די כח פון איין קליינע גוטהארציגקייט

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
957
רעאקציע ראטע
4,274
האסטו אמאל געטראכט וואספארא חילוק דיין קליינטשיקע gesture פון care קען מאכן?

דו דארפסט נישט געבן 100$ פאר צדקה צו מאכן א ריזיגע חילוק אין איינעם׳ס לעבן:

ווען דו געבסט א גוט ווארט פאר איינעם קענסטו אמאל זיי מאכן פילן אסך רייכער!

יארן צוריק האב איך געהערט פון איינעם א מוצלח׳דיגן coach וואס האט דערציילט וועגן א פארשונג וואס איז דא איבער די סטאטיסטיק אז ווען דו טוסט איין גוט הארציגע מעשה קען עס האבן א השפעה אויף מינימום 18 מענטשן!! @שעפטאל @חבקוק @חוקר ודורש @מר שושני איך רעד צו יעדן דא אבער איך טראכט ספעציעל פון ענק וואס פארשפרייטן אזא ליכטיגקייט און גוטסקייט אינ׳ם חשכות היינטיגע צייטן

און אוודאי קען איך נישט אויסלאזן @דער גאלדענער אדלער וואס ארבעט אונטער די קוליסן און האט מיר אינווייטעד דא צוזאמען מיט נאך אסך פון די מעמבערס דא וואס זענען אהער אנגעקומען א דאנק זיין געטריישאפט צום ציל פון בויען א ווארימע סביבה פאר גוטע אידן

איי וועסטו פרעגן: וואס איז די חשבון? 18 לעבנס צו עפעקטן מיט איין קליינע חסד זעהט אויס אזוי איבערגעטריבן, הערט און שטוינט:

א יונגערמאן לאזט איבער די הויז אינדערפרי מיט א ווארימע גוט ווארט צו זיין אשת חיל:
-אונזערע קינדער זענען געבענטשט מיט אזא אויסערגעווענטליכע געטרייע מאמע ווי דו,
(אדער/און:)
-איך בין lucky צו האבן אזא וואונדערבארע עזר כנגדו/פּארטנער ווי דיר
(אדער/און:)
איך ווייס נישט וויאזוי דו נעמסט די כח צו באווייזן דעיס:
-אויפשטיין יעדן אינדערפרי אויסרישן קע״ה א שטוב מיט קינדערלעך- דו ביזט געוואלדיג
(אדער/און:)
יעדן טאג רוימען די הויז אזוי הערליך אז איך שטיי אויף און די טיש איז ריין און די נעכטיגע שמוציגע געשיר איז נישט אויפ׳ן טיש און די בעיבי איז פריש געבאדן און דו וועקסט זיך אויף אינמיטן די נאכט צו א וויינענדיגע קינד- וויאזוי ביזטו אזוי געטריי!?

וואס פאסירט אטאמאטיש ווען א מענטש ווערט אנערקענט און עפּרישיעיטעד??
אוודאי טוישט עס זייער מאָד (ס׳דא א trick צו מאכן זיכער זיי זאלן נישט מיינען ס׳סתם חנופה, און טאקע פילן גוט פון די קאמפלימענט, אבער דעיס עט מען רעדן באלד אי״ה 🙂)

די מאמע שטייט ביים באס סטאפ מיט׳ן קינד און איר גוטן טאג ווען ער גייט אין חדר איז פול מיט הארץ (ווייל זי פילט בעסער מיט זיך, קען זי מער ליבשאפט אריינלייגן אינ׳ם קינד)

דאס קינד קומט ארויף אויפ׳ן באס מיט א גרויסן שמייכל און גריסט דעם דרייווער א פרייליכן גוט מארגן

דער דרייווער כאפט איבער אביסל פון זיין גוטע שטימונג און ווען די קינדער ווערן נאכדעם אביסל roudy און צופיל גערודער פאר אים צו דערהייבן האט ער פלוצלונג א בעסערע רעאקציע ווי געווענטליך און אנשטאט צו שרייען שא און זיין בייז, הייבט ער אן זינגען פרייליך מיט די קינדער

די יונגלעך קומען אריין אין כתה פרייליך פון אויסגעבן זייער ענערדשי אויף א געזונטן אופן און דער מלמד קוקט צופרידן אויף די שמייכלנדיגע פנים׳ער און ער האט א געשמאקע טאג לכבוד דעם וואס מ׳הייבט אן אויפ׳ן רעכטן פיס

ער קומט אריין אין אפיס פון מנהל ביי מיטאג און דערציילט מיט שמחה און די גוטע פילינג כאפט זיך אריבער צום מנהל און ער פארשפרייט עס צו די אנדערע מלמדים און זיי קענען עס איבערגעבן צו זייערע תלמידים וכו׳

דאס איז א קליינע ביישפיל וויאזוי גוטע געפילן כאפן זיך איבער ווען ס׳קומט פון אמת׳ע חסד!

קיינמאל זאלסטו נישט אונטערשאצן די power וואס ליגט אין דיינע הענט! אפילו אויב איין מענטש האט היינט נהנה געווען פון דיר, אפילו פון א קליינישקייט ווי א לייק (איך זאג דיר פון אייגענע עקספיריענס, ס׳קען אויפטון אסך מער ווי מ׳מיינט און ס׳גארנישט אזוי סימפל) האסטו ניטאמאל ״איין״ מענטש געהאלפן, עס האט א ripple effect און עס קען העלפן אסך אסך מער ווי דו קענסט זיך אפילו פארשטעלן.

גוטס איז contagious
נישט אומזיסט שטייט: עולם חסד יבנה

געדענק עס היינט ווען דו פילסט אפשר מאכטלאז קעגן פראבלעמען וואס דו קענסט נאכנישט לעזן:
יעדע קליינע גוטע מעשה קען ברענגען גרויסע רווחים.

They say: the quality of your life
is determined by the quality of the questions you ask

איך האב ליב זיך פרעגן ווען אין א דילעמא: וואס איז די next best thing וואס איך קען יעצט טון
 
לעצט רעדאגירט:
זייער שיין געשריבן
און א ספעציעלן דאנק פאר מיך לייגן אין איין שורה מיט די גרויסע לייבן פון אונזער קרעמל @שעפטאל @חבקוק @מר שושני
דו ווייסט גארנישט ווי העפי האבטו מיך געמאכט יעצט....
 
זייער שיין געשריבן
און א ספעציעלן דאנק פאר מיך לייגן אין איין שורה מיט די גרויסע לייבן פון אונזער קרעמל @שעפטאל @חבקוק @מר שושני
דו ווייסט גארנישט ווי העפי האבטו מיך געמאכט יעצט....
ס׳קומט זיך דיר עהרליך!

און יעצט מערק איך אז @מצליח זאל איך אויך אריינלייגן אין די ליסטע

👈כ׳בין לעצטנס אסך מער פארנומען און ממילא נישט אזויפיל אויפגעכאפט וועלכע נייע פנים׳ער שיינען דא אריין א ליכטיגקייט
זייטס מיר אלע מוחל, איך מיין אלע גוטע נשמות דא וואס געבן אזויפיל חיות אריין דא 🙏
 
העי טעהנק יו. איך באלאנג נישט אין די ליסטע, באט חנפענען העלפט אייביג.

זיין פארנומען איז גוט, און דיין פוינט איז 100 פראצענט אמת, און די זעלבע איז פארקערט מיט נעגעטיוועטי.

איך, ווען איך זאג דיין פאוינט פאר מענטשען, האב איך ליב צו ענדיגען ווען די קייט קומט צוריק צי דיך, ווען די שטייסט מארגען אויף די לינקע זייט, אבער די פאזעטיוועטי טשעין וואס דו האסט נעכטען אנגעהויבען קומט צוריק צו דיר, ווען איינע וואס איז אפעקטעט געווארען פון דיין טשעין ריאקציע נעכטען, לעבט דיך גאר אויף.
 
לעצט רעדאגירט:
און אוודאי קען איך נישט אויסלאזן @דער גאלדענער אדלער וואס ארבעט אונטער די קוליסן און האט מיר אינווייטעד דא צוזאמען מיט נאך אסך פון די מעמבערס דא וואס זענען אהער אנגעקומען א דאנק זיין געטריישאפט צום ציל פון בויען א ווארימע סביבה פאר גוטע אידן
Wow א שיינעם דאנק. האסט געמאכט מיין טאג!
פון יעצט און ווייטער וועל איך פרובירן נאך מער.
 
איי וועסטו פרעגן: וואס איז די חשבון? 18 לעבנס צו עפעקטן מיט איין קליינע חסד זעהט אויס אזוי איבערגעטריבן, הערט און שטוינט:

א יונגערמאן לאזט איבער די הויז אינדערפרי מיט א ווארימע גוט ווארט צו זיין אשת חיל:
-אונזערע קינדער זענען געבענטשט מיט אזא אויסערגעווענטליכע געטרייע מאמע ווי דו,
(אדער/און:)
-איך בין lucky צו האבן אזא וואונדערבארע עזר כנגדו/פּארטנער ווי דיר
(אדער/און:)
איך ווייס נישט וויאזוי דו נעמסט די כח צו באווייזן דעיס:
-אויפשטיין יעדן אינדערפרי אויסרישן קע״ה א שטוב מיט קינדערלעך- דו ביזט געוואלדיג
(אדער/און:)
יעדן טאג רוימען די הויז אזוי הערליך אז איך שטיי אויף און די טיש איז ריין און די נעכטיגע שמוציגע געשיר איז נישט אויפ׳ן טיש און די בעיבי איז פריש געבאדן און דו וועקסט זיך אויף אינמיטן די נאכט צו א וויינענדיגע קינד- וויאזוי ביזטו אזוי געטריי!?
די כח פון זיך קענען עקספרעסן איז פרייסלעס, די שוועריגקייט פון נישט קענען, איז ביטער. עס מאכט זיך זייער אפט אז א מענטש האט די הרגשה פון הכרות הטוב צו זיין עזר כנגדו, אדער צו זיין טאטע מאמע. אבער קען נישט זיך אראפ לאזן און זיי עס זאגן מיט א ווארעמער געפיהל א ישר כח פאר דעם און דעם, אדער וואס וואלט איך געטוהן אהן דיר, עס שפירט ממש ווי עס שטיקט איהם אין האלדז, אבער קען עס נישט זאגן.

בדרך אגב, די סארט האבן געווענליך אויך א פראבלעים אין קענען נעמען א קאמפלימענט אויף זייער גוטהייסונג. און ווי אויך ריעקטן זיי זייער שווער אויף א קריטיק (אפי' קאנסטראקטיוו) אויף זייער חשבון זיי ווערן פארשלאסן אין זיך, און דערשטיקט.
 
Back
Top