די טאג בוך פון א מבקש

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
1,560
רעאקציע ראטע
8,325
פונקטן
933
די נייע שנירל זאל דינען ווי א טאגבוך פאר מיר, אז ווען איך גיי צירוקקוקן דא אין אפאר יאר ארום זאל איך קענען לאכן א גוטס!
די נאמען פון די שנירל איז נישט פיינעל.

ס'יעצט 4:53 זינטאג נאך שבת נחמו, איך זיץ ווי א לוזער אין מיין דיינונג רום וואס איז לאקירט אין די סיטי, און איך שרייב די מעסעדזש צו די 4 ווענט פון קרעמל, אקעי נישט ממש די 4 ווענט, טעלי האלט אינמיטן גראבן אין אלטע שנירן,

אוועק פאר שבתים גיי איך נישט ווייל איך טריי צי וואטשן אויף מיין געלט, געהאט אין פלאן צו ספענדען די טאג אין אפיס, געוואלט מאכן צוויי 'מישען אימפאסיבעלס' אין מיין 'אלרעדי וואטש'ד ליסטע', באקום איך א קאל פון די רבצין תחיה ממש אין די 2 סקונדעס וואס די חברה זענען אהיים געקומען פון חדר אז זי קען שוין נישט מער און זי וויל מיר אינדערהיים, אפשר וועט מען גיין קיין פארק, איך האב געשטויסן מיט די פיס אז מ'דארף מיר נישט האבן צו גיין אפאר בלאקס, ווען דו האסט עפעס מער טערעסאנט ווי א פארק גיוו מי עי רינג, איך בין געקומען מיט א המצאה אז אפשר זאל מען פיינעלי אויסטרייען ברוקלין ברידזש פארק וואס איז ממש אונטער מיין נאז און אונז האבן נאכנישט איבערגעטרויטן דעם באדן, שווערליך צוגעשטימט, פאר ריזענס וואס כ'האב נישט קיין כח יעצט צו איבערזאגן, למעשה האט זי נישט געהאט קיין ברירה אין זי איז גראדע געווארן עקסיידעט,

וואס מיינט עטס? אלעס איז געווארן געקענסעלט ווייל איינע פון די ילדים הא שעל בי נעימלעס האט דיסיידעד צו האבן א שטארקע דייעריע, סא מ'דארף בלייבן אין די 4 פיס רעידיעס פונעם בית הכבוד, בין איך געבליבן סטאק אינדערהיים מיט אלע קריכעדיגע און וואקעדיגע, און סינס די האסבענד איז האום פארוואס זאל זי נישט וועלן ארויסגיין ווי א פרינץ אליין מאכן "errands", די האסבענד קען בעביסיטן!

און דא שטייט מען יעצט..

(לידיעה בעלמא ווען איך רעד די וועג אויף מיין רעבעצין איז עס די וועג ווי אזוי מיין מח פראסעסעט עס אין דעם הסתרה'דיגן מצב, איך האלט נישט אזוי אויף איר מיט א ניכטערן בליק, אדער נאך א אפענע שמועס מיט איר).
 
נעכטן איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב מיר געפילט ווי א ארימע דארפישע קרעטשמער וואס האט נישט קיין ברויט אראפצולייגן אויפן טיש,

ס'האט זיך אנגעהויבן ווי א געהעריגע מאנטאג, איך וואלט מיר נישט אין וויסטן חלום פארגעשטעלט אז עפעס אויסעארענטלעך גייט היינט געשען,

געזיפט מיין הייסע קאווע, געפענט קרעמל, (גראדע אויסגעטשעקט די ערשטע מאל די 'דת ואמונה' אפטיילונג, קען זיין כ'בין געשטראפט געווארן פון אויבן גלייך ;))

כ'האב אנגעהויבן זיך צוצוגרייטן צו א מיטינג גערופן אויף 12:00 ווען מיין פאון צוקלינגט זיך און מיין ווייב איז אויף די אנדערע זייט, אז זי איז ביים טוי סטאר מיט דעם דייריע אויסגעהיילטן קינד, אין זי וויל ארויסטשעקן עפעס א קליינקייט וואס מ'האט אים צוגעזאגט, און די דעביט קארד איז געווארן דיקליינט,

געזאגט פאר די ווייב נישט געזארגט, איך האב דאך א ביזנעס אקאונט, איך וועל טרענספערן געלט פון דארט אהער, ס'מיר געווארן שווארץ פאר די אויגן איך זעה אז איך האב דארט אינגאנצן 10 דאלער, איך האב עס געהאלטן בשתיקה, געטרענספערט די געלט און ב"ה ס'דורך..

ויהי 12 צייט פאר די מיטינג, די ווייב רופט נאכאמאל אז זי טרייט צו קאלן א 'אובער' צו טראגן דאס קינד אין חדר אבער 'אם אין קמח אין תורה', ס'נישטא קיין געלט, האב איך שוין נישט געהאט קיין ברירה און איר געזאגט אז די קראנען זענען אויסגעטרוקנט, "וועסט אים מוזן האום סקולן" זאג איך איר האלב סארקאסטיש און האלב צובראכן, למען האמת האב איך געהאט א פעיראול טשעק, נאר מיין בעה"ב איז נישט דא געווען פאר די סיינינג צערעמאניע,

אביסל בעקראונד
איך האלט אינמיטן גיין צי א פיינענטשול אדווייזער, טאקע פאר דעם, איך מיט באדזשעטינג פארשטייען זיך נישט, ס'מאכט מיר צומישט, ביז אפאר חדשים צוריק האב איך געלעבט אויף קרעדיט קארדס ביז די בעלענס איז געווארן ביזן דאך אן קיין פלאן אויף ווייטער, סאו איך האב דעמאלט צוגעמאכט אלע מיינע קרעדיט קארדס דורך א 3רד פארטי קאמפעני, און איך צאל פאר די נעקסטע פאר יאר א פיקסט אמאונט,

לעצטנס האב איך איינגעזען אז איך מוז גיין צי אן אדווייזער, געטראכט און געטון, איך האלט אינמיטן, זאכן האבן נאך אלס נישט געקליקט מיט מיר, ווייל ווי נישט ווי, נישט מיר מיינט מען, וואס.. איך גיי ווערן א אנזעצער? נעה.., איך האב געטראכט, אז אויף פען און פעפער ביים אדווייזער קום איך נישט אויס די חודש, זאכן זענען זייער שווארץ, אבער ביז כ'האב געמאכט פען און פעפער האבן זאכן געארבעט, פרעגטס מיר נישט די לאגיק דערפון, ווען מ'איז פויל מאכן אסאך זאכן סענס..

ביז..........נעכטן,

ס'איז פיינעלי געשען, ס'נישט געווען קיין געלט, נישטא קיין קרעדיט קארד, געוואלט קויפן א פיינע פרישטיג נאך דעם מיטינג אנגעקומען צי טעיק אוט נאר צו כאפן אז איך האב נישט ווי אזוי דאס צו באצאלן, דיי קליינע בלוי קארד וואס האט מיר אזוי שיין באדינט די לעצטע פאר יאר, און ממש לעצטענס האט ער אפילו מיר געקויפט זאכן אן זיך אריינשטעקן אין דעם מאשין, דזשאסט א טעב, די זעלבע בלויע קארטל איז יעצט נישט געווען צום האבן, ער האט מיר געלאכט אין פנים ווען איך האב פארשעמטערהייט ארויסגעוואקט פון דארט הונגעריג ווי א בער,

וואס טוט מען יעצט? בארגן? אה אה.. נישט איך,
ביז ס'געקומען 5:00 און די הונגער האט געטיילט געבראטענע שלעק, האב איך פיינעלי געבעטן א ווארק-מעיד זאל מיר בארגן אביסל קעש ביז די באס סיינט מיין טשעק,

ס'איז טאקע נישט קיין געשמאקע עקספיריענס, אבער ס'געווען די וועיק אפ קאלל וואס איך האב געדארפט,

זאכן געשעט אויב מ'נעמט נישט קעיר.. און יא, דיך מיינט מען!
 
געוואלד אין געשריגן!! דאס איז פרום? ווי אזוי האט מיין פילטער דאס דורך געלאזט.. :p

1755050912659.webp



שכח פאר ציברענגן, איך גיי צי RSK, לאמיר זעהן צי זיי קענען עפעס מאכן פון מיר...
 
איך האב מיר היינט באקענט מיט איינע פון די באליבסטע ניקים דא אויף קרעמל, אוי איז עס געשמאק געווען..

חברה, ס'לוינט זיך, ס'נישט אזוי שרעקעדיג ווי מ'מיינט..
 
ס'יעצט 4:53 זינטאג נאך שבת נחמו, איך זיץ ווי א לוזער אין מיין דיינונג רום וואס איז לאקירט אין די סיטי, און איך שרייב די מעסעדזש צו די 4 ווענט פון קרעמל, אקעי נישט ממש די 4 ווענט, טעלי האלט אינמיטן גראבן אין אלטע שנירן,
איך אויכעט ביי די וועי
 
איך האב מיר היינט באקענט מיט איינע פון די באליבסטע ניקים דא אויף קרעמל, אוי איז עס געשמאק געווען..

חברה, ס'לוינט זיך, ס'נישט אזוי שרעקעדיג ווי מ'מיינט..
אן א נאמען האט עס נישט קיין ווירדע
 
מיין אלטרע חסידישע ווארקמעיד האלט אינמיטן רעדן צי א קלייענט וואס רעדט נאר ענגליש, אין ער זיכט ענגלישע ווערטער מיט לעכט, ער איז אין אזאכע פעין, אז מיין הארץ גייט אויס פאר אים, כ'האב אים נאך קיינמאל נישט געהערט אזוי קעקעצן, ער איז אזא געלונגענע אינגערמאן, ער קען גוט זיין ארבעט, אבער ווען ס'קומט צי ענגליש איז ער נישטא,

איך קען אויך נישט גראדע, אבער איך קען ענק ציזאגן אז ווען איך גיי אים פרעגן נאכדעם צי ער וואלט ווען געוואלט קענען בעסער, גייט ער מיר זאגן נעה.. וואס איז שלכט אזוי, ספעלט מיר עפעס? ווער וויל אים זאגן
 
ער ליינט דא אין קרעמל און זאגט "משוגע בין איך געווען נישט צו כאפן אז דו ביסט דער איש מבקש, ס'דאך ממש אויפן האר"...
 
היינט בין איך נישט אין די גוסטע צי וואטשן אויף א צווייטענס געפילן, מיין הארץ איז צי צישטארעמט אויף זייער אסאך ענגעלס, איך בין אויך נישט אין די גוסטע צי שרייבן מסודר, ווייל מיין קאפ איז נישט מסודר, איך האב ציפול וואס איך דארף ארויסגעבן, איך בעהט איבער יעדען פון פאראויס.
איך האף אראפשרייבן וועט מיר העלפן.
 
היינט בין איך נישט אין די גוסטע צי וואטשן אויף א צווייטענס געפילן, מיין הארץ איז צי צישטארעמט אויף זייער אסאך ענגעלס, איך בין אויך נישט אין די גוסטע צי שרייבן מסודר, ווייל מיין קאפ איז נישט מסודר, איך האב ציפול וואס איך דארף ארויסגעבן, איך בעהט איבער יעדען פון פאראויס.
איך האף אראפשרייבן וועט מיר העלפן.
שרייב בעיבי שרייב.
שרייב, פליק אריין, שטעך, פּראק אויס, פאָר אריין, טייל פּעטש, האַק קלעפּ, שטויס פון אונטן, בויקער אן די ביינער, ווער צעלאזט, קאמאנדעווע ארום, דשוכע זיך אויס אן קיין חשבון.
 
קודם כל וויל איך בעטן ווער ס'קען אריינהעקן אין מיין קאמפיטור אין בלאקן טוויטער, איך קען עס מער נישט פארנעמען, אנגעפילט מיט ווידאוס ווי מענטשן בליטיגען אויס צום טויט, פארוואס האב איך געקוקט??? פארוואס??
 
צי מיין ווארקמעיד וואס זיין פאות איז געדרייט יעדען טאג די זעלבע וועג, עסט פרישטיג יעדען טאג די זעלבע צייט, לאכט פון די זעלבע דזשאוקס, א שטאלצע איד, בקיצור, נעכטען האט ער געזען ווי איך בין אויס מענטש מיט די טויט פון טשארלי קלירק, רופט ער זיך אן, "וואס איז שוין געשען? נאך א גוי איז געשטארבן.. וואס נעמסעך אזוי צום הארצן אז א גוי שטארבט?" וויל איך אים דא זאגן בשער בית רבים, גאו פ*ק יארסעלף!
 
אויך האב איך געטאן נעכטען די מיסטעיק פון קוקן אויף אייוועלט (אינמיטן טאג האב איך נישט קיין ערסעס צי X, אייוועלט איז מייין איינציגסטע סורס)

ס'דא מענטשן דארט וואס אדער שרייבן זיי פרום פאר קליקס' אדער סתם מיזערעבול מענטשן,
איין אויסצוג:
"ווען א איד שטארבט ביזטו אויך אויס מענטש?"

טייערע פארוקטע נשמה, פארוואס קען נישט אריינגיין אין דיין ראסטיגע דזשעלי העכער די האלדז אז מענטשן ווערן טרויעריג אז א אינגע מענטש איז געווארן געקוילעט אין פראנט פפון 100טער מענטשן דזשאסט פארן דיבעיטן מענטשן? איך טאר נישט זיין טרויריג נאר אויב איך בין אויך טרויריג אז א קרית יואלע איד איז געשטארבן? אין ווער זאגט איך בין נישט טרויריג ווען סגעשעט א טרעדיגעדיע צי איד?? יא מיין הארץ איז גענוג גרויס!! אפשר דיינס נישט

וואסערע רח שטות גייט אריין אין איד צי שרייבן אזא סטעיטמענט?
 
איך האב געהאט א שלאפלאזע נאכט נאכן קוקן די קליפ אויף X ווי א אומליגאלע אימיגראנט (אלעדזשעטלי) שעכט א יונגע אוקריינע פרוי, ס'איז אזוי מיען גראפיש, אז מיין הענט ציטערט יעצט בשעתן שרייבן,

א מערדער כאפט איר אן ביים קאפ, געט א שנייד אריין אין איר האלץ מיט א רשעות אין וואקט אוועק, נאכן ווערן געשאכטען קוקט די פרוי נאך דעם שוחט מיט בעטעדיגע אויגן, זי ווייסט אליינס נישט וואס איז געשען צי איר, זי בייגט אראפ איר קאפ, זי פילט ווי זי איז נאס פון בלוט 😭 זי הייבט אן וויינען מיט ביידע הענט אויף איר פנים, א פרוי, זי וויינט אז איינער האט איר וויי געטאן, זי וויל וויסן וואס זי האט שלעכט געטאן, זי וויל עס פשוט אויסוויינען 😭, זי ווייסט נישט אז ס'איז איר לעצטע מינוטען.... זי פארלירט איר בעלענסט, זי פאלט צי די זייט, קיינער קומט איר נישט העלפן, זי שטארבט א שטאטע פעינפולע טויט,

אוי איך קען נישט מער 😭😭😭
 
לעצט רעדאגירט:
קודם כל וויל איך בעטן ווער ס'קען אריינהעקן אין מיין קאמפיטור אין בלאקן טוויטער, איך קען עס מער נישט פארנעמען, אנגעפילט מיט ווידאוס ווי מענטשן בליטיגען אויס צום טויט, פארוואס האב איך געקוקט??? פארוואס??
מבקש'ל ליבער, דו דערמאנסט מיר ווי איך האב אמאל געזען א בלוט סצענע אויף טעלעגראם וואס האט מיר שוואך געמאכט פאר עטליכע טעג. איך האב נישט געקענט עסן, שלאפן, ארבעטן, ס'האט מיר ממש איבערגענומען. ביז היינט מאכט עס מיר דיזי און נאשעס ווען איך דערמאן זיך דערפון.

מען ברויך שטיין ווייט פון די זאכן.

אגב, געב מיר דיין X נאמען און פעסווארד, און איך וועל שוין אריינהעקן אין דיין אקאונט 😀
 
צי מיין ווארקמעיד וואס זיין פאות איז געדרייט יעדען טאג די זעלבע וועג, עסט פרישטיג יעדען טאג די זעלבע צייט, לאכט פון די זעלבע דזשאוקס, א שטאלצע איד, בקיצור, נעכטען האט ער געזען ווי איך בין אויס מענטש מיט די טויט פון טשארלי קלירק, רופט ער זיך אן, "וואס איז שוין געשען? נאך א גוי איז געשטארבן.. וואס נעמסעך אזוי צום הארצן אז א גוי שטארבט?" וויל איך אים דא זאגן בשער בית רבים, גאו פ*ק יארסעלף!
קומסטו דא אריין אין קרעמל אונטער אן אנאנאמישער נאמען, און די זאגסט פאר דיין ווארק מעיד בקול קמה דאו פ*ק יורסעלף. איך גלייב אז ער איז נישדא אין קרעמל. לויט ווי אזוי ער קראזעלט זיינע פיאות און עסט די זעלבע צייט וכו'. א שאד זיך צו רעגן דא אויף איהם זאג עס איהם דירעקט.
 
קומסטו דא אריין אין קרעמל אונטער אן אנאנאמישער נאמען, און די זאגסט פאר דיין ווארק מעיד בקול קמה דאו פ*ק יורסעלף. איך גלייב אז ער איז נישדא אין קרעמל. לויט ווי אזוי ער קראזעלט זיינע פיאות און עסט די זעלבע צייט וכו'. א שאד זיך צו רעגן דא אויף איהם זאג עס איהם דירעקט.
איך קען איינעם אויף קרעמל וואס זיינע פיאות זענען יעדן איינציגסטן טאג געקרייזלט די זעלבע

זע דא 👇
הק' לייביש שרייבער
 
מען ברויך שטיין ווייט פון די זאכן.
איך בין געשטאנען ווייט, רוב נארמאלע אקונטס אויף עקס האבן נישט געלייגט די ווידאו, ביז ס'איז אריינגעקומען אין מיין פיד איין חכם וואס האט געזאגט אין זיין מעסעדזש אז ס'איז א גרויסע מצוה אז יעדער זאל עס זעהן.. פארוואס? אויך פאר פאליטישע ריזענס.

אויך א זאך וואס איך שריי שוין לאנג, אלעס ווערט פאליטיש, מענטשן האבן נישט קיין געפילן, די געפיל ליגט אין די פאליטישע טאלקינג פאונט, נאך פאר איינער ווייסט נאך נישט צי ער איז טויט צי נישט, איז שוין דא מיליאנען מענטשן וואס פאליטיזירן עס, דער שרייט אימעגרענטס, און יענער שרייט גאנס,

איך זאג נישט אז מ'זאל נישט רעדן פאליטיקס, אוודאי זאל מען, מ'דארף טאן דא עפעס אלס א לאנד, מ'מוז מאכן טשענדזשעס, אבער קודם לעב מיט די טראגעדיע, לאז עס זיצן אין דיין מח אביסל, פארגעס פון דיין פארטיי, געב א טרער, געס וואט, אפשר נאכדעם וועסטו האלטן אנדערש ווי "דיין פארטיי", אפשר וועסטו אויך האלטן אז מ'דארף האבן שטערקערע גאן געזעצן, אבער אויב די קאפ גייט גלייך פאליטיש, "אוי די לינקע גייען אוועקנעמען די 2ND אמענדמענט" אדער אויב די קאפ זוכט גלייך דעם שולדיגער קען מען גארנישט טוישן אין אמעריקע,

רבותי, מענטשן געזוכט!
 
Back
Top