארט. ער רעדט פון זיין מיסטיש'ן בליק (חזיון, מעוף רוחני, טריפ) אויף אלעס. פארדעם זענען זיינע ווערטער געקניפט איינס מיטן צווייטן, מ'דארף אמאל הערן אפאר תורות צו פארשטיין איין תורה.

אותיות איז א ריזן זאך ביים בעש"ט. כ'פראביר צוזאם נעמען אפאר תורות איבער דעם צו בעז"ה דשוינען זיין טריפ. וזה החלי:

ס'דא א דרך אין כוונת התפילה פונעם בעש"ט צו זעהן די אותיות במחשבה. (ווען מ'זאגט ברוך זעהט מען דעם ווארט ברוך, א.א.וו.) אפי' אהן טראכטן פירוש המילות, ווען מ'איז בקטנות המוחין.

אגב. מ'דארף נישט זעהן דעם ווארט קלאר, ווי אזוי מ'זעהט עס איז גוט, בלי לחץ. (כך שמעתי מ'עובד ותיק)

היות די כ"ב אותיות התורה זענען לבושים און היכלות פון אלהות (ווייל אנא נפשי כתבית יהבית), קען מען זיך באהעפטן מיטן באשעפער דורך זיי. (אויב מ'כאפט אהן איינעם ביי זיין קלייד, כאפט מען איהם נאכאלס אהן.)

[דאס רירט אהן דעם תורה פונעם בעש"ט אז אנכאפן א חלק איז אנגעכאפט די גאנצע. אויב מ'כאפט אהן איין אבר, כאפט מען נאכאלס אהן דעם (גאנצן) מענטש. די זעלבע איז ווען מ'כאפט זיך אהן צום ווארט, כאפט מען זיך אהן מיטן באשעפער דורך דעם. ס'דאך נישטא קיין צוויי באשעפער'ס, דו ביסט באהאפטן מיט איהם איז נישט קיין חילוק פון ווי.

ווי אויך איז דאס פארבינדן מיטן תורה פון במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא. מיטן טראכטן פונעם ווארט איז מען דארט]

די אויפטוה פון דעם זאגט שוין די בעל שם טוב פארשידענע תורות.

א. די אותיות איז א זאך פאר זיך און ס'איז דא א בחינה פון דביקות בהאותיות, און דורכדעם איז מען דבוק אינעם באשעפער אליין.
[עד כדי כך, אז אמאל ציהט מען אויס א ווארט (אפי' מ'האט שוין אינזינן געהאט די פירוש, כוונות וכדו') פון גרויס דביקות צום ווארט]

ב. מיטן אריין לייגן דעם גאנצן זיך אינעם אות, מאכט מען דעם אות שיינען, (היינטיג גערעדט. פון סתם "רעדן" ווערט עס "עקספּרעס'ן"). צֹהר תעשה לתיבה, בא אתה וגו' אל התיבה. (און מיט דעם געבט מען שפייז פאר די שכינה).

ג. דאס איז אלעס פון אונזער זייט, אבער איינמאל מ'איז אינערווייניג אינעם ווארט איז מען דאך באהאפטן מיטן פנימיות האותיות, יעצט פארדינט מען שוין פון די אותיות.
מ'קען אריין קוקן אינעם אות צו זעהן מראש העולם ועד סופו.

ד. דעם פּיעק פונעם חידוש איז, מ'קען דאווענען צו די אותיות און בעהטן פון זיי, והיינו פונעם אלהות וואס איז אין זיי אז ער זאל העלפן (די אותיות) מ'זאל זיי קענען זאגן מיט אן אמת'ע כוונה און לשמה.

(איי יעדע שטיין איז דאך אויכעט נאר אלהות, און מ'קען נישט בעהטן פון די אלהות וואס איז אין זיי. כ'מיין אז די חילוק בקיצור איז אז ס'איז דא א לעוועל אינעם סדר השתלשלות וואס די אור השם הייסט נאך אלהות וואס מ'קען צו דעם דאווענען, און ס'איז דא א לעוועל ווי ס'הייסט שוין נברא.)

ה. מ'קען עס ניצן צו זיין בדביקות אפי' ווען מ'רעדט צו מענטשן, דורכ'ן טראכטן פון די אותיות פון די ווערטער.

ו. מ'קען מעלה זיין די אותיות דורך זיי זאגן מיטן אמונה אז אין די פנימיות האותיות איז שופע דעם אור אין סוף.

ז. דעם גרויסן סוד פון צירופי אותיות שנבראו בהם שמים וארץ. (די וועלט ווערט דאך באשאפן יעדע רגע מאין ליש. איינס פון די סטעידש'עס פונעם אור השם וואס ווערט פארמירט פון אין ליש איז אין די פארעם פון אותיות.) מ'קען פארעם'ען דעם כלי פונעם אור הפשוט אין וועלכע וועג מ'וויל דורך טוישן פון צרה צו רצה און צהר.
 
אפאר מקורות. כ'וועל בל"נ רעדאגירן און צולייגן מער.
כולכם מכובדים להוסיף.

ולאחוז בשעת דיבורו בה אל פנימיותה אור חיות אין סוף ברוך הוא השופע בתוך האותיות, ולקשור ולדבק חיותו הפנימי בחיות המושפע באותיות התורה, ועי"ז יהיה דבוק בו יתברך.
(מאור עינים ליקוטים ד"ה וצריך כל אחד)

כתבו הראשונים בראוי לידע סוד אחדותו ית', כי בכל מקום שאני תופס ואוחז בקצה וחלק מחלק האחדות, הרי אני תופס כולו, וכן שמעתי ממורי [הבעש"ט].
(תולדות יעקב יוסף יתרו ד"ה ונראה לי דיצא)

ואפי' כשמדבר עם בני אדם יחשוב רק באותיות הדברים ההם, והם גם כן מעשרים ושתים אותיות התורה.
(צוואת הריב"ש סי' קיא)

יחשוב כשמתפלל שבאותיות מתלבש השם יתברך.
(צוואת הריב"ש סי' קח)

קבלתי ממורי שעיקר עסק תורה ותפילה הוא שידבק את עצמו אל פנימיות רוחניות אור אין סוף שבתוך אותיות התורה והתפילה.
(תולדות יעקב יוסף ויצא ד"ה לולי דמסתפינא)

צֹהר תעשה לתיבה ואל אמה תכלנה מלמעלה וגו'. ריב"ש ע"ה אמר, צֹהר תעשה לתיבה, שתהיה התיבה שאדם מדבר בתורה ובתפילה מצהיר, כי יש בכל אות עולמות ונשמות ואלהות, ועולים ומתקשרים ומתיחדים זה עם זה, עם אלהות, ואחר כך מתיחדים ומתקשרים יחד האותיות ונעשה תיבה, ואחר כך מתיחדים יחודים אמיתיים באלהות, וצריך האדם לכלול נשמתו בכל בחינה ובחינה מהנזכר ואז מתיחדים כל העולמות כאחד ועולים ונעשה שמחה ותענוג גדול עד אין שיעור, וכו' ובמה אתה יכול לעשות כן, בא אתה וכל ביתך אל התיבה היינו בכל גופך וכוחותיך תבוא אל התיבה:
(צוואת הריב"ש דף ח' ע"ב)

לבקש מן האותיות ממש, וכמו ששמעתי פירושו מן אדוני אבי זקיני זללה"ה, פירוש מן סוד אלוה שבהם שיעזור להם לדבר האותיות בכוונת אמת לשמה, ועל ידי זה נמתקין כל הדינין בשרשן:
(דגל מחנה אפרים פ' בשלח)

ויש בזה עוד רמז עמוק ואבאר בקיצור נמרץ כי איתא אנכי ר"ת "אנא "נפשי "כתבית "יהבית והוא סוד הנפש ובתוכו סוד הרוח והנשמה כמו שאמר אא"ז זללה"ה בסוד תחתיים ושניים ושלישים תעשה כן הוא בסוד נפש רוח ונשמה והבן ובפירוש אמר לבקש מהאותיות היינו מסוד אור האלוהות אשר בתוכם ולבקש משם והבן:
(דגל מחנה אפרים פ' יתרו)
 
כ׳האב זייער הנאה פון דעם מאמר חסידות הגם ס׳איז היפש הויך פאר מיר פשוט׳ע איד... וואס איך נעם אבער יא ארויס דערפון באופן פשוט איז, אז זייער אסאך יהדות ווערט פראקטעצירט באופן חיצוני און דיסקאנעקשאן סיי טאקע ביים דאווענען און אפילו ביי עיקרי הדת, למשל, א איד קען ׳אפזאגן׳ אלע 13 אני מאמין׳ס אָן פארשטיין און זיך קאננעקטן צום תוכן דערפון...

ווערטער און אותיות האט בעצם קיין שום מיענינג פאר זיך אליין, ס׳איז נאר די הבנה און געפיל וואס האט וועליו. (כידוע קעמען זאגן די זעלבע ווערטער און ס׳וועט אלץ האבן אן אנדערע מיינונג לפי דעם תנועה מיט וואס ס׳ווערט געזאגט).

עכ״פ, נעם איך ארויס דערפון אז דער בעש״ט האט געמאָנט א פנימיות׳דיגע אידישקייט, צו זיין באמת מקושר דערצו בנפש רוח ונשמה...
 
עס איז דא א שיינער ספר פון האדמור מקאמארנא בית שמש הרב אליעזר סאפרין מיט שיעורים אויף דעם ווי ער איז עס אביסל מקרב אל השכל
 
שלום עליכם @mevakesh
שיין זיך צו טרעפן דא!

וועלכע ספר?
 
בעל שם טוב עמוד התפילה עם ביאור אור שבעת הימים
איך פרוביר צו לייגן א בילד און עס זאגט picture is too large
 
כ׳האב זייער הנאה פון דעם מאמר חסידות הגם ס׳איז היפש הויך פאר מיר פשוט׳ע איד... וואס איך נעם אבער יא ארויס דערפון באופן פשוט איז, אז זייער אסאך יהדות ווערט פראקטעצירט באופן חיצוני און דיסקאנעקשאן סיי טאקע ביים דאווענען און אפילו ביי עיקרי הדת, למשל, א איד קען ׳אפזאגן׳ אלע 13 אני מאמין׳ס אָן פארשטיין און זיך קאננעקטן צום תוכן דערפון...

ווערטער און אותיות האט בעצם קיין שום מיענינג פאר זיך אליין, ס׳איז נאר די הבנה און געפיל וואס האט וועליו. (כידוע קעמען זאגן די זעלבע ווערטער און ס׳וועט אלץ האבן אן אנדערע מיינונג לפי דעם תנועה מיט וואס ס׳ווערט געזאגט).

עכ״פ, נעם איך ארויס דערפון אז דער בעש״ט האט געמאָנט א פנימיות׳דיגע אידישקייט, צו זיין באמת מקושר דערצו בנפש רוח ונשמה...
אדער קען זײן זײ האבן געװאלט עפעס א װעג פון קענען מאכן יעדן פשוטן עם הארץ פיהלן װי כאילו ער טוהט אױף גדולות ונצורות מיט'ן ציען בײ קריאת שמע און קלאצן אױף די אותיות. אױך האט עס געדינט מסתמא א מיטל ארײנצוגײן אין א טראַנס, אין א דביקות אדער סארט מעדיטײשאָן.

און שפעטערע רעביס װי דער תולדות, ר' נחמן און דער בני יששכר האבן עס מיט זײער חכמה און ידיעות עס משפר געװען און אױסגעטײטשט טיפער למפרע.

איך געדענק איך האב געהאט א משגיח אין ישיבה, א פארגלױבטער געװען. ער פלעגט ספענדן שעות אין בית הקברות אלײנס. האט ער מיר אײן טאג פארגעשלאגן געלט אױב איך נעם זיך זאגן גמרא. סתם זאגן זיבן בלעטער גמרא יעדן טאג...
 
אדער קען זײן זײ האבן געװאלט עפעס א װעג פון קענען מאכן יעדן פשוטן עם הארץ פיהלן װי כאילו ער טוהט אױף גדולות ונצורות מיט'ן ציען בײ קריאת שמע און קלאצן אױף די אותיות. אױך האט עס געדינט מסתמא א מיטל ארײנצוגײן אין א טראַנס, אין א דביקות אדער סארט מעדיטײשאָן.
אין א וועלט ווי די מיינד לאזט נישט זיין פרעזענט זאל א מענטש'לע אפי' פאר אפאר מינוט זיין דאהי, באוויסטזיניג אז אלעס איז איינס כ'בין א חלק פון אלעס, גדולות ונצורות!
ס'איז דעם איין מינוט פון אמתע עקזיסטענץ, ישוב הדעת.

זייענדיג אינעם פלאץ פון 'איננער וויסדאום' ווי מ'פארשטייט גארנישט אבער מ'ווייסט אלעס ווייל מ'איז אלעס איז ביי מיר מער שפיץ ווי סיי וועלכע 'מיינד לופ' אין וואס איך פאל אריין רוב צייט.
 
@שעפטאל, דו קענסט װײל דו ביסט טאקע אלעס. אלע היטן טראגסטו.

װאס פארשטײ איך צו שילדערן געפיהלן אזױ גוט װי דיר!? די װערטער װאס דו נוצט צו דעסקרײבן געפיהלן ליגן ניטאמאל אין מײן װערטער אוצר. נעם א משל "איננער װיסדאם". א שאד. "די אותיות," װאס??!!
 
אלע היטן טראגסטו.
כ'האף דו לייגסט נישט ארויף קיין Abc דערויף... 😂

איך טראג נישט קיין היטן, זיי טראגן מיר...
(ווי דעם מימרא, איך עקספיריענס נישט דעם יונערווארס, די יונערווארס עקספיריענסט מיר.)
 
@שעפטאל, דו קענסט װײל דו ביסט טאקע אלעס. אלע היטן טראגסטו.

װאס פארשטײ איך צו שילדערן געפיהלן אזױ גוט װי דיר!? די װערטער װאס דו נוצט צו דעסקרײבן געפיהלן ליגן ניטאמאל אין מײן װערטער אוצר. נעם א משל "איננער װיסדאם". א שאד. "די אותיות," װאס??!!
ער מיינט מסתם די מאמר פון הלל
אם אין אני לי מי לי
וכשאני לעצמי מה אני
ואם לא עכשיו אימתי .
דער -וכשאני לעצמי מה אני- זאגט ווען דער מענטש איז זיך מתבונן אין זיין פלאץ אין די יוניווערס ווי ער איז קאנעקטעט צום אינסופי, איז ער עטליסט א פארט פון א באשאפער און איז כלול אין דעם בורא פון די בריאה, טאמער ער טראכט אפגיטהיילט, אז ער איז א יש - איז ער א -מה-לא נחשב לכלום
 
די בעש"ט זאגט נישט סתם א שיינע ווארט דא דארט. ער רעדט פון זיין מיסטיש'ן בליק (חזיון, מעוף רוחני, טריפ) אויף אלעס. פארדעם זענען זיינע ווערטער געקניפט איינס מיטן צווייטן, מ'דארף אמאל הערן אפאר תורות צו פארשטיין איין תורה.

אותיות איז א ריזן זאך ביים בעש"ט. כ'פראביר צוזאם נעמען אפאר תורות איבער דעם צו בעז"ה דשוינען זיין טריפ. וזה החלי:

ס'דא א דרך אין כוונת התפילה פונעם בעש"ט צו זעהן די אותיות במחשבה. (ווען מ'זאגט ברוך זעהט מען דעם ווארט ברוך, א.א.וו.) אפי' אהן טראכטן פירוש המילות, ווען מ'איז בקטנות המוחין.

אגב. מ'דארף נישט זעהן דעם ווארט קלאר, ווי אזוי מ'זעהט עס איז גוט, בלי לחץ. (כך שמעתי מ'עובד ותיק)

היות די כ"ב אותיות התורה זענען לבושים און היכלות פון אלהות (ווייל אנא נפשי כתבית יהבית), קען מען זיך באהעפטן מיטן באשעפער דורך זיי. (אויב מ'כאפט אהן איינעם ביי זיין קלייד, כאפט מען איהם נאכאלס אהן.)

[דאס רירט אהן דעם תורה פונעם בעש"ט אז אנכאפן א חלק איז אנגעכאפט די גאנצע. אויב מ'כאפט אהן איין אבר, כאפט מען נאכאלס אהן דעם (גאנצן) מענטש. די זעלבע איז ווען מ'כאפט זיך אהן צום ווארט, כאפט מען זיך אהן מיטן באשעפער דורך דעם. ס'דאך נישטא קיין צוויי באשעפער'ס, דו ביסט באהאפטן מיט איהם איז נישט קיין חילוק פון ווי.

ווי אויך איז דאס פארבינדן מיטן תורה פון במקום שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא. מיטן טראכטן פונעם ווארט איז מען דארט]

די אויפטוה פון דעם זאגט שוין די בעל שם טוב פארשידענע תורות.

א. די אותיות איז א זאך פאר זיך און ס'איז דא א בחינה פון דביקות בהאותיות, און דורכדעם איז מען דבוק אינעם באשעפער אליין.
[עד כדי כך, אז אמאל ציהט מען אויס א ווארט (אפי' מ'האט שוין אינזינן געהאט די פירוש, כוונות וכדו') פון גרויס דביקות צום ווארט]

ב. מיטן אריין לייגן דעם גאנצן זיך אינעם אות, מאכט מען דעם אות שיינען, (היינטיג גערעדט. פון סתם "רעדן" ווערט עס "עקספּרעס'ן"). צֹהר תעשה לתיבה, בא אתה וגו' אל התיבה. (און מיט דעם געבט מען שפייז פאר די שכינה).

ג. דאס איז אלעס פון אונזער זייט, אבער איינמאל מ'איז אינערווייניג אינעם ווארט איז מען דאך באהאפטן מיטן פנימיות האותיות, יעצט פארדינט מען שוין פון די אותיות.
מ'קען אריין קוקן אינעם אות צו זעהן מראש העולם ועד סופו.

ד. דעם פּיעק פונעם חידוש איז, מ'קען דאווענען צו די אותיות און בעהטן פון זיי, והיינו פונעם אלהות וואס איז אין זיי אז ער זאל העלפן (די אותיות) מ'זאל זיי קענען זאגן מיט אן אמת'ע כוונה און לשמה.

(איי יעדע שטיין איז דאך אויכעט נאר אלהות, און מ'קען נישט בעהטן פון די אלהות וואס איז אין זיי. כ'מיין אז די חילוק בקיצור איז אז ס'איז דא א לעוועל אינעם סדר השתלשלות וואס די אור השם הייסט נאך אלהות וואס מ'קען צו דעם דאווענען, און ס'איז דא א לעוועל ווי ס'הייסט שוין נברא.)

ה. מ'קען עס ניצן צו זיין בדביקות אפי' ווען מ'רעדט צו מענטשן, דורכ'ן טראכטן פון די אותיות פון די ווערטער.

ו. מ'קען מעלה זיין די אותיות דורך זיי זאגן מיטן אמונה אז אין די פנימיות האותיות איז שופע דעם אור אין סוף.

ז. דעם גרויסן סוד פון צירופי אותיות שנבראו בהם שמים וארץ. (די וועלט ווערט דאך באשאפן יעדע רגע מאין ליש. איינס פון די סטעידש'עס פונעם אור השם וואס ווערט פארמירט פון אין ליש איז אין די פארעם פון אותיות.) מ'קען פארעם'ען דעם כלי פונעם אור הפשוט אין וועלכע וועג מ'וויל דורך טוישן פון צרה צו רצה און צהר.
אינטערסאנט, אז ביי יעדן מענטש איז דא דאפּעלטע סעט׳ס כראָמאָסאָמען — פון פאטער און מוטער — פון 22 כראָמאָסאָמען, אחוץ די סעקס־כראָמאָסאָמען, גענוי אזוי ווי די כ״ב אותיות אין תורה
 
Back
Top