Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
סיריעסלי? דו קענסט נישט גלייבן אז אויף קרעמל איז דאס בכלל א דיסקאשען? אדער דו ביסט דא צו געזלייטן?איך קען בכלל נישט גלייבן אז דעיס איז בכלל א שמועס. כי עם קדוש אתה.... ובך בחר השם אלוקיך איז א פסוק אין די תורה
נישט אויסקוקן ווי לאולייפס איז זייער א לאו באריעצט די רעדסט וועגן 'עקעלדיג' , אוודאי ס'דא ריינע גוים מיט עקעלדיגע אידן , ליידער. אבער באופן כללי, וויפיל אידן קענסטו מיט עידס? וויפיל גוים קענסטו מיט א איידעלע שפראך אפי' לשיטתם? איך ווייס נישט אויב ס'האט מיט אידישקייט, אבער ס'איז זיכער אז די סיסטעם מאכט זיכער אז פרומע אידן האלטן זיך אסאך מער ריין און איידל ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג. (זיך וואשן די הענט יעדע 5 מינוט, גיין אין מקווה וואס מ'דארף זיך זייפן פארדעים, נישט זיך אנשיקערן אין בארס יעדע צווייטע נאכט, די סיסטעם ביי די נקבות זיך צו האלטן קלין וכד' )
לא זיכיתי להבין דבריך הקדושים
'אלגעמיינע באפעלקערונג' טוט די heavy lifting דא.באופן כללי איז עס א טיפה מן הים כלפי די אלגעמיינע באפעלקערונג.
נישט צו אויסזעהן ווי Lowlifes איז זייער א Low Bar
קודם כל , אה''נ, איך האב נישט געזאגט ס'האט מיט אידישקייט. איך רעד פון א פאקט ביי אונזער סאסייעטי.'אלגעמיינע באפעלקערונג' טוט די heavy lifting דא.
וויפיל אמיש מענטשן האבן געהארגעט אנדערע אין די לעצטע 20 יאר?
וויפיל האמאסיידס זענען דא צווישן די 'סארבס' אין דייטשלאנד?
וויפיל צווישן די איוגורס אין כינע?
סתם לייגן חסידישע אידן אין קאנטראסט צו די 'אמעריקאנער נאציאנאלע האמאסייד דאטא' זאגט נישט קיין סאך!
און יא, לעבן אין פארמאכטע - היי-טראסט קאמיוניטיס, מיט שטארקע פאמיליע בונדן, און האבן א שטארקע וועליו סיסטעם, איז 'באופן כללי' א גוטע דעטערענס פון קריים. גארנישט מיט 'אידישקייט' פער סע.
מסכים. אבער ביי אונז איז 90% סאסייעטי קעגן א סך א קלענערע % עליט קלאס און אנדערע מקומות
ס'קומט אבער אויך מיט א פרייז.. ווייניגער פרייהייט, ווייניגער אינדיווידואליזם, מער פיער פרעשור, מער צענזור, ווייניגער עדיוקעיטעד, און נאך.קודם כל , אה''נ, איך האב נישט געזאגט ס'האט מיט אידישקייט. איך רעד פון א פאקט ביי אונזער סאסייעטי.
יעצט איך קען נישט די אנדערע סאסייעטיס, און איך ווייס נישט וואס גייט פאר דארט, אבער טאקע דעיס זאג איך. איך רעד פון אונז כלפי דעים אלגעמיינעם כללית'דיגן גוי. דעיס אז ס'דא נאך אפאר פארמאכטע גויעשע קהילות מיט די זעלבע מעלות וואס אונז האבן , מסכים. ס'נעמט נישט אוועק פון די קאנסעפט
אבער נישט דאס איז די מדובר דא, מען איז דן אויב אידן זענען inherently העכער פונעם גויקודם כל , אה''נ, איך האב נישט געזאגט ס'האט מיט אידישקייט. איך רעד פון א פאקט ביי אונזער סאסייעטי.
יעצט איך קען נישט די אנדערע סאסייעטיס, און איך ווייס נישט וואס גייט פאר דארט, אבער טאקע דעיס זאג איך. איך רעד פון אונז כלפי דעים אלגעמיינעם כללית'דיגן גוי. דעיס אז ס'דא נאך אפאר פארמאכטע גויעשע קהילות מיט די זעלבע מעלות וואס אונז האבן , מסכים. ס'נעמט נישט אוועק פון די קאנסעפט
לאז אפ די מיסטישע/רוחניותדיגע קוק ווינקל, פרעקטיקלי ספיקינג, אוודאי איז דא אזעלכע און אזעלכע איבעראל אבער אין וועלעכע סאסייעטי איז דא די ווייניגסטע קריים, ביי אידן אדער ביי די מעקסיקאנער? וועמענס סקולס זענען די מערסטע פארזיכערט, די אידישע אדער די מוסלעמענער? און וועלעכע גאסן קען א מיידל שפאצירן אליינס באנייכט סעיף, אין דאונטאון מאנהעטן אדער שיכון סקווירא ?
ס'דא מעשיות ביי אונז? זיכער! קריים? ביג טיים! אומווערדיגע געשענישן? מאכט זיך אויך! אבער באופן כללי איז עס א טיפה מן הים כלפי די אלגעמיינע באפעלקערונג.
אה, און וויפיל מאל די לעצטע 20 יאר האסטו געהערט אז א איד האט געהארגעט א גוי ? און ברענג מיר נישט דא מדינת ישראל ווייל א מיליטער וכדומה איז אנדערש , איך רעד פון א ציווילע בירגער אטאקירן א צווייטן.
יעצט די רעדסט וועגן 'עקעלדיג' , אוודאי ס'דא ריינע גוים מיט עקעלדיגע אידן , ליידער. אבער באופן כללי, וויפיל אידן קענסטו מיט עידס? וויפיל גוים קענסטו מיט א איידעלע שפראך אפי' לשיטתם? איך ווייס נישט אויב ס'האט מיט אידישקייט, אבער ס'איז זיכער אז די סיסטעם מאכט זיכער אז פרומע אידן האלטן זיך אסאך מער ריין און איידל ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג. (זיך וואשן די הענט יעדע 5 מינוט, גיין אין מקווה וואס מ'דארף זיך זייפן פארדעים, נישט זיך אנשיקערן אין בארס יעדע צווייטע נאכט, די סיסטעם ביי די נקבות זיך צו האלטן קלין וכד' )
אריינגעפליקט און שויןמה ענין שמיטה אצל געפילטע??
וואס האט אידישע הירארכיע מיט די פאקט אז אין פארמאכטע קאנטראלירטע גרופעס פאסירט ווייניגער קריים???
God we need more common core![]()
וואס די אויפטו איז ?? ניבול פה איז אסורוואסי די מאראלישע אויבערהאנט פון זיין איידל?? פארוואס איז דאס בכלל אן אויפטו אז די ווארט פאק קומט ווייניגער ארויף אויף אונזערע לעפצן??
אדער אז די אפגעגאלטע רעביצין גייט פאם טייץ אנשטאט א ביקיני,?!?
סיריעסלי נייגעריג![]()
דו ביסט סיריעסלי נישט מיט אונז. דו האסט געליינט די טאפיק ביז אהער?
לויט די ראב״ד וואס @מארלי האט אראפגעברענגט און לויט די חת״ם סופר וואס @ריבי האט אראפגעברענגט קוקט יא אויס ווי זיי האלטן אז אידן זענען בעסערע מענטשן, ב'גוף.האלטן אז אידן זענען העכער/הייליגער פון א גוי האט גארנישט מיט ראסיזם אדער סופרעמיסיזם. די פראבלעם פון די סארט זאכן איז דאס דעגראדירן אנדערע מענטשן אלס ווייניגער מענטש - dehumanizing.
האלטן אז אנדערע זענען די זעלבע גלייך אלס 'מענטש' אבער אז מיר זענען העכער מכוח אונזער נשמה, אדער אז מיר זענען נבחר געווארן שלא בזכותנו צו זיין אן עם קדוש. איז א צוויטע זאך און אינגאנצן לעגיטים. אין פאקט, יעדע רעליגיע האלט אזוי.
איך זאג נישט אז די מוזט מסכים זיין דערצו, אדער קאנעקטן צו די איידיע. אבער אריינברענגען ראסיזם וכו' איז נישט אין פלאץ.
די ראב"ד מיינט נישט דאס. און די חת"ס בויעט אויף די גמרא וואס רעדט פון די דייעט וואס איז אנדערש ביי אידן ווי גוים וואס האט השפעה אויפן גוף, נישט אן אינהערענט חילוק.לויט די ראב״ד וואס @מארלי האט אראפגעברענגט און לויט די חת״ם סופר וואס @ריבי האט אראפגעברענגט קוקט יא אויס ווי זיי האלטן אז אידן זענען בעסערע מענטשן, ב'גוף.
די ראב"ד זאגט קלאר 'כי עובדי כוכבים הם כבהמות' ווי קען זיין מער dehumanizing ווי דעם?די ראב"ד מיינט נישט דאס. און די חת"ס בויעט אויף די גמרא וואס רעדט פון די דייעט וואס איז אנדערש ביי אידן ווי גוים וואס האט השפעה אויפן גוף, נישט אן אינהערענט חילוק.