די שכל'דיגע אויפוואכונג (די וועלט, דער מענטש און אידישקייט - א')

די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק א': די שכל'דיגע אויפוואכונג

יעדער מענטש קומט אריין אין דער וועלט אין א געוויסן מאמענט און אין ספעציפישע אומשטענדן. נישט נאר וואס דער מענטש האט נישט קיין דעה איבער אט די פרטים וואס באגלייטן זיינע ערשטע טריט אין לעבן, נאר ער האט נאך אפילו נישט קיין פארשטאנד צו זיין באוואוסטזיניג דערפון און צו תופס זיין וואס קומט פאר. די וועלט בלייבט מער ווייניגער די זעלבע נאכן מענטשנ'ס געבורט ווי זי איז געווען פאר דעם, אבער דער אופן וויאזוי דער מענטש וועט דורכלעבן די וועלט און איר פארשטיין וועט זיך גענצליך ווענדן אויף אט די אומשטענדן פון זיין געבורט אויף וועלכע ער האט נישט קיין שום שליטה.

אין אנדערע ווערטער, די פאקטן פון דער וועלט, פונעם יקום, זענען סטאטיש און אומבארירט פונעם מענטשנ'ס פארשטאנד, ד.ה. זיי זענען אומאפהענגיג פונעם מענטש און זיינע באגריפן, פון וויאזוי ער איז זיי משיג, און פון די באגרעניצונגען פון זיין עפיסטעמאלאגיע און זיינע אמונות. פילאזאפיש הייסט דאס אז די פאקטן פון עקזיסטענץ זענען זינען־אומאפהענגיג, זיי ווענדן זיך נישט אויף וועמענ'ס עס איז זינען און באגרייפונג. משא"כ, דעם מענשטנ'ס השגה און באגריף, זיינע אמונות און וועלט־אנשויאונגען, זיין אינערליכע רעפרעזענטאציע פון רעאליטעט, דאס ווענדט זיך אין אים און אין זיין זינען. ד.ה. זיי זענען זינען־אפהענגיג. דאס מיינט אז די מושגים און ענטיטעטן וואס ער שטעלט ביי זיך פאר און וואס עקזיסטירן אין זיין וועלט־באנעם האבן לאו־דווקא עקזיסטירט איידער ער איז געקומען צו אט דעם פארשטאנד, און אפילו יעצט עקזיסטירן זיי נישט בהכרח אויסער זיין באוואוסטזיין.

דעם מענטשנ'ס אנשויאונגען און וועלט־באנעם שאפן זיך צוביסלעך. אלס קליין קינד פארשטייט ער גאר ווייניג איבער וואס קומט פאר, אבער ווי ער וואקסט און קומט מער און מער צום זינען הייבן זיך אן פארעמען רעפרעזענטאציעס פון רעאליטעט ביי אים אין שכל, וואס קומען צו אים דורך דער השפעה פון זיינע ערציער, זיין סביבה און די ספעציפישע אומשטענדן פון זיין קינדהייט. וויבאלד דער מענטש האט נישט קיין שליטה אויף די אומשטענדן פון זיין געבורט און ערציאונג, האט ער אויך נישט קיין שליטה איבער די אומשטענדן וועלכע וועלן פארעמען זיינע ערשטע תמימות'דיגע אמונות און באגריפן וועגן דער וועלט. וויבאלד די פאקטן פון דער וועלט עקזיסטירן אבער ווייטער אומאפהענגיג פון דעם מענטשנ'ס אמונות וועגן איר, איז געדרינגען אז דעם מענטשנ'ס ערווארבענע אמונות וואס זיין ערציאונג און סביבה האט אים באגאבט איז נישט בהכרח קיין פארלעסליכע און אקוראטע רעפרעזענטאציע פון די פאקטן פון עקזיסטענץ.

אט די איינזעאונג איז דער אויסגאנגס־פונקט וואס פאנגט אן דעם מענטשנ'ס רייזע פון שכל'דיגער אויפוואכונג. דאס איז די נקודה ווען דער מענטש באפרייט זיך פון די מענטאלישע רעלסן וואס זיין ערציאונג האט אים אויף זיי ארויפגעשטעלט און ער הייבט אן טראכטן פאר זיך. דאס איז דער אברהם־אבינו מאמענט ווען מען צעשמעטערט דעם טאטנ'ס געטער און מען זוכט א מער אוניווערסאלן אמת.

דאס קען אבער זיין א מאמענט פון קריזיס. איך רעד שוין נישט אפילו פונעם געזעלשאפטליכן און פאמיליע קריזיס וואס קומט ווען דער יחיד דערווייטערט זיך מענטאליש – און דאן בהכרח אויך מיט זיין התנהגות – פונעם ציבור. נאר איך רעד פון אן אינערליכן, עפיסטעמאלאגישן קריזיס, ווען דער מענטש דערזעט זיך ווי דער באדן אונטער זיינע פיס ווערט אנטרינען און ווי זיין גאנצער וועלט־באנעם צעפאלט און ער בלייבט איבער צעמישט און צעחושט. ער ווייסט שוין נישט וואס יא צו גלייבן און וואס נישט צו גלייבן; ער ווייסט נישט ווער איז באגלויבט און אין וועמען זיך צוצוהערן. גאר שנעל זעט ער איין אז אלע זיינע אמונות זענען תלוי הא בהא: א' איז אמת אויב ב' איז, און ב' אויב ג', אבער ג' ווידער אויב א'. יעדער באשטאנדטייל פון דער עפיסטעמאלאגישער געביידע דערהאלט זיך א דאנק אלע אנדערע טיילן און אז טייל הייבן אן פאלן, צעפאלן זיך אלע. אבער מיט וואס בלייבט ער דאן? צי קען ער דען אנפאנגען גאר מבראשית ווי אויף א ריינעם טאוול? צי דארף ער ווידער לערנען אז עסן שטילט הונגער און וואסער דארשט? אז פייער ברענט און אז ווען מען שפרינגט פאלט מען? צי דען זענען אט די טאג־טעגליכע ידיעות אויך נישט א חלק פון די אמונות וואס זיין ערציאונג האט אים געגעבן?

באמת, דארף די שכל'דיגע אויפוואכונג נישט אייביג זיין אזא ראדיקאלע. צום ביישפיל, א קינד וואס איז אויפגעברענגט געווארן מיט צוטריט צו דער וועלט'ס חכמות און מיט פרייהייט פון געדאנק; אדער א קינד וואס זיין ערציאונג איז באשטאנען פון דעם וואס מען האט אים געלאזט אליין צוקומען צו אייגענע מסקנות באזירט אויף עקספלאראציע און פארשן; אזא קינד, הגם אז זיין סביבה האט נאך פארשטייט זיך א שטארקע השפעה אויף זיינע גלויבונגען, דאך מוז נישט זיין קיין ראדיקאלער בראך צווישן זיינע קינדישע באגריפן און זיינע דערוואקסענע אמונות. פארשטייט זיך אז זיינע געדאנקען איבער דער וועלט קענען זיין אינגאנצן אומגערעכט און פאלש, פונקט ווי ביי יעדן איינעם, אבער דאך איז נישטא קיין ראדיקאלער מאמענט פון אויפוואכונג ווען ער מוז זיך באפרייען פון אנשויאונגען וואס אנדערע האבן אויף אים ארויפגעצווינגען. במילא מוז ער אויך נישט אפפרעגן יעדע טאג־טעגליכע אמונה אדער באגריף וואס קומט פון זיין ערציאונג און קען זיך קאנצענטרירן אויף די געביטן אין זיין וועלט־באנעם וואס זענען מער קאמפלעצירט און אומקלאר.

אין קעגנזאץ, א מענטש וואס וואקסט אויף אין א סביבה וואס איז שטארק דאגמאטיש און מיט א דערציאונג וואס צווינגט אויף אים ארויף ספעציפישע אמונות; און ספעציעל ווען די אמונות זענען אין שטארקן קעגנזאץ צו די וואס זענען אנגענומען ביי רוב פון דער וועלט'ס באפעלקערונג; און על־אחת־כמה־וכמה ווען זיין אינפארמאציע און בילדונג איז שטארק באגרעניצט און ווען מען צענזורירט זיינע מקורות פון אינפארמאציע און מען פארשליסט פאר אים גאנצעטע תחומים פון דער וועלט'ס חכמה; פאר אזא איינער איז דער עפיסטאמאלאגישער קריזיס א גאר באדייטנדער און ארומנעמיגער. פלוצלינג דערזעט ער זיך אן קיין אחוזה אין רעאליטעט; מיטאמאל כאפט ער אז מען האט אים פארנארט, דעם מוח פארוואשט; זיינע מחנכים פארלירן ביי אים נאמנות און די גאנצע סיסטעם איז ביי אים כפורח באוויר. ער איז אין אן עפיסטעמאלאגישן קריזיס – און במילא אויך א געזעלשאפטליכן.

איבעריג צו זאגן אז איר, טייערער ליינער, וואס לייענט אט די שורות, דערקענט מן הסתם אז אייער ערציאונג און קינדהייט־סביבה איז נענטער צו דער צווייטער פון צווישן די צוויי עקסטרעמע שילדערונגען. דערפאר איז פארשטענדליך אז איר אויך זענט אפשר דורכגעגאנגען – אדער אפשר גייט איר נאך יעצט דורך – דעם עפיסטעמאלאגישן קריזיס. איר האט שוין אפשר מערר געווען אין אייער פון־דער־היים־געירשנטן וועלט־באנעם, אבער קיין בימקום האט איר זיך נאכנישט אוועקגעשטעלט. איר ווייסט אפשר גאר גוט פון דער נאענט די פראבלעמען פון אייער גירסא־דינקותא'דיגער השקפה, אבער וואס איז די אלטערנאטיוו זענט איר נאך נישט אזוי קלאר.

און אפשר זענט איר דווקא יא גוט אויסגעקאכט אינעם וויסנשאפטליכן אויסקוק; איר זענט בקי אין די לעצטיגע טעאריעס און איר קענט אפילו מסביר זיין מה למעלה ומה למטה בטוב טעם ודעת לויט די בעסטע סייענטיפישע באווייזן. אבער אפשר שפירט איר ביי זיך, אז הגם אז איר זענט גוט באהאוונט אינעם מאין־באת, זענט איר נאך היפש פארלוירן ביים לאן־אתה־הולך. ד.ה. איר האט שוין פארביטן דעם חרדישן וועלט־באנעם פארן וויסנשאפטליכן ווען עס קומט צו סייענטיפישע עניינים, אבער וואס צו טון דערמיט אין טאג־טעגליכן לעבן, וויאזוי דאס איבערצופלאנצן מכוח־אל־הפועל ווען עס קומט צו שאלות פון "איזוהי דרך ישרה שיבור לו האדם", דארטן שפירט איר אז סייענס גיט אייך נישט קיין קלארן מהלך וואס זאל קענען ממלא־מקום זיין די ווירדן און הדרכות פון אייער ערציאונג.

און עס קען אויך זיין אז איר פרעגט ביי זיך וואס צו טון מיטן אידישקייט, היינט אז איר זענט שוין געקומען צו דער שכל'דיגער אויפוואכונג. צי איז נאך געבליבן פלאץ פאר איר אין אייער נייער מאדערנער השקפה? צי איז נאך כדאי אין איר אנצוהאלטן? און אויב יא, וויאזוי? צי קען מען דאס טון אן זיך נארן און אן זיך אומוויסנדיג מאכן פון די סייענטיפישע און היסטארישע פאקטן פון רעאליטעט?

אויב איר טרעפט זיך געשילדערט אין איינעם פון די טיפן, דאן איז די סעריע געווידמעט פאר אייך. אין דער סעריע האף איך אייך צו געבן א בליק אויף אן אלטערנאטיוון וועלט־באנעם, אוועקגעשטעלט אויף וויסנשאפטליכע און פילאזאפישע יסודות, וואס וועט אייך נישט נאר באקענען מיט דאס וואס עקזיסטירט פאקטיש, נאר וועט אויך עקספלארירן וואס מען קען טון מיט אט די ידיעות און וויאזוי מען קען זיי ניצן אויף צו פירן א געזונט לעבן באזירט אין רעאליטעט. די סעריע זוכט נישט אפצופרעגן סיי וועלכן רעליגיעזן וועלט־באנעם, און זי זוכט אויך נישט אויפצואווייזן די בארעכטיגקייט פון דער וויסנשאפטליכער השקפה. נאר זי וועט פארשטעלן און מציע זיין דעם אלטערנאטיוון אויסקוק און פרובירן קלארשטעלן וואס עס שטעלט מיט זיך פאר. די סעריע איז נישט מבטיח צו פארענטפערן אלע שאלות און זיכער נישט צו זאגן אלץ וואס ס'איז דא צו זאגן אויף דעם נושא. ביקוש האמת איז א לעבנסלענגליכע עבודה און דא קענען מיר איר נאר צורירן מיטן שפיץ גאפל.

אין די קומענדיגע ארטיקלען: די סייענטיפישע מעטאדע און רעוואלוציע, פאלסיפיקאציע, עמפיריציזם בניגוד צו ראציאנאליזם, די באציאונג צווישן פאקטן און ווירדן
 
לעצט רעדאגירט:
זײער שײן, איך פארשטײ נישט פארװאס קײנער האט זיך דערװײל נאכנישט גענומען די מיה אין האבן איבערלאזט א קאממענט דא. איך האב זײער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, ספעציעל פון דײן מעטאדאלאדזשיקְל און סיסטעמאַטישְן צוגאנג. אײם לוּקינג פאָרװערד צו די נעקסטע טײל.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top