געלונגענע מופתים

ס׳געוועהן אינדערהיים א מעשה מיט איך געדענק נישט די נעמען אבער ס׳א באקאנטע מעשה, א מתנגד האט זיך פארטשעפעט מיט עפעס א אדמו״ר און די אדמו״ר האט עם געשאלטען ער זאל נישט מוצא שנתו זיין, איז די מתנגד געלאפען פרעגן זיין רב צי ער דארף זיך זארגן, האט עם די רב געענטפערט אז ס׳ווענד זיך וויפיל חסידים דער אדמו״ר האט…
ענדליך מעשה א רבי האט געזאגט איינמאהל דו וועסט נישט מוצא שנתו זיין נאך א יאהר קומט דער איד צי גיין און זאגט דער רבי קוק איך לעב זאגט עם דער רבי קיין טראפ אמונת צדיקים האסטו נישט
 
כ'פארשטיי נישט ווי אזוי נאכקוקן די פאקטן דעמאלט וועט צופיל העלפן. אז יהושע מאכט שמש בגבעון דם און אנדערע צדיקים רוקן צירוק די וואנט זייגער מיט צוויי שעה, (מיט'ן זילבערנעם שטעקן..) כדי מ'זאל קענען דאווענען מנחה שפעט אין די נאכט אריין, דעמאלט ווייס איך נישט וואס time and day דארפן בכלל שטימען.

אפשר מיט דעם קען מען ענטפערן די מיינונגס פארשידענהייט צווישן עוואלוציע און פרשת בראשית.

איין פאטשיילע.

און אביסל אמונת צדיקים...
 
די בריוו פון מהר"ל וועגען די גולם וואס די דעיט געפאלט אין שבת
 
איך גלויב נישט דער סאטמארער רב אויך נישט.
 
איך גלויב נישט אז ער האט נישט געגלויבט אין די מעשיות.

ער האט געגלויבט וואס איז אים באקוועם, און מיט א לייכטקייט אוועק געמאכט וואס ער האט נישט ליעב געהאט.

ער האט נישט געהאט עפעס א משקל וויאזוי צו גלויבן און ווען צו גלויבן. כפי דער צורך השעה, כפי דעתו.

פונקט ווי זיין פסקי הלכה.
 
סאטמאר רב האט טאקע נישט געגלייבט דעי אלע באבע מעשיות, יש לכם על מי לסמוך
די סיבה פארוואס ער האט נישט געגלייבט איז אזוי ווי @אלטע שרייבער שרייבט שוין.
ס׳דא געוויסע מעשיות געדענק איך שוין נישט וועלעכע, וואס האבן נישט געשטימט מיטן אגענדע, עפעס געדענק איך וועגן א מעשה פונעם רוזין׳ער איבער משיח קומען בדרך הטבע… בקיצור, דאס אלעס האט געהאט א חלק מיטן נישט גלייבן די אלע מעשיות.
 
Back
Top