גע'גנב'עטע ניגונים

כ'האב ממש לעצטנס געטראפן וואס איך מיין איז דער מקור פון 'דער חלום' פון ר' יו"ט עהרליך (פון מיין פעיוואריט יו'ט עהרליך ניגונים). א 19צטע יאר הונדערט ראמאנטיק. ס'איז נישט אין די בלאג וואס איז געלינקט אויבן מ'קען עס צולייגן צום ליסטע;

View: https://youtu.be/-RGHnVMVXMA?si=Eq9Jt7vG3dpR8nrQ


View: https://youtu.be/LZW_q6RMnOk?si=ELnM1MSCrcq3Pv4_





מר שושני האט געשריבן:
וויאזוי האסטו עס געטראפן?
ס'האט געשפיהלט איין טאג אויף classical ראדיא, מיר געמאכט אויפשפרינגן, כ'האב שנעל אנגעצינדן גוגל'ס סאנג פיינדער צו עס סעיוון.
 
ס'האט געשפיהלט איין טאג אויף classical ראדיא, מיר געמאכט אויפשפרינגן, כ'האב שנעל אנגעצינדן גוגל'ס סאנג פיינדער צו עס סעיוון.
דאס איז אן ריזן אויסטרעף מיין איך.
דאס שלאגט אפ די וואס טענה'ן אז ער האט פשוט גענוצט ניגונים מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן אינדערהיים...

די אריגענעלע מקור (דא) איז זייער אנדערש, און אויך די פאל פון וואס מ'רעדט איז ערגעץ אינמיטען. ס'איז א שפאנישע מקור. עס איז ביי מיר כמעט זיכער אז נישט דארט האט ער עס געהערט.

דאקעגן די ווערסיע וואס דו ברענגסט איז פון 1967.
אזוי אויך איז עס די אנהייב פון די ליד, און ממש אקוראט די זעלבע.

ס'איז שטארקע פראהף אז ער האט שיינערהייט געהערט ראדיא, און א פרוי נאכדערצו, בשעת'ן זינגען ווי איידל און שיין וויליאמסבורג איז.

דאס האט מיט רוסישע פאלקס לידער קיין שייכות נישט!

עיין אין די שנירל. 😏
 
כ'האב אויך באמערקט אז געוויסע ווערסיעס זענען מער ענדליך ווי אנדערע. כ'האב אבער נישט צאמגעשטעלט די פיקטשער אין די וועג, כ'וואלט סיי ווי נישט געהאט די גאטץ צו אנעליזירן אזויווי דו😏

Truth matters though, סאו א דאנק פאר'ן אריינקומען קלאר. דיין קאנקלוזשען איז נאכאלץ נישט מוכרך לענ"ד.ער וואלט געדארפט מורא האבן צו נעמען א ניגון לייוו פון די מאדערנע ראדיא, ער איז זיכער נישט געווען די איינציגסטע אין וויליאמסבורג וואס האט אויסגעהערט ראדיא, און ער האט עס געוויסט.

הגם ער האט נישט געהאט די אריגענעלע ווערסיע האט ער מן הסתם געהערט א צווייטע ווערסיע נישט דווקא פון די 1967 פרוי
דאס שלאגט אפ די וואס טענה'ן אז ער האט פשוט גענוצט ניגונים מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן אינדערהיים...
די ארגומענט וואס איך האב געהערט איז נישט אז ער זינגט ניגונים מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן, נאר ווען ער איז געווען אין סאמארקאנד ביים קריג, האבן די פויערן דארט געמאכט אזעלכע קומזיצן, ווי ער האט זיך אויסגעלערנט אסאך אלגעמיינע פאלקס לידער.
 
דיין קאנקלוזשען איז נאכאלץ נישט מוכרך לענ"ד
פארשטייט זיך. איך האב נישט געזאגט אז יא.

הגם ער האט נישט געהאט די אריגענעלע ווערסיע האט ער מן הסתם געהערט א צווייטע ווערסיע נישט דווקא פון די 1967 פרוי
ס'איז ממש אקוראט די זעלבע אין סטיל און אין ריטם.
ווילסט זאגן ער האט פונקט צוגעטראפן צו טוישן די אריגענעלע צו די סטיל און ריטם, פונקט אפאר יאר נאך איר? אקעי.
פאר מיר איז עס שווער צו גלייבן.
 
כ'האב שוין לאנג אן אויפאסונג אז די אידישע ניגונים וואס רעדן די מערסטע צו מיר זענען אלעס געשריבן געווארן דורך פורקי עול וכו' די אידישע טעאטער ניגונים, אזעלכע ניגונים ווי 'א סוכהלע א קליינע' 'אויפ'ן פריפעטשיק' 'ראזשינקעס און מאנדלען', דער אלע ניגונים האבן גערעדט צו מיין נשמה נאך סאך פאר כ'בין "קאליע" געווארן. ר' יום טוב איז געווען די איינציגע אויסנאם, פון אידישע ניגונים פון אן ערליכע איד, וואס מאכט מיר אימאושענעל.

אויב מ'נעמט אבער אן אז ר' יום טוב איז געווען א closet אויפגעקלערטער וואס האט פשוט געפאלאוד די גאלדענער אדלער'ס עדווייס... שטעלט זיך ארויס גאר א מאדנעם פענאמען, וואס פארלאנגט צו אנעליזירט ווערן. וואס איז טאקע פשט אז יראים ושלימים חרדים קענען נישט שרייבן קיין ניגונים מיט א טיעפע געפיל צו/ארום אידישקייט??🤔 כ'פראביר צו טראכטן פון אן אויסנאם (חוץ פון ר' יו"ט), ס'גייט באמת נישט.
 
דער אלע ניגונים האבן גערעדט צו מיין נשמה נאך סאך פאר כ'בין "קאליע" געווארן.
עס פאלט דיר נישט ביי אז דייקא וועגן דעם ביסטו קאליע געווארן? 😀


אויב מ'נעמט אבער אן אז ר' יום טוב איז געווען א closet אויפגעקלערטער וואס האט פשוט געפאלאוד די גאלדענער אדלער'ס עדווייס.
זיכער נישט. ער איז געווען א תמימות'דיג איד.
אפי' ער האט יא געהערט ראדיא איז עס נישט געווען אזא עולה בכלל. אינדערהיים האבן אלע אונזערע באבעס געהערט ראדיא און געקענט אלע אידישע טעאטער ניגונים.
דארפסט פארשטיין ער האט ליב געהאט דאס תמימות פון וויליאמסבורג, ער איז אבער נישט אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג...
 
View: https://youtu.be/NGKLBflbmvs?si=X3hFIzZ4iSkugNqO
שטייט אינטער דעם "לחן ומילים: שאולי גראסמאן"

דא האט איר דעם ערשטן פאל.
View: https://youtu.be/m5UcZ9thgPI?si=1phbDJD8tp5TAmNT

צווייטע חלק ווערט נאך געזוכט..
בת קול

View: https://youtu.be/WUuoDNh1aa8?si=ySHIeD4RfJyNcR8j


ארגינעלע:

View: https://youtu.be/YBHQbu5rbdQ?si=S1yPbfa7Xdx7iYnO

חיים שלמה איז פון די גרעסטע ניגונים כשרע'ר פון אונזער דור, א מאדערנע ר' אייזיקל קאליבע'ר.
זייער אסאך ניגונים זיינע זענען גלקחנ'ט
 
ער וואלט געדארפט מורא האבן צו נעמען א ניגון לייוו פון די מאדערנע ראדיא, ער איז זיכער נישט געווען די איינציגסטע אין וויליאמסבורג וואס האט אויסגעהערט ראדיא, און ער האט עס געוויסט.
"ער וואלט געדארפט מורא האבן"... דאס איז פראדזעקשן פון אונזער היינטיגע מצב צו א צייט וואס איז געווען זייער אנדערש. בפשטות האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם אנדערע זאלן וויסן, און ס'איז אנצונעמען זיינע ארומיגע האבן טאקע געוואוסט און זיי האבן נישט געזען קיין חסרון דערין.

איך שיהיה, א דאנק פארן ברענגען.
 
עס פאלט דיר נישט ביי אז דייקא וועגן דעם ביסטו קאליע געווארן? 😀



זיכער נישט. ער איז געווען א תמימות'דיג איד.
אפי' ער האט יא געהערט ראדיא איז עס נישט געווען אזא עולה בכלל. אינדערהיים האבן אלע אונזערע באבעס געהערט ראדיא און געקענט אלע אידישע טעאטער ניגונים.
דארפסט פארשטיין ער האט ליב געהאט דאס תמימות פון וויליאמסבורג, ער איז אבער נישט אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג...
אין וויליאמסבורג בימים ההם האט אויך געארבעט ראדיא אין אלע אידישע הייזער
 
די ניגון איז א אן איטאליענישע פאלקס ניגון וואס די פארטיזאנען האבן געזינגען (יש אומרים עס קומט פון א אידישע מקור)

איך ווייס נישט צו עס קומט דא אריין. א wedding song איז אייביג געבויט אויף אן אנדערע ניגון.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'מיין אז ס'איז קלאר פארוואס ס'איז נישט דא קיין שנירל מיטן נאמען ניגונים וואס זענען נישט גע'גנב'ט....
 
Back
Top