חלק ב.
ברוכים הבאים צו די פינגער טייטלען שפיל!
יא, אזויווי נאך יעדע פארלוירענע וואלן, האט זיך יעצט אויך אנגעהויבן די שפיל פון 'טרעפן דעם שולדיגן' פארוואס קאמאלא העריס און דעמאקראטן האבן פארלוירן די וואלן.
אזויווי איך האב שוין געשריבן אויבן האב איך מיר מיינע טעאריעס פארוואס דאס איז געשען און איך וועל צוריקקומען דערצו שפעטער, איך וויל אבער קודם אדורכגיין די פילצאליגע שפעקולאציעס, טעאריעס, און מיינונגען וואס ווערן געהערט פון אלע זייטן אין די מידיע, און אביסל קאטעגאריזירן און צונעמען די אלע טענות דבר דבר על אופנו.
נאכן אויסזיפן די אבילות און געוויינערייען אויף די לינקע מידיע פלאטפארמעס, האבן אלע גלייך אנגעהויבן טייטלען פינגערס, אבער ווי שטענדיג האט יעדער פארשטאנען אז די שולדיגער איז די איינצעלנע נקודה וואס ער האט פערזענליך קיינמאל נישט עכט געגליכן.
נישט אנדערש האט זיך אפגעשפילט אויף די רעכטע פלאטפארמעס ווי זיי האבן אויך אנגעהויבן (פרייליכערהייט) אנצייגן אויף אלעם בייזן וואס זיי זעען אינעם דעמאקראטישן זייט אלס די סיבה פאר זייער פארלוסט.
איך מיין אבער אז מ'קען איינטיילן די הויפט סיבות וואס ווערן אנגעגעבן אין פיר קאטעגאריעס:
1. די עקאנאמיע
2. די מעסעדזשינג פונעם קאמפיין
3. קאמאלא העריס אלץ שוואכע קאנדידאט (מאנכע שטעלן ביידן אויף דעם שולד ברעט אנשטאט איר)
4. ברייטערע פראבלעמען מיט די דעמאקראטישע פארטיי (WOKE בפרטיות)
[עס איז באמת דא נאך איין קאטעגאריע פון באשולדיגונג, און עס איז געוואנדן פערזענליך צו געוויסע מינאריטעט גרופעס אדער פרויען, וואו מאנכע אין די מידיע האבן זיך גענומען זיי אטאקירן פארן נישט זיין גענוג 'לאויעל' צום פארטיי און מיט דעם ברענגען די פארלוסט, אבער אזא טענה איז סיי אוממענטשליך און עקעלדיג, אבער נאכמער איז עס סתם נאנ-סענס פון א פאליטישע פערספעקטיוו ווי די קאנדידאט און פארטיי דארפן צושטעלן פאר די וויילער און נישט פארקערט.]
איז לאמיר אריינגיין איינס ביי איינס אין די קאטעגאריעס וואס איך האב פריער אויסגערעכנט.
(נ.ב. איך גיי נישט לינקן יעדע סטעיטמענט בשם אומרו, ווייל עס איז אי אפשר לפורטם כי רבים הם, און כמעט יעדע סטעיטמענט וואס קען נאר געזאגט ווערן איז געזאגט געווארן ערגעצוואו, וואס מאכט עס אוממעגליך צו געדענקען פון וואו עס קומט. ואתכם הסליחה)
די עקאנאמיע:
שוין בשעת'ן קאמפיין איז די ווארט 'עקאנאמיע' געווען דאס שווערסטע פאר די דעמאקראטן צו קוקן אין פנים, פאר די פשוט'ע סיבה אז דאס פאלק האט זיך געשפירט זייער צודרוקט פון די אינפלאציע און הויכע פרייזן אין געשעפט, וואס קיין איין עקאנאמיסט קען דאס נישט לינדערן מיט פארצוקערטע נומערן און הויכ-געשפריצטע טערמינען, און דאס אז אמעריקע איז די בעסטע אין די וועלט זיך צו ערהוילן פון קאוויד האט אויך נישט געטראגן קיין סאך משמעות פאר מענטשן וואס קענען נישט דעקן זייער חודש'ליכע בודזשעט, זיכער האט זיי נישט געהאלפן די אויסריידן ווי גוט די דזשאב מארקעט איז 'באמת'..
נאטורליך איז דאס טאקע א שטארקע סיבה פארוואס אן אינקאמדענט פארלירט אן עלעקשאן, מאנכע טענה'ן אז דאס איז זאגאר אויך די סיבה פאר טראמפ'ס פארלוסט אין 2020, אזוי צו אזוי, איז דאס די שנעלע go to פאר דעמאקראטן וואס ווילן ווייניגער קוקן טיפער אין שפיגל און ווילן זיך באגענוגן מיט דעם אלס 'די פראבלעם' פארוואס זיי האבן פארלוירן.
און צו זיין פעיר, ווען מ'קוקט אויף די עקזיט פאולס איז דאס טאקע געווען די ערשטע אויפן ליסטע פארוואס מענטשן האבן געשטומט פאר טראמפ.
די פראגע איז נאר, וואס האבן דעמאקראטן געהאלטן פארדעם?
- האבן זיי געמיינט עס איז נישט אזא פראבלעם?
- האבן זיי געהאלטן זיי אדרעסירן עס גענוג גוט?
- אדער האבן זיי געהאלטן אז אנדערע חשבונות וועלן האפענטליך איבערשטייגן דעם אישו?
- מעגליך א קאמבינאציע פון אלע דריי?!
תיקו.
רעדענדיג פון עקזיט פאולס, איז טאקע אינטרעסאנט ווי אסאך דזשערנאליסטן – מער פון די 'נייטראלע' סארט - זענען גלייך ארויפגעטאנצן אויף די עקזיט פאול דאטא אנצוצייגן אין דעם שולדיגן.
כמובן זענען דא פארשידענארטיג עקזיט פאולס מיט געוויסע חילוקים אין די הייערארכיע פון אישוס, אבער די פאר הויפט נקודות דארט זענען געווען די עקאנאמיע, אימיגראציע, עבארשען, און דעמאקראטיע.
עקאנאמיע און אימיגראציע איז אודאי געגאנגען לטובת טראמפ, עבארשען – געוויס לטובת העריס, די אינטרעסאנטע זאך לגבי דעמאקראטיע איז נאר אז דאס איז געווארן גענוצט אייניג אויף ביידע זייטן, ווי ביידע זייטן האבן געהאלטן אז מיט זייערע שטימע ראטעווען זיי אפ דעמאקראטיע. [און אזויווי איך האב שוין אדרעסירט דעם נושא אמאל
אין ק"ש, איז דעמאקראטיע זייער א vague טערמין און קען גענוצט ווערן דורך יעדעם אין זייער אייגענע קאנטעקסט. ואכמ"ל].
די מעסעדזשינג פון די קאמפיין:
אין דעם איז נכלל אסאך זייטן.
פון איין זייט זענען דא די וועלכע שרייען סתם אז מ'האט נישט אדרעסירט די פראבלעמען גענוג גוט – א שטייגער ווי אימיגראציע און די עקאנאמישע מצב ביי מענטשן אין טאש.
פון די אנדערע זייט זענען דא די וואס טענה'ן אז מיטן אראפרייסן טראמפ און נוצן די עקסטרעמע רעטאריק האט מען נאר געהויבן זיינע שאנסן, בעיקר ווייל די עולם איז שוין מיד געווארן פון הערן דעם אויסגעדראשענעם סלאגאן אז ער איז א 'סכנה פאר דעמאקראטיע' בלויז מיטן אנצייגן איינמאל און נאכאמאל אויף יאנואר 6.
אנדערע צייגן אן ווי געלונגען די רעפאבליקאנער זענען געווען אין זייער סטראטעגיע צו נוצן איין-ליניע'דיגע סלאגאנען א שטייגער ווי 'אימיגראציע שלעכט' 'עקאנאמיע שלעכט', און וויאזוי זיי האבן געהאט די זעלבע מעסעדזש פון אויבן ביז אראפ, ד.מ. פון די קאמפיין הויפט קוואטירן און טראמפ אליין ביז צו פאקס ניוז, בען שאפירא, עלאן מאסק, און יעדע רעכטע שמויגער אויף סאשעל מידיע, ווי זיי זענען געלאפן אין הארמאניע און זיך געהאלטן צום זעלבן theme די גאנצע צייט. משא"כ דעמאקראטן וועלכע זענען געווען היבש שלייבעריש און all over the place.
צו דעם קומט צו צוויי נקודות, 1. אז די דעמאקראטישע פארטיי איז בכלל לעצטנס מער צוטיילט פון אינערווייניג צווישן די פאר-לעפט און די מער צענטריסטן, און די פילע אלטערנאטיווע פלאטפארמעס אויף די לינקע זייט קומען זיך לאו דוקא אויס גוט צוזאמען און זיי ארבייטן בכלל נישט ארגאניזירט אינאיינעם, ביחד מיט העריס' פראוו צו בלייבן ווייס אויף אלע זייטן, וואס האט געברענגט אז זייער מעסעדזש זאל זיין נישט הארמאניש און זייער אומקלאר. און 2. דארף מען נעמען אין באטראכט טראמפ'ס הצלחה אראפצוקלאפן די טראסט אין די לעגעסי מידיע וואס האט אטאמאטיש צובראכן די קראפט פון סיי וועלכע סטעיטמענט קומענדיג פון דארט, און דאס דארף בכלל ווערן אנגעקוקט ווי א מאסיווע געווינס פון א PR פערספעקטיוו און א געלונגענע סטראטעגישע מאוו צו איבערדרייען די גאנצע קערה על פיה אויפן לאנג-ראן. (אן אריינגיין אין די חלקים ווי זיי זענען אויך אביסל אליין שולדיג דערין).
אנדערע – סיי פון די רעכטע זייט און סיי פון די לינקע - האבן אנגעצייגט אויף די פאקט אז טראמפ האט אנערקענט אין 'אלטערנאטיווע מידיע' אלס די נייע פלאטפארמע, בפרט ביי יונגערע וויילער, א שטייגער ווי דזשאו ראגען, וואס האט אים געגעבן א מאסיווע עדזש אינעם קאמפיין, א זאך וואס די דעמאקראטן האבן מיאוס פארזען.
עלאן מאסק מיט זיינע טוויטער פראפעגאנדעס און זיינע געלט גורלות קען אויך ווערן צוגעשריבן צו די קאמיוניקאציע סוקסעס פון די טראמפ זייט.
און איבער אלעם איז פארשטייט זיך דא די פאקט אז טראמפ אליין איז זייער אטענטיש און נעמט אויס זייער גוט אין פאבליק און אויף אינטערוויוס, ער איז זאגאר א 'מידיע ספעציאליסט' ווען עס קומט צו אזעלכע זאכן. משא"כ העריס זייענדיג זייער שלעכט אויף TV – וואס פירט אונז אריין צו די נעקסטע נקודה.
העריס אלס שלאבערישע קאנדידאט:
רעפאבליקאנער האבן גע'טענה'ט פון די ערשטע מינוט אן אז העריס איז א לאך פון א קאנדידאט, און דעמאקראטן האבן נישט דוקא גוט צוריקגעענטפערט דערויף, חוץ פון זאגן אז זי איז א געוועזענע פראסעקיוטאר און אנצייגן אויף איר דעבאטע פערפארמענץ.
די טענה האט באמת אסאך צו זיך.
ערשטנס האט זי נישט געגעבן קיין אינטערוויוס אין אנפאנג פונעם קאמפיין און עס האט זיך היבש קלאר אנגעהערט ווי א מעטאד צו פארמיידן אינטעראקציע מיטן פובליק.
דאן ווען זי האט יא געגעבן אינטערוויוס איז עס געווען זייער שלאבעריש מיט שוואכע ענטפערס – און צומאל דאס אויך נישט. ווי עס איז געווען גאנץ קלאר אז זי האט א פראבלעם מיט איר שטאנד אדער מיטן זיך ארויסברענגען (אדער ביידע).
אין א וועג האט זי זיך אנגעהאנגען אין ביידענ'ס לעגעסי און זיך פראבירט ארויפצובויען אויף דעם, פון די אנדערע זייט האט זי פארשטאנען אז זי מוז זיך אביסל אפטיילן דערפון און בויען אן אייגענע כאראקטער אין דעם קאמפיין, וואס ווי עס שטעלט זיך ארויס האט זי ביידע נישט גוט געטון און עס האט נאר מער אנגע'מעס'ד דעם בילד. זי האט נישט געקענט קלאר ארויסברענגען פארוואס זי שטייט און וואס אירע פאזיציעס זענען געהעריג, פראבירנדיג צו טאנצן אויף אפאר חתונות אומסוקסעספול, ועל כולם האט מען דאך שוין יא געוויסט אביסל איבער איר פון איר 2019 קאמפיין, וואס פון דעם האט זי געהאט ס"ה נאך א קאפ ווי וויאזוי עס אפצושאקלען בכבוד'יג. בקיצור, איר כאראקטער איז געווען זייער פארהויכט און צומישט דורכאויס דעם קאמפיין.
אין א צווייטע נאוט זענען געווען די וועלכע האבן אנגעצייגט אז 'אמעריקע איז נישט גרייט פאר קיין פרוי', און האבן גע'טענה'ט (לטב צו למוטב) אז איר עצם פערסאנע אלס פרוי – ווער רעדט נאך אלס שווארצע – דאס האט איר ארונטערגעברענגט ווייל אמעריקע דארף א שטארקן פירער.
אויך זענען דא אין דעם זעקל די וואס טייטלען אן צו ביידען אלס די שולדיגער, פארן נישט ארויסטרעטן פריער פונעם קאמפיין צו לאזן פלאץ פאר א פריימערי אדער עכ"פ פאר זי זיך צו קענען בעסער בויען און אנגרייטן.
און ווי עס שיינט טוט זיך יעצט אין די ווייסע הויז א געראטשקע צווישן די רועי מקנה ביידן און די רועי מקנה העריס ווער איז מער שולדיג אין דעם פארלוסט צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות.
אנדערע צייגן אן אז די גאנצע זאך אז ביידען האט איר געהאט אויסגעוועלט אין ערשטן פלאץ – אלץ שווארצע פרוי פאר וויצע – האט זיי אריינגעפירט אין פעקל מיטן חוסר ברירה אין די לעצטע מינוט.
און דאס פירט אונז צו צו די פערטע נקודה איבער וואס אסאך האבן זיך געשטעלט, און איז געבינדן צו די קולטור און מהלך פון די דעמאקראטישן פארטיי בכלל וויאזוי זיי פירן זיך אויף אין די לעצטיגע יארן.
דעמאקראטישע פארטיי אלס שולד:
אין דעם קאטעגאריע טוט זיך מסתמא די העכסטע גערודער, אין דעם לאזן זיך הערן יעדער וואס האט נאר א מויל, אנגעהויבן ביי די שטארקע לינקע וואס באשולדיגן דעם פארטיי אלץ צו צענטריסט, ביז צו די ווייטע רעכטע וואס פייערן נצחון אויף יעדע קלייניקייט וואס זיי זעען שלעכט און עקסטרעם אינעם סטרא אחרא.
די סאציאליסטן און פאפוליסטן פונעם לינקן לאגער שרייען אז טראמפ איז אן אנדייטונג אז מ'דארף מער אויסהערן 'דעם פאלק' און נישט זיין אזוי משוחד פאר די קארפארעט מאכטן אין לאנד און פאר די אלע קארפארעט נדבנים.
פרא פאלעסטינער שרייען אז העריס איז צו פרא מדנ"י און דערפאר קומט זיך איר דעם פארלוסט.
געוויסע שרייכן אונטער אז האבן א פארטיי וואס שטייט בלויז פאר 'אנטי-טראמפיזם' איז נישט קיין רעצעפט פאר געווינס. בפרט ווען יעדער טראמפ וואטער איז געווארן דעמאנייזד און אראפגעקוקט בלויז פארן האבן מחשבות זרות איבער טראמפ.
אנדערע זענען מיד געווארן פונעם פאליטיזאציע פונעם יוסטיץ סיסטעם אנקעגן טראמפ און האבן באשלאסן אז פאר זיי איז דאס גענוג סיבה אים יא צו שטיצן.
אפגערעדט אז די אימיגראציע אישו איז א פלעק פון וואס די דעמאקראטן האבן אפי' נישט געהעריג פראבירט זיך אפצושאקלען.
די טרענסג'ענדער אישו – סיי דאס אויסצאלן אפעראציעס, סיי שפילן ספארטס אנקעגן פרויען, סיי עקסטרעמע קוריקולעמס אין געוויסע שולעס – זענען אלץ נאך א סיבה צו זען אין די רעפובליקאנער די זייט פון 'קאמאן סענס'...
רעדענדיג פון קאמאן סענס, זענען דא די פילצאליגע אנעקדאטן ווי דעמאקראטן זענען געזען געווארן אלס אנטי-קאמאן-סענס אין די לעצטע שטיק צייט, סיי ווי געזאגט לגבי טרענס אישוס און אימיגראציע - עס צו קענען אזוי איגנארירן, סיי לגבי די פארווישן פראבלעמען מיט דזשאו ביידען איידער ער האט זיך ארויסגעצויגן פונעם קאמפיין, און סיי מיטן קענסלען מענטשן רעכטס און לינקס אנשטאט קענען האבן נארמאלע ארגומענטן, א.א.וו.
DEI און די אלע WOKE אגענדעס זענען פארשטייט זיך נאך א שטרוי אויפן
קעמעלעס רוקן, נאך וואס מענטשן זענען פעד אפ פון די אלע משוגעת'ן איבער ראסיזם, BLM, אנטי-קאלאניאליזם, מידיע און אקאדעמיע פארכאפונג, וכל המסתעף.
און דא איז טאקע וואו איך קום אריין מיט מיין פריערדיגע אנאליז, און איך טענה אז הכל אל מקום אחד הולכים.
די אלע פראבלעמען קוק איך אן ווי עס האט איין שורש, און די שורש איז זיין פארכאפט אין די אייגענע באבל, די דעמאקראטן האבן פארלוירן די פרינציפן אויף וואס זיי שטייען מלכתחילה, זיי האבן פארלוירן די Humble ציל פון זייןcompassionate און עמפאטיש, און אנשטאט דעם זענען זיי אריין אין זייער האזן לאך פון איידענטיטי פאליטיקס - וואו די מיטל איז געווארן א ציל און וואו יעדער וואס זאגט אנדערש דארף פארשטילט ווערן, עס איז געווארן פון א פראקטישע מהלך צו פארבעסערן די לעבנס פון ארימע און מינאריטעטן צו א מאכטפולע איידעאלאגיע וואס האלט פארנומען נאר אניווערסיטעטן און דזשערנאליסטן.
אין איין ווארט זע איך עס אז זיי האבן פשוט פארלוירן טאטש מיטן רעאליטעט, זיי זענען געווארן צו טעארעטיש און צו פארקויפט פאר דעם טעאריע.
דאס ברענגט אטאמאטיש נאך אז זיי זאלן מער נישט פארשטיין די פשוטע ארבייטס קלאס מענטשן, די פשוטע מענטשן אויפן גאס וואס זארגן זיך יא פאר די עקאנאמיע אין זייערע טאש, די פשוטע מענטש וואס זעט אימיגראציע אלס א פראבלעם, די נארמאלע מענטש פאר וועמען טרענס אישוס גייט אריבער נארמאלקייט, און א פלעינע מענטש וואס האט יא געוויסע סיבות צו גלייכן טראמפ, און אזוי ווייטער און ווייטער.
פון אן איידעאלאגיע וואס זאל העלפן און רחמנות האבן אויפן גאסן מענטש זענען זיי געווארן אן עליט'יסט גרופע וואס פארנעמט זיך מער מיטן אנהאלטן די עצם גרופע, און פון א פארטיי וואס טוט אויף זענען זיי געווארן א פארטיי וואס האט אויפגעהערט קענען אויסהערן די זעלבע מענטשן וועמען זיי ווילן פארטרעטן און העלפן.
עס איז פארשטייט זיך נישט פארפאלן, ניטאמאל בין איך ביי די מיינונג אז זיי זענען אלע אזוי, איך זאג נאר אז די 'רוח' און די מעינסטריעם אין די פארטיי זענען געפירט געווארן אויף דעם ריכטונג און דאס האט אין מיין מיינונג צוגעפירט זייער פארלוסט.
ואליבא דאמת האט מען שוין אנגעהויבן זען שינויים לטובה אין די לעצטיגע פאר יאר, סיי האבן די רעכטע אסאך צוריקגעפייט און אסאך מצליח געווען איבערצודרייען דעם tide למחצה ולשליש, מ'הערט שוין היינט ווייניגער פון קענסעלען מענטשן, זיכער איז מען שוין נישט קיין שטאטס משוגענער פארן האלטן אז טרענס זענען נישט נשים (אדער אנשים) לכל דבר, און זיין א טראמפ שטיצער היינט איז שוין אסאך מער נארמאליזירט, וכו' וכו'. יעצט איז דאס אבער נאך שטערקער גענאגעלט געווארן מיט טראמפ'ס געווינס און עס איז ערווארטעט צו זען מער און מער די ווינט זיך רוקן אינעם פארקערטן דיירעקציע – ביז עס וועט קומען די צייט פאר די פענגעלום זיך אויסצודרייען אויף צוריק..
דאס אלעס איז נישט קיין אנאליז איבער די פונקטליכע סאציאלאגיע וויאזוי טאקע די דעמאקראטן האבן זיך דעקייקלט צו דעם מצב, עס איז נישט קיין גרינטליכע אפשאצונג וויאזוי עס צו פארמיידן אדער וויאזוי עס צו פאררעכטן. עס איז נישט מער ווי אן אבזערוואציע וואס דא איז פארגעקומען, און וויאזוי די אלע באזונדערע נקודות וואס ווערן ארויפגעברענגט יעצט לגבי זייערע פארלוסט קען האבן איין טיפערע באדייט און קען זיין בעצם איין פארצווייגטע פראבלעם מיט אסאך מעניפעסטאציעס.
נאך א שטארקע זאך וואס איך האלט בשייכות אהער איז אז פאר די לינקע מידיע אוועקצומאכן רעכטע טאלקינג פוינטס אין דעם מצב איז נאריש, דהיינו, עס איז וויכטיג פאר די לינקע יא אויסצוהערן וואס די רעכטע האבן צו זאגן איבער זיי און וויאזוי זיי קוקן אן פארוואס די לינקע האבן פארלוירן, ווייל אפי' עס איז פארשטייט זיך אסאך איבערגעטריבן און פיל מיט שפאס, איז עס אבער נאכאלץ די רעכטע וואס האבן למעשה מצליח געווען צו באקומען די שטימען פון די מערהייט, און עס איז דייקא זייערע שטימע וואס דארף דא געהערט ווערן ווען מ'איז דן וויאזוי די לינקע האבן פארפעלט צוצושטעלן פאר די אלע מענטשן..
_______________
זאגענדיג דאס אלעס, דארף מען אבער אויך נעמען אין באטראכט די שאנסן וואס די דעמאקראטן האבן אבער יא געהאט צו געווינען די עלעקשאנס – על אף די אלע נקודות, און איידערן זיי אוועקמאכן בשתי ידים דארף מען זיך פארשטעלן די קאונטער היסטאריע וואס דא וואלט געקענט פארקומען היבש גרינג, וואס שטרייכט נאר אונטער אז עס איז למעשה נישט אזוי שווארץ און ווייס ווי איך לייג עס דא אראפ, און אז עס איז ס"ה אפאר מיליאן מענטשן וואס האבן אויסגעמאכט דעם גאנצן אנאליז דא...
ברכה והצלחה!