דיין ערשטע TV Show

@אינטעליגענט איך מיין אז דו טרייבסט איבער. ברעיקינג בעד איז א גוטע שאו, אבער "מען קען נישט הנאה פון די מושג פון טיווי שאו'ס בי מ'קוקט עס"? דאס איז אביסל צו ווייט
 
ברעקינג בעד איז א top show - מ'קען נישט הנאה האבן פון די מושג פון טיווי שאו'ס ביז מ'קוקט עס. לדעתי. ס'שטופט אוועק אסאך שאו'ס וואס מ'קען מיינען זענען נישט שלעכט, אבער נאך א ברעקינג בעד שעמט מען זיך אז מ'האט אמאל געזעהן אדער רעקאמאנדירט אנדערע...
אזוי ווי מ'האט שוין אנגעמערקט איז דאס א גוזמא, אבער ס'איז אמת אז ברעיקינג בעד איז אייגנארטיג אין כאטש איין וועג, און פאר א סיבה איז עס פאררעכנט אלץ דער בעסטער טיווי שאו.
לענ"ד איז עס די ארטיסטישע דגש פון דעם שאו, נישט אזוי ווייט די פלאט און די קערעקטערס (וואס זיי זענען געוואלדיג גוט אוודאי). עס האט צו זיך אזא היפנאטיז עפעקט, ווי דער קריעטער (מר ווינס גיליגען שיחי') נעמט דיר אריין אין זיין שויס און פארציילט דיר א מעשה, מיט אן ארטיסטישע נוסח.
און הא גופא קען זיין א סיבה פאר איינער וואס זוכט עפעס גוטס, עס דייקא נישט ליב צו האבן, ווייל מען דארף זיך לאזן פירן, און נתפעל ווערן פון די ארט.
איך מיין אז די חסידים פונעם שאו וועלן פארשטיין וואס איך מיין, כאטש איך ברענג מיך נישט גוט ארויס.
 
@אינטעליגענט איך מיין אז דו טרייבסט איבער. ברעיקינג בעד איז א גוטע שאו, אבער "מען קען נישט הנאה פון די מושג פון טיווי שאו'ס בי מ'קוקט עס"? דאס איז אביסל צו ווייט
איך האלט וואס איך האלט, איך האלט נישט ס'איז א גוזמא, לאו דוקא די בעסטע שאו, ס'איז אבער א שאו וואס מ'דארף קוקן. ס'איז דא must see's - ס'איז גארנישט אויב עטס קענטס נישט די ליין איך נעם עס פערסאנל ווי א טייערע וויין.

א שאו איז א ארט, ס'איז א שטיק ענטערטעינמענט - נישט יעדער פארשטייט צו די געדאנק, אנגעהויבן דאס מישן א קאשע פון מאווי'ס און טיווי שאו'ס - צוויי אנדערע פלאנעטן.
 
איך פרעג נאר אזא שאלה, וויאזוי דעוועלאפד מען א גוטע טעיסט אין א זאך אויב מ'בויט די טעיסט בלינד אויף וואס מ'גלייכט און נישט אויף וואס ס'איז דא available?

איך זאג נישט איך צווינג צו קוקן וואס מיר געפעלט, איך בין בלויז מסביר שאו'ס איז אן ארטיקל, אז דו קוקסט עניוועי פארוואס זוכסטו די גארבידזש, האב רייכע השגות...
 
מיין ערשטע איז געווען Friends... קיינער דא האט עס נאכנישט געזען?

דאס איז געווען גערעיטעד אלס די טאפ סיטקאם בשעתו. עס האט זיך אנגעהויבן ווען די טווין טאוערס איז נאך געשטאנען.

6 עקטארס, 3 מענער און 3 פרויען, וועלכע וואוינען אינאיינעם. דו ביסט ממש געווארן אטטעטשד צו זיי. ווען די שאו האט זיך געענדיגט נאך 10 יאר (!) האבן מענטשן ליטערעלי געוויינט פאר בענקשאפט.

איינער פון די עקטארס "טשענדלער בינג" (עכטע נאמען Matthew Perry) איז געשטארבן א יאר צוריק און געווען אין די נייעס.
די היינט באקאנטע Jennifer Aniston איז אויך דעמאלס באקאנט געווארן.

שפעטער האב איך געוואטשט פריזאן ברעיק. אוי איז דאס געווען שרעקעדיג מיט אזעלכע דראמא... העכער אלע מיינע דמיונות און פאנטאזיעס. ס'ערשטע מאל באקומען א שטיקל בליק אין תפיסות. איי מייקל סקאופילד...

שוין יארן יארן פארלאפן זייט דעמאלס. שוין נישטא קיין צייט היינט פאר דעם.
 
איך האלט עס אינמיטן וואטשען (It helped me learn English) איך האב אנגעהויבן לערנען האב איך היינט נישט קיין צייט
 
איך קען נישט אריינקוקן אין א ווידעא אזוי לאנג. ממילא האב איך נאכנישט געזען א טי ווי שאו.
 
ברעקינג בעד איז א top show - מ'קען נישט הנאה האבן פון די מושג פון טיווי שאו'ס ביז מ'קוקט עס. לדעתי. ס'שטופט אוועק אסאך שאו'ס וואס מ'קען מיינען זענען נישט שלעכט, אבער נאך א ברעקינג בעד שעמט מען זיך אז מ'האט אמאל געזעהן אדער רעקאמאנדירט אנדערע...
ביי מיך איז עס The sopranos. זייט איך האב עס געקוקט האב איך א שווער צייט צו טרעפן א שאו וואס דערנענטערט זיך צו די הויעכע סטאנדארט. ברעיקינג בעד איז איינס נאך דעם אבער מיט א גרויסע געפ
 
מיין ערשטע איז געווען Friends... קיינער דא האט עס נאכנישט געזען?

דאס איז געווען גערעיטעד אלס די טאפ סיטקאם בשעתו. עס האט זיך אנגעהויבן ווען די טווין טאוערס איז נאך געשטאנען.

6 עקטארס, 3 מענער און 3 פרויען, וועלכע וואוינען אינאיינעם. דו ביסט ממש געווארן אטטעטשד צו זיי. ווען די שאו האט זיך געענדיגט נאך 10 יאר (!) האבן מענטשן ליטערעלי געוויינט פאר בענקשאפט.

איינער פון די עקטארס "טשענדלער בינג" (עכטע נאמען Matthew Perry) איז געשטארבן א יאר צוריק און געווען אין די נייעס.
די היינט באקאנטע Jennifer Aniston איז אויך דעמאלס באקאנט געווארן.

שפעטער האב איך געוואטשט פריזאן ברעיק. אוי איז דאס געווען שרעקעדיג מיט אזעלכע דראמא... העכער אלע מיינע דמיונות און פאנטאזיעס. ס'ערשטע מאל באקומען א שטיקל בליק אין תפיסות. איי מייקל סקאופילד...

שוין יארן יארן פארלאפן זייט דעמאלס. שוין נישטא קיין צייט היינט פאר דעם.
די לייכטע ליצנות דארט איז אויסצוקושן
אויך געווען פון מיינע ערשטע
נאך א גאר גוטע לייכטע ליצנות שאו איז גילמור גירלס
 
מסתמא יא, אבער נישט די 'ערשטע'. זעה די קעפל.
 
!Thank you
?Is it more drama , action ,crime style or more mystery, romantic style
 
It has drama, mystery, and some romance
 
  • לייק
רעאקציעס: Lilly
suits האט אזויפיל seasons און episodes, איז עס ווערד אנצוהייבן? ווי שטארק וואלסטו עס recommended?suits

suits האט אזויפיל seasons און episodes, איז עס ווערד אנצוהייבן? ווי שטארק וואלסטו עס recommended?
Suits איז זייער אינטערסאנט נאר מען דארף וויסן אז מען האט צייט איינמאל א וואך ווייל אז נישט פארגעסט מען די מעשה
 
Back
Top