די געוואלדיגע חירות פסח ביים סדר טיש 🍷

לייביש הכהן

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 11, 2024
מעסעדזשעס
330
רעאקציע ראטע
1,206
געווען אמאל א איד, א גרויסע ארימאן, וואס האט פארמאגט א געבענטשע שטוב פיעל מיט קינדער. געוואוינט האט ער אין א קליין הייזקע, די צושטיפעניש דארט איז געווען גרויס.

ויהי היום, די ווייב איז ווידער אמאל מעובערת. דאס מאל אנשטאטס עס זאל זיי פרייליך מאכן, האבן זיי פשוט געקלאגט איבער די גרויסע דחקות וואס הערשט אין שטוב. נישטא קיין פלאץ ווי מ׳וועט קענען לייגן דעם קינד, ווידעראום שלאפן אין די מאמעס בעט קען מען דאך אויך נישט פאר אייביג…

אינגאנצן אובד עיצות זאגט די פרוי פארן מאן: גיי צום רב הערן אויב ער האט אן עיצה פאר אונז.

תיכף שטעלט ער זיך אויף, און גייט אריבער צום רב אין שטוב.
אריינקומענדיג רעד זיך דער איד אויס זיין הארץ: פלאץ איז נישטא, געלט איז נישט פארהאנען, מאפען צו א נייע הויז איז יעצט זיכער נישט קיין אפציע. טא אפשר האט די רב אן עיצה פאר מיר.

די רב שמייכלט, און רופט זיך אן צו אים: זיי מוחל, נעם אריין א ציגעלע אין שטוב פאר א וואך צייט, דערנאך קום צוריק צו מיר.

דער איד הייבט ברעמען, אבער פרעגט נישט קיין שאלות; אז די רב הייסט, טוט מען!

אנקומענדיג אהיים דערציילט ער פאר זיין ווייב וואס די רב האט אים געהייסן טאן. הערנדיג, נעמט זי זיך שרייען: בשום אויפן נישט, אלעס וועט דא שמיציג ווערן, די הויז וועט שטינקען, ועל כולם, וויפיעל שטיפעניש עס האט געהערשט ביז היינט, העט די שטיפעניש ווערן צען מאל מער... זיי מוחל זאג פארן רב ער זאל אריין נעמען דעם ציגעלע ביי זיך אין שטוב...

דער איד הערנדיג אזוינע רייד פון זיין ווייב, מוסר׳ט ער איר אויס: ״אמונת צדיקים״ ברויך מען האבן אפי ווען עס זעיט אויס שלעכט. פון פאלגן דעת תורה האט נאך קיינער נישט פארלוירן!

בלית ברירה איז זי מקבל מרת פונעם רב, און נעמט אריין דאס ציגעלע אין שטוב.

שטייט׳זיך אז די טענטשאן איז געווען גאר גרויס, זי האט נישט אויפגעהערט שרייען ווי מען ברויך אפהיטן דעם ציגעלע פון אריין קומען אין וועלכע צימער, ממש ווי חמץ פאר פסח… אפגערעד אז די געדרענג איז געווארן פיעל ערגער ווי ביפאר.

ענדליך נאך א וואך צייט לויפט דער איד אריבער צום רב און וויינט זיך אויס: רב לעבן, נישט נאר וואס ס׳איז נישט געווארן בעסער, נאר ס׳איז פיעל ערגער ווי ביז יעצט.

זאגט אים די רב: אזוי גאר? אויב אזוי נעם אריין נאך א ציג, און קום צוריק צו מיר נעקסטע וואך…

דא האט די איד זיך מער נישט געקענט איינהאלטן א שרייט צום רב, ״למדינו רבינו!״!! זאגט אים די רב; פאלג וואס מען הייסט דיר, כ׳זאג דיר צו אלעס וועט זיי גוט!

דער איד גייט אהיים און דערציילט דאס איבער פאר זיין אידענע, דאסמאל איז די קולות שוין געגאנגען פיעל שטערקער ווי א וואך פריער… צום סוף אבער האט דער איד ווידער מצליח געווען איבער צו רעדן זיין אידינע און פאלגן דעם רב.

פארט אבער, דאס מאל איז עס שוין מער נישט געווען אזוי פשוט ווי דעם פארגאנגענם וואך. אלע האבן געהאט צו הערן, און צו ליידן פון איר, מ׳האט קיין ערגעץ זיך נישט געקענט א ריר טאן אן איר רשות, און אויב יא, ״אחת דתו להמית״…!

בקיצור: נאך א וואך לויפט דער איד צוריק צום רב און שרייט: רב לעבן די מצב איז פיעל ביטערער, וואס האסטו דא געטון, כ׳קען מיר ממש נישט רירן אין שטוב…

זאגט אים די רב; יעצט נעם ארויס די צוויי ציגן, און קום צוריק צו מיר מארגן.

דער איד לויפט אהיים, כאפט אן די צוויי ציגן, טראגט זיי ארויס אינדרויסן, און שטיפט זיי אראפ פון בארג צום עזעזל אריין, דערביי שרייענדיג; טויט צום ציג, און טויט צום מאמען וואס האט געבוירן דעם ציג…

אריין קומענדיג אין שטוב, שפירט ער מיטאמאל א געוואלדיגע הרחבה, ס׳איז דא ווי זיך צו רירן…

גלייך לויפט ער צוריק צום רב, דערציילן די ״בשורה טובה״, שרייענדיג: רב כ׳בין א געהאלפענער, ס׳איז דא הרחבה ביי מיר אין שטוב!!! די רב האט צוריק געשמייכלט, זיך אנרופענדיג: זעסטו מיטן פאלגן דעת תורה פארלירט מען גארנישט…

די איד ענדיגט שמועסן מיטן רב, ונפרדו בשלום.

אויפן וועג, שפאצירנדיג צוריק אהיים ״שמח וטוב לב״, טרעפט ער זיין חבר, יענער פרעגט אים וואס ביסטו אזוי פרייליך?

דערציילט אים דער איד מיטן גאנצען שמחה וואספארא קליגע און גוטע רב מיר פארמאגן, ווי אזוי מיט זיין געוואלדיגע חכמת התורה האט ער אים אזוי גוט געהאלפן, אן אפי דארפן ארויס נעמען קיין שום פרוטה.

רופט זיך די חבר אן צו אים: קליג????? גוט????? דער רב איז א הינט, א אויסווארף שאין דוגמתה! אנשטאטס דיר צו געבן הילף זאלסט קענען לעבן איו א גרעסערע הויז, און די מעורר זיין פון אפשטעלן מאכען קינדער, קומט ער דיר פארשפילן דיין קאפ אויסניצענדיג דיינע צרות פאר זיינע הנאות…

——————-

והנמשל מובן מאיליו…

דער אידל, אגאנץ יאר מוטשעט ער זיך פונעם ״עול תורה״ מיט אזוי פיעל געבאטן. קומט די רבונו של עולם מיט זיין גרויס רחמנות, כ׳געב דיר א פסח…!
פאר זעקס וואכן אין א ציה טוט זיך כאאס אין שטוב, אלעס גייט כאדאראם, די ווייב שרייט, עס שטינקט, נישטא ווי זיך א ריר ציטאן… ענדליך, ס׳קומט ליל סדר, מ׳שעכט דעם ציג, אה… פלוצלינג אזא חירות…
 
לעצט רעדאגירט:
פאר זעקס וואכן אין א ציה טוט זיך כאאס אין שטוב, אלעס גייט כאדאראם, די ווייב שרייט, עס שטינקט, נישטא ווי זיך א ריר ציטאן… ענדליך, ס׳קומט ליל סדר, מ׳שעכט דעם ציג, אה… פלוצלינג אזא חירות…
איך הייב כמעט נישט אהן בעפאר ליל בדיקת חמץ!
מ'קלינט נישט צופיהל מער ווי בעפאר שבת!

די רבנים האבן אויסגעזאגט די סודות ביי קאוויד...
חמץ פארקויפט מען, די פירורים איז מען מבטל.
 
דעי חלק פעילט פון די נמשל... סאיז פאר א ריזען?👇
דערציילט אים דער איד מיטן גאנצען שמחה וואספארא קליגע און גוטע רב מיר פארמאגן, ווי אזוי מיט זיין געוואלדיגע חכמת התורה האט ער אים אזוי גוט געהאלפן, אן אפי דארפן ארויס נעמען קיין שום פרוטה.

רופט זיך די חבר אן צו אים: קליג????? גוט????? דער רב איז א הינט, א אויסווארף שאין דוגמתה! אנשטאטס דיר צו געבן הילף זאלסט קענען לעבן איו א גרעסערע הויז, און די מעורר זיין פון אפשטעלן מאכען קינדער, קומט ער דיר פארשפילן דיין קאפ אויסניצענדיג דיינע צרות פאר זיינע הנאות…
 
לעצט רעדאגירט:
איך הייב כמעט נישט אהן בעפאר ליל בדיקת חמץ!
מ'קלינט נישט צופיהל מער ווי בעפאר שבת!

די רבנים האבן אויסגעזאגט די סודות ביי קאוויד...
חמץ פארקויפט מען, די פירורים איז מען מבטל.
האסטו לכאורה נישט קיין חירות 😝
 
האסטו לכאורה נישט קיין חירות 😝
בשעת דו ברענגסט שטארק ארויס ווי מ'קען זיך אזוי פארפיינונגן פאר אביסל 'חירות', הערט עס זיך ווי דיין אנדערע אפציע איז ארויס ווארפן די מרור צוזאמען מיטן שולחן עורך, גיין מיט נאך א אנגעווייטאגטער חבר צו א האטעל עסן חזיר בליל הסדר.

איך האק א לעבן מיט אידישקייט, מרור נעם איך נישט, התירים שאַפּ איך ביים לאקאלען חכם הרזים, כ'עקספיריענס די געוואלדיגע געשמאקייט פון פאמיליע און חברים שמחים וששים בעבודתך, מ'טריפט אויף מצה און די כוסות.

און טאקע די 'שטינקעדיגע' סיסטעם זאכן וואס דו זאגסט טוה איך נישט.
-

שוין דארט געווען און געטון די זעלבע און שוין איינגעזעהן אז למעשה האב איך א אידישע געפיהל, דא איז מיין היים, כ'וויל עס נישט אפלאזן פונקט ווי כ'וויל נישט אפלאזן מיין רעדן אידיש. סאו כ'קען סך הכל אפלאזן די סיסטעם'ס חיובים, די שטרענגע אידישקייט, אבער כ'וועל זיך ווייטער 'איידענטעפעצירן' רעליגיעז, פונקט ווי כ'מעג זיך איידענטעפיצירן אלץ א פרוי אדער דשיראף אפי' אויב כ'קוק נישט אויס אזוי אינגאנצן.

כ'בין אפשר נישט חרידיש, כ'בין אפשר נישט איבערצייגט אין גארנישט, אבער כ'בין א איד, כ'האב א תורה וואס געט מיר גענוג חומר צו זיין א גוטער מענטש און האבן מינינג און פּורפּעס אין מיין עקזיסטענס כפי השגתי.
 
בשעת דו ברענגסט שטארק ארויס ווי מ'קען זיך אזוי פארפיינונגן פאר אביסל 'חירות', הערט עס זיך ווי דיין אנדערע אפציע איז ארויס ווארפן די מרור צוזאמען מיטן שולחן עורך, גיין מיט נאך א אנגעווייטאגטער חבר צו א האטעל עסן חזיר בליל הסדר.

איך האק א לעבן מיט אידישקייט, מרור נעם איך נישט, התירים שאַפּ איך ביים לאקאלען חכם הרזים, כ'עקספיריענס די געוואלדיגע געשמאקייט פון פאמיליע און חברים שמחים וששים בעבודתך, מ'טריפט אויף מצה און די כוסות.

און טאקע די 'שטינקעדיגע' סיסטעם זאכן וואס דו זאגסט טוה איך נישט.
-

שוין דארט געווען און געטון די זעלבע און שוין איינגעזעהן אז למעשה האב איך א אידישע געפיהל, דא איז מיין היים, כ'וויל עס נישט אפלאזן פונקט ווי כ'וויל נישט אפלאזן מיין רעדן אידיש. סאו כ'קען סך הכל אפלאזן די סיסטעם'ס חיובים, די שטרענגע אידישקייט, אבער כ'וועל זיך ווייטער 'איידענטעפעצירן' רעליגיעז, פונקט ווי כ'מעג זיך איידענטעפיצירן אלץ א פרוי אדער דשיראף אפי' אויב כ'קוק נישט אויס אזוי אינגאנצן.

כ'בין אפשר נישט חרידיש, כ'בין אפשר נישט איבערצייגט אין גארנישט, אבער כ'בין א איד, כ'האב א תורה וואס געט מיר גענוג חומר צו זיין א גוטער מענטש כפי השגתי.
אקעעעעעעעעעי, דא קומט אן ענטפער, כ׳וועל עס לאזן פאר
שפעטער.
 
הערט עס זיך ווי דיין אנדערע אפציע איז ארויס ווארפן די מרור צוזאמען מיטן שולחן עורך, גיין מיט נאך א אנגעווייטאגטער חבר צו א האטעל עסן חזיר בליל הסדר.
זייער שיין געשריבן!
נאר איין פראבלעם, איך רעד בכלל נישט פון דיר. איך רעד דיירעקט פון אזעלכע וואס פראווענען דעם סדר טיש מיטן גרעסטן מאס חירות…

כלפי לעבן א חסידישע פרייע לעבן, האמיר שוין גערעד דערוועגן. כ׳האב אבער נישט געוויסט אז דו ביסט א חלק פונעם מאוומענט. וועלקאם. 😜

הכלל, רעדנדיג פון דיך, זעיט מיר אויס ווי דו קוקסט אן די סארט מענטשן וואס דיליטן שבתים, ימים טובים, ווי כאילו זיי האבן נישט אויגעפיגערט וואס לייף באדייט, ״מה שאין כן״ דיין מהלך, דאס איז די מהלך…
ערעב איד, נישט יעדער איז אינטערעסירט אינעם שבת/פסח/פורים געדאנק, פינקט ווי נישט יעדער איז אינטערעסירט אין פראווענען א בירטדעי פאדי, אדער א יארצייט…
יעדער טוט וואס איז גוט פאר אים, ס׳איז אלעס ״אלו ואלו דברי אלוקים חיים״.

אונטערשטע שורה: ״נישטא קיין מהלך!
 
לעצט רעדאגירט:
זיך דערמאנט פונעם שנירל.

למעשה. רייניגען האט געקאסט $80 נעכטן פאר א רייניגער. כ'האב געפסקנט אין שטוב אז מ'דארף נישט ארויסריקן דעם אויווען פון פלאץ עס צו רייניגען, מ'איז סייווי מבטל די חמץ...

כ'גיי באלד לייגן א נמכר סטיקער אויפן פרידש, פריזער, אויווען, און אלע קעביניטס.
כ'וועל לייגן א קלינע פלסאטיק בעג אויף איין שעלף אינעם פרידש, דארט איז שטרענג כשר לפסח.
קאכן קאכט מען ביי א חבר ווי מ'גייט דארט זיין ערשטע טעג. צווייטע טעג ביי א צווייטער חבר, און חול המועד גייט מען דאך חול המועד האלטן. סאו אונז דארפן נישט ניצן דעם קאך.

פארקויפט די חמץ אנליין ביי ר' יואל אשר לאבין שליט"א. (ס'איז בחינם, ס'נעמט אפאר סעקונדעס און שוין)
שטר מכירת חמץ

(אויב מ'וויל אים מכיר טוב זיין קען מען אריינלייגן אין זיין קומחא דפסחא קאמפיין ווי ער העלפט אסאך אידן וואס באלאנגן נישט אין ערגעץ.
קמחא דפסחא תשפה)

ב"ה אונז זענען בני חורין!
פסח איז פונקט ווי א געהעריגער יום טוב, מ'עסט סך הכל נישט קיין ברויט און זויערטייג.

כ'האב נישט געוויסט אויב כ'וועל נישט עסן חמץ דעם יאר, אבער זעהנדיג ווי גרינג און געשמאק ס'איז, מיינעך אז כ'וועל שוין אינגאנצן דשוינען דעם פסח עקספיריענס!
 
כ'האב געפסקנט אין שטוב אז מ'דארף נישט ארויסריקן דעם אויווען פון פלאץ עס צו רייניגען, מ'איז סייווי מבטל די חמץ...
שעפטי, איך וויל טוישן אינער דיין מיט דיר, מיינס איז שטיקל עם הארץ..
 
Back
Top