גע'גנב'עטע ניגונים

איינער קען אויסקלארן? די אלע געגאנבעטע נגינום, וואס שטייט אויף די אלבוים פון די סידי? ווער האט געמאכט די מעלאדי?
1000195404.png
 
דאס איז שוין ארומגעפארן גלייך ווען די אלבום אחכה לו איז ארויסגעקומען.

חזן איינהארן איז געווען לוי'ס 'וואקאל טיטשער'.
זעהט זיך אויס אז כדי נישט ח"ו נכשל צו ווערן מיט א ליגנט האבן זיי באשלאסן צו שרייבן "ניגון (געברענגט) דורך..." אבער ס'שטייט נישט "לחן".

מרדכי בן דוד האט געהאט אן אנדערע עצה. וויבאלד רוב ניגונים איז געווען דורך יוסי גרין האט ער פשוט געלייגט אויפן דעקל פון די אלבום "composed by Yossi Green". ושלום על ישראל...


פארשטייט זיך ביידע מהלכים זענען ערגעץ צווישן 'צווייפלהאפטיג' און 'זייער נישט ארנטליך'.
 
יונתן שווארץ שרייבט 'לחן עממי' (דאכט זיך אויף קארליבאך ניגונים)
דאס האט שוין א שמץ פון אמת.
עממי איז פאלקסיש, און ווי באקאנט זענען שלמה'ס ניגונים אין די "פאלק" סטייל.
אולי... 🤷🏻‍♂️
 
דאס איז שוין ארומגעפארן גלייך ווען די אלבום אחכה לו איז ארויסגעקומען.

חזן איינהארן איז געווען לוי'ס 'וואקאל טיטשער'.
זעהט זיך אויס אז כדי נישט ח"ו נכשל צו ווערן מיט א ליגנט האבן זיי באשלאסן צו שרייבן "ניגון (געברענגט) דורך..." אבער ס'שטייט נישט "לחן".

מרדכי בן דוד האט געהאט אן אנדערע עצה. וויבאלד רוב ניגונים איז געווען דורך יוסי גרין האט ער פשוט געלייגט אויפן דעקל פון די אלבום "composed by Yossi Green". ושלום על ישראל...


פארשטייט זיך ביידע מהלכים זענען ערגעץ צווישן 'צווייפלהאפטיג' און 'זייער נישט ארנטליך'.
ביי וועלעכע אלבום?
 
Back
Top