- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,019
- רעאקציע ראטע
- 8,985
- פונקטן
- 943
בנוגע רוח הקודש עיין כאן
יעצט גייט מען בעז"ה צונעמען ווי אזוי מ'ווערט א משפיע.
1. דער משפיע גלייבט אז ער איז קלוגער און מער פעהיג ווי דיר.
אבער דאס איז נישט גענוג פאר אים, ער פיהלט נישט גוט מיט זיך סתם צו האבן 'חברים' (מיט וואס איז ער חשוב ארום זיי)
2. ער דארף אז מ'זאל דארפן צו קומען צו אים, מ'זאל אים דארפן, נאר אזוי פיהלט ער גענוג באליבט און אינטערעסע אין זיין לעבן אז ער איז דער געבער און 'מ'קען נישט' אהן אים.
דאס שאפט ביי אים א קאמפלעצירטע רעלעישאנשיפ מיט דיר. פון איין זייט וויל ער טאקע געבן און פון די אנדערע זייט מוזטו אים 'דארפן'.
אבער וואס טוהט מען דו זאלסט אים דארפן?
3. ער וועט דיר "אויפקלערן" ווי אומגליקלעך דו ביסט אהן אים (-אהן די תורות פונעם רבין וואס (נאר ער
) פארשטייט זייער גוט)
פארשטייט זיך דאס קומט פון גרויס 'רחמנות' אויף דיר ווייל דו כאפסט נעבעך נישט ווי סאך בעסער דיין לעבן קען זיין.
כ'דערמאן זיך ווי אויפגעשאקלט כ'בין געווארן אלץ קינד ליינענדיג דעם דמעת העשוקים פון מוהרא"ש.
ער שרייבט דאך אהובי ידידי יקירי חמדת לבבי - ער האט מיר ליב.
און ער זעהט ווי צובראכן כ'בין באמת אינערווייניג און כ'פיהל ווי קיינער פארשטייט מיר נישט און כ'פיהל ווי מיין טאטע פארשטייט מיר נישט. (אינטרעסאנט, בעפארן ליינן בין איך געווען זייער צופרידן, גראדע אביסל באורד, אבער אלעס פיין. יעצט גלייב איך ווי צובראכן איך בין טאקע צוליב דעם זרע, ווייל ער שרייבט עס מיט אזא קאנפידענס און ווייל ער האט רחמנות אויף אונז)
קום צום רבין (- צו מיר, ווייל איך פארשטיי דעם רבין און דו נישט) און ביי מיר וועסטו פטור ווערן פון פיהלן שלעכט! ביי מיר וועסטו אנהייבן פיהלן גאר גוט!
-
אבער ס'דאך א פראבלעם אויב וועלן די חסידים זיך אויסלערנען צו לעבן געשמאק וועלן זיי מער נישט דארפן דעם משפיע.
שטעל זיך פאר הרב בונקר וויל געבן א שיעור און זיינע מענטשן זאגן אים, אונז ווייסן עס שוין. ס'גוט.
ר' מאטל זילבר וויל זאגן די עומק חסידות און זיינע אינגעלייט זאגן אים אונז קענען שוין דיין מסילות ישרים שיעור אויסענווייניג, דו חזרסט איבער די זעלבע זאכן דרייסיג מאל. אונז דארפן עס מער נישט.
דו הארגעסט אים!
אה נאו, ענק דארפן עס יא!
4. ער וועט אלעמאל זיכער מאכן אז דו פיהלסט אז עפעס פעהלט דיר נאך וואס דו גייסט באקומען ביי אים.
נעה ביסט נאכנישט אין גאנצן 'אמתדיג', אינגאנצן 'סטרעס פרי', נישט בשלימות, ס'פעהלט 'התקשרות צו צדיקים', אביסל גאוה, אה ירידות, נכשל געווארן.
ס'מיר אזוי אינטרעסאנט ווען כ'זעה ווי יואלי ראטה ברענגט ארויס צו זיינע וויקטעמס די שוואכקייטן וואס זיי האבן כאילו ער וויל גאר זיי זאלן עס טוישן.
דו ווילסט דיינע מענטשן זאלן שפירן פארזיכערט מיט זיך אליין? אויב יא וועלן זיי פיינעלי אויסהערן זיך און נישט דיר.
בקיצור אנשטאט פון דעם סוד אז מ'קען זיך אקאצעפטירן און זיך ליב האבן, וועט ער נעמען הומען זאכן (וואס ער האט אויך) און עס פּעינטען ווי שווארץ און ווי ביי אים וועסטו כאטש זיין נענעטער צו פטור ווערן פון די 'שלעכטע' זאכן.
-
טייערע משפיע.
כ'וועל ניצן דעם זעלבן טול אויף דיר
כ'וועל דיר אראפמאלן דיין לעבן אזוי שלעכט
ביסט נעבעך אזוי אנגעוואנדן אז מ'זאל דארפן צוקומען צו דיר, ביסט נעבעך אזוי סטאק אין דיין קאפ, ביסט נעבעך קראנק.
קום נישט צו מיר פאר הילף ווייל דער ענטפער ליגט אין דיר.
הער אויף אראפקוקן אויף חלקים פון זיך אליין - וועסטו מער נישט אפלייקענען זייער עקזיסטענץ!
הייב אהן אנערקענען אז דיין חשיבות האט גארנישט מיט וואס דו ביסט מחליט אז גוט איז, נאר דיין גאנצע עקזיסטענץ איז א חלק פונעם בריאה און דאס איז דיין חשיבות, מיט דיינע 'חסרונות'.
סאו הער אויף פּעינטען א בילד פאר זיך וואס דו דארפסט זיין און אנהאלטן מיט ציין און נעגל.
אבער ווי לאנג דו ביסט נעבעך אזוי סטאק אז מ'מוז דיר דארפן - הרינו מוסר מודעה - כ'דארף דיר נישט, נישט ווייל כ'בין פערפעקט נאר ווייל כ'דארף נישט זיין פערפעקט, כ'בין אזוי מעסי ווי נאטור איז און כ'בליה און וואקס ווי אזוי מיין הארץ וויל. סאו דו קענסט מיר נעבעך נישט 'העלפן', און איך גיי דיר נישט העלפן פיהלן 'באדארפט'.
דו גייסט קיינמאל נישט כאפן פארוואס דו ווערסט אזוי ברוגז ווען איך בין ארום דיר, ווייל דו ערלויבסט זיך נישט צו איינזעהן וואס דו ווילסט טאקע פון מיר.