Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
ריכטיג, איך זיך נישט קיין געגאנבעטע. איך זיך די מקורות.דאכט זיך אז ר? יום טוב ערליך האט נישט איינגערעדט דעם עולם אז ס׳זיינע ניגונים, ס׳געוועהן פשוט ביי יעדעם (עכ״פ יוצאי סאמארקאנד) אז ער נעמט פאפ ניגונים און ער לייגט ארויף אידישע ווערטער, אזויווי יונתן שווארץ האט געטוהן און די 90׳ס ער האט גענומען באקאנטע ניגונים און ארויפגעלייגט זיין אייגענע ווערטער.
זייער גוט
דא האסטו עס מיט ענגלישע ווערטער
ווער האט גע'גנב'עט פון וועמען, ס'קוקט מער אויס אז די גוי'אישע איז גע'גנב'עט פון די אידישע
אין די גוי׳שע וועלט מאכט מען טויזנטערס מיט suing ווען איינער נעמט אפילו נאר אן intro מיט א vibe פון יענעם׳ס songאלץ איז די שאלה ווער האט געגאנוועט פון וועמען. פאראן א סך ניגונים גאר ענדליך איינס צום אנדערן, שבת קודש פון יום טוב עהרליך אפ געזעהן ווער סאיז דער ארגינעלער מחבר איז גאר ענדליך צום אלטערנאטער והוא שעמדה והוא שעמדה..., זיין מיר דאנקען און לויבן פון אני מאמין אפ געזעהן פונעם ארגינעלן מחבר איז בלי ספק ווי וטהר ליבינו טאטע. דער ערשטער פאל אדון עולם פון בעלז איז ווי כל מקדש וואס מען זינגט אין פשעווארסק. בצאת ישראל פון מאדזשיץ (וואס איז דא אויף כולנו מסיבין) דער ערשטער פאל איז ענדליך צום ערשטן פאל פון א ניגון באקאנט אין א סאטמאר. הרחמן פון בן ציון שענקער דער צווייטער פאל איז ווי צווה פון בעריש ווישעווער, זיין שיבתי דער צווייטער פאל איז ווי סאן רייז סאן סעט, זיין ממקומך (אויף שירתא) דער לעצטער פאל איז ווי מקימי פון מרדכי. מרדכי׳ס תערוך לפני פון גם כי אלך איז ווי בראש השנה.
זענען געגאנוועטע תנועות קונצליך אריינגעפלאכטן אין א קאמפעזיציע פארעכנט געגאנוועט? יוסי גרין און יענקל תלמיד זענען אויסגעשפראכענע מומחים אין דעם און די צוויי זענען די גרעסטע קאמפאזיטארס פון די דורות נאכן קריג.
אבער אז דו ווילסט רעדן פון ממש געגאנוועטע ממקורות חיצונים, איז דאך באקאנט, כוכבים, דעדי דעיר, יידן, יוניטי, פון מרדכי. לטב עבוד פון מיכאל שטרייכער, אשר ברא פון פיאמענטא, אני מאמין פון דדי (בית אבא)
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט אבער ס׳ארא הייליגע ניגון דאס!! ס׳וואלט געווען שיין אויף א ראש חודש׳דיגע ממקומך אדער א פתחו לי גאר…דא האט איר דעם ערשטן פאל.
View: https://youtu.be/m5UcZ9thgPI?si=1phbDJD8tp5TAmNT
צווייטע חלק ווערט נאך געזוכט...