די שטילע טויש אין בארא פארק

סאיז קלאר אזוי אמאליקע בארא פארק פרויען זענען שוין היינט נישט באקוועם אין בארא פארק געווארן זייער חסידיש
א חלק פונעם סיבה, די אינגע דור וואס געהערן נישט צו קיין חסידות זענען געווען די ערשטע אוועקצולויפן פון בארא פארק, רוב וואס בלייבן זענען די וואס געהערן צו א מקום, סאטמאר ראחמיסטריווקא באבוב קלויזענבורג וכדומה, צווישן אלע חסידות מוסדות זענען געווארן סאך מער פרום ווי אמאל, 30 יאר צוריק איז אפילו אין סאטמאר געווען נארמאל מאמעס מיט שווארצע טייטץ, אפילו געווען וואס האבן געדרייווט, היינט כמעט נישט דא אין קיין חסידישע מוסדות אזוי, דאס האט געטוישט די שטאט.
 
וכיהודא ועוד לקרא.
איך בין טאקע נישט קייין ב"פ'ער, אבער געהרט האב איך פון מיינ'ס א קאזין וואס וואינט דארט, אז היינט די מאדערנע עולם מופט אוועק פון ב"פ, ווייל עס איז געווארן צו חניוק'יש.
ער זאגט אז די באבוב'ע רב פאר'חניוק'ישט זיין עולם און ס'איז משפיע אויפן גאס. (און מיין קאזין איז נישט חשוד אויף אהבת באבוב)
באבוב האט גאנץ א שוואכע השפעה אויף די שטאט, זיי לעבן זייער שטארק פאר זוך

ס'איז אזוי ווי סקווירא נאר אן א שטעטל...

ס'איז נאר דא איין באבובע בית מדרש און אלע באבובע דאווענען דארט.

זיי דארפן נישט קיין מייל ארום ליידיג אז קיינער זאל נישט אנטלויפן...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מיר קוקט אויס ווי בארא פארק איז היינט צוטיילט אין געגענטער

19-21 עוועניוס איז היפש טאמס ריווער'דיג
14-15-16 הארדקאר חסידיש
12-11 הויכע סטריטס סאטמאר בעל בתיש.

בקיצור מען קען מאריך זיין אין א פונקטליכע אנאליז..
 
די שאלה וואס קען מען טון צו ראטעווען די שטאט. סאיז א גרויסע חרבן
לאז לעבן.
ראטעווען זאלסטו דיין חבר שכן ידיד וואס מאכט חתונה, דורעך אים ארינשטיפן אפאר טאלער.
ווען עירמאנט איז געווארן פארפרימט האט פאמאנע אויפגעבליעט, זארג נישט פארן כלל, זארג זיך פארן יחיד.
 
14-15-16 הארדקאר חסידיש
נו שוין, איך האב געמיינט איך דארף מאפן צי א צווייטע שטאט אויב איך וויל זיין אביסל מער אפען מיינדעד, איך ווער געוואר אז איך דארף נאר מאפן אפאר בלאקס..
 
מיר קוקט אויס ווי בארא פארק איז היינט צוטיילט אין געגענטער

19-21 עוועניוס איז היפש טאמס ריווער'דיג
14-15-16 הארדקאר חסידיש
12-11 הויכע סטריטס סאטמאר בעל בתיש.

בקיצור מען קען מאריך זיין אין א פונקטליכע אנאליז..
18 19 50 52 איז גור געשטימט....
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
באבוב האט גאנץ א שוואכע השפעה אויף די שטאט, זיי לעבן זייער שטארק פאר זוך

ס'איז אזוי ווי סקווירא נאר אן א שטעטל...

ס'איז נאר דא איין באבובע בית מדרש און אלע באבובע דאווענען דארט.

זיי דארפן נישט קיין מייל ארום ליידיג אז קיינער זאל נישט אנטלויפן...
איך האב אויך געמיינט אזוי, אבער אזוי האט מיך יענער געזאגט.
 
Back
Top