געבעטן א תיקון

ווער זאגט אז עסן יום כיפור איז די הארבסטע?
אפשר איז לשון הרע אדער קוקן אויף פרויען אדער זיך ווייקן שבת אין מקוה הארבער?
די משנה זאגט הוי זהיר במצוה קלה כבחמורה
שאין אתה יודע שכרה של מצוות
זאגען די מפרשים אז דאס מיינט מצוות עשה , ביי מצוות לא תעשה ווייסט מען וועלכע איז חמור ,ווייל מען קען זעהן פון די עונשים. די וואס האבען א גרעסער עונש דעזיגנעיטעט זענן מער חמור
איז פשוט אז עסן יום כפור איז כרת , זיך ווייקען אין די מקוה שבת איז א שבות , לשון הרע איז א לאוו
און עס נישט דא קיין מלקות .
 
איך ווייס די גאנצע מעשה מיט סאך מער דיטעילס פון קראנטע מקורות

באט דעי חלום גלייב איך נישט דעי עושר האט געטראכט פון דעי מעשה צו סאך האט ער שוין אויכט געחלומט פון אים
הייסט אז ער האט געוואוסט די מצב פון די אינגערמאן נאכפאר ער האט גע'חלומ'ט? אויב יא איז דאס נאך א רינגעלע צו די קייט פון מעשיות וואס טוישן קלייניגקייטן גיבט דאס אן אנדערע בילד.
 
איך האב גראדע יא חשק צו וויסן ווער ס'איז, (יענעמס Nightmare's איז מיך נישט אינטערעסאנט).
אפשר איז ער גאר געווען איינער פון קאווע שטיבל?
און מ'זאל מקיים זיין רצון המת און מפרסם זיין זיינע ווערק, און אויך קומט זיך עם א הספד כדבעי.
 
איך האב גראדע יא חשק צו וויסן ווער ס'איז, (יענעמס Nightmare's איז מיך נישט אינטערעסאנט).
אפשר איז ער גאר געווען איינער פון קאווע שטיבל?
און מ'זאל מקיים זיין רצון המת און מפרסם זיין זיינע ווערק, און אויך קומט זיך עם א הספד כדבעי.
יענער איז אוועק יארן צוריק
 
הייסט אז ער האט געוואוסט די מצב פון די אינגערמאן נאכפאר ער האט גע'חלומ'ט? אויב יא איז דאס נאך א רינגעלע צו די קייט פון מעשיות וואס טוישן קלייניגקייטן גיבט דאס אן אנדערע בילד.
דעי מעשה מיט די אינגערמאן איז געווען יארן יארן צוריק די חלום איז געווען קוים יעצט
 
די קעפל וואלט ווען געברויכט צו זיין "א מעשה מיט א ספרים שאנק" דאס איז דאך די עיקר נקודה ווייל ווילאנג די ספרים שאנק מיט זיין נאמען איז געווען דערויף אידאך געווען אלעס פיין
 
איך קוק אן די מעשה ווי נאך א וועג צו האלטן יעדעם אין די סיסטעם און קיינער זאל נישט לייענען אדער אויסהערן א צווייטען וואס האבן אנדערע שיטות ווי די ביסט אויפגעוואקסן, אז נישט גייט דיין נשמה אראפקומען שווארץ צו יואלי לאנדא׳ס זוהן…
ס׳דא אפילו מענטשן וואס גייען זעהן דיין נשמה שווארץ ווייל די ליינסט די עמי אדער משפחה.
אדער איז די עושר א מענטש וואס חלומט פון געלט און נשמות…
רבותי, דו קריסטן און יעדע אנדערע גלויבן האבן אויכט די מעשות, אז די חלומסט עפעס דערצייל עס אן א נאמען, אז נישט קענסטו האבן בושות.
חוץ פון דעם דארף איינער ארויסגעבן א ספר מיט אלע זאכן וואס אויב דו טוסט יענץ באקומסטו נישט קיין שטראף אפילו דו ביסט א אוכל נבלות אדער בועל א אשת איש, ס׳איז ממש א שאד צו וויסן די איסורים פון די תורה, סך הכל זאג פאר דיינע קינדער אז אויב געבן זיי א ספרים שאנק אדער מנדב אביסל עסן לעילו נשמת עפעס א צדיק זענען זיי גוד טה גאו, אזעלכע מעשות שטימט אפילו נישט מיט די אידישע רעליגע…
 
וואס געפעהלט מיר (נישט) איבער די מעשה איז אזוי, רוב פון די מינע מעשיות ווי איינער איז געקומען אין חלום געבעטן א תיקון וכדומה דרייט זיך געווענליך ארום איבער עבירות בין אדם למקום. כמעט קיינמאל האב איך נישט געהערט אדער געליינט איבער איינעם וואס האט באגנב'ט א יחיד אדער א ציבור זאל קומען בעטן א תיקון. איך קען גענוג און נאך מענטשן וואס זענען נאך עלי אדמות און וואס לעבן שוין נישט און האבן ב'גנב'ט און ב'גזל'ט אנדערע, אנגעפירט מחלוקת, מבזה געווען אנדערע מוציא שם רע געווען אנדערע און טייל פון זייערע נעמען געפונען זיך אויף הייליגע מענטעלך פון ספרי תורה אדער ריזיגע טויערן פון שולן, מארבעליזירטע היכל התורות ועוד (אקעי מילא די האבן דאך באצאלט פאר גאט לא יחרץ געלט) און אנדערע וואס האבן נישט זוכה געווען אז זייערע נעמען זאלן פיגורירן ווייל זיי האבן קיינמאל נישט אראפגעגעבן מעשר פון זייער ג'גנב'טע געלטער פאר שולן און ישיבות און סאמהאו הערט מען גארנישט פון חלומות, תיקונים, צוריקגעבן גניבות, נאטינג א פּיפּס נישט.

פארוואס עפעס נאר ווען ס'קומט צו זאכן וואס פארשטארקערן רעליגיע ווי למשל קליידונג, כפירה, עסן אום יו"כ, אלא מאי.... כ'פרעג נאר ס'ווינדערט מיך
 
Back
Top