געשמאקע תורות אויף פסח איבערצוזאגן

שטייגער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
287
רעאקציע ראטע
1,254
פונקטן
223
איך זיך עפעס שיעורים צו "הערן" (כ'האב נישט קיין צייט צו ליינען) טרעפליכע געדאנקען פאסיג צו איבערזאגן פאר אלע עידזשעס צו געבן אביסל ספייס צו די סדר/סעודות. ס'איז דא א ים מיט שיעורים עוועילעבל אלל אווער, אבער מ'דארף צייט צו טרעפן די פאסיגע סחורה.

אפאר תנאים צו קוואליפיצירען:
- נישט האבן די ווערטער "נ' שערי טומאה"
- באשאף נישט קיין נייע ניסים. אונז האב מיר גענוג אזוי אויך צו דילען מיט
- מאך נישט פון דער חכם פון די ד' בנים א גאנצע רעק"א.

דאנקע
 
איך האב ליב ר' מרדכי אלעזר הירש, ער רעדט קלאר און קורץ

שיעור וגליון באמרי הפרשה
על הגדה של פסח חלק א'
הרה"ח מרדכי אלעזר הירש הי"ו
יום עש"ק ויקרא ב' ניסן תשפ"ו
Dropbox

שיעור וגליון באמרי הפרשה
על הגדה של פסח חלק ב'
הרה"ח מרדכי אלעזר הירש הי"ו
יום עש"ק ויקרא ב' ניסן תשפ"ו
Dropbox

זיין וואטסעפפ גרופע
באמרי הפרשה Parsha
 
טייערע קינדערלעך, ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, מיר זעצן זיך נאכאמאל ארום דעם הערליכ'ן מלכות'דיגע טיש מיט געהויבענע געמיטער, און מיר פראווען און סעלברעטירן אונזער העריטעדזש און היסטאריע, מה נשיב לה' כל תגמילוהי עלי, מיר זיצן דא אין די ארצות המערב מיט א רוהיגע געמיט, מיר האבן בשפע פון כל טוב וטב, און אין די צייט האלטן מיר אוודאי אין אונזער מחשבה אחינו בני ישראל תושבי המדינה וואס ליידער לעבן זיי אין א מלחמה זאנע שוין פאר צענדליגע יארן כמעט אן אויפהער, אבער אויך זיי זעצן זיך היינט נאכט צום סדר טיש און דערקלערן זיך אלץ בני חורין, און דאס איז אוודאי אמת, ס'איז טאקע נישט די אידיאלע מצב, אויך ביי אונז זענען זאכן נישט ממש אמבעסטן, אבער די יסוד פון חירות, די מציאות פון פרייהייט, מענטשליכע דיגניטי, קוועסט פאר מאראל און הארמאניע מיט'ן הערליכע בריאה, דאס איז אונזער גרעסטע אוצר אויף וואס מיר זענען גליקליך אויך ווען אכתי עבדי אחשורוש אנן.

מיר זענען נישט קיין עבדים און געצנדינער, ס'איז טאקע גרויסע בושות זיך צו דערמאנען די מצב פון אונזערע אור-עלטערן, אבער היא הנותנת, לית נהורא אלא דנפיק מגו חשוכא, געלויבט גאט שהוציאנו מאפילה לאור גדול, און מיר קענען נישט גענוג דאנקען דערויף.

לאמיר אלע אינאיינעם צולייגן אביסל מחשבה וויאזוי קענען מיר ארויפדיילן די דעגרי פון חירות נאך מער און מער, וויאזוי צו לייכטן אינעווייניג און באלייכטן אויף אינדרויסן, אבער לעטס טעיק איט איזי פאר יעצט, נעמליך ס'איז דאך א צייט פון סעלעברעישאן, לאמיר אריינברענגן די געשמאקע געטראנקען און טראדיציניאלע מאכלים, לחיים לחיים, לשנה הבאה בירושלים.
 
Back
Top