געוועזענער גאווארנער ענדראו קאומא פאר מעיאר פון ניו יארק שיטי

בוחר הרע במיעוטו.... נקמה... וואטעווער

עס איז אויך דא א מהלך אז א גאנצע געגענט וואוט נישט.... עס שיקט א שטארקע מעסעדז' אז מיר זענען נישט צופרידען מיט די קאנדידאטען, און נאכדעם? מסתם גארנישט.

אוודאי געווענליך איז זייער וויכטיג צו שטימען וכן אני נוהג, אבער אולי ביי אזא פאל אז עס וועט זיין א בלאק פון נישט וואוטען וועט עס אפשר שיקן עפעס אפשר נישט און נקמה לכאורה וועט נישט זיין צו ערענסט ווייל מען האט נישט געשטימט פאר די אנדערע.
 
דא האב איך פארשטאנען וויל לייביש ספעסיפעקלי רעדן פון קאומא אין די קאנטענס פון זיין קאוויד דורכפאל, ממילא דארף די קעפל יא שטעלן די טאן,
זאגסט זייער גוט, און גוט האסטו געמיינט, אבער כנראה רעדט מען דא פון ענדרו קאומא בכללות, נישט נאָר איבער כלשונך "זיין קאוויד דורכפאל"
 
זאגסט זייער גוט, און גוט האסטו געמיינט, אבער כנראה רעדט מען דא פון ענדרו קאומא בכללות, נישט נאָר איבער כלשונך "זיין קאוויד דורכפאל"
"גוט האסטו געמיינט, אבער ס'נישט אזוי" :ROFLMAO:
 
@איש מבקש בעצם האב איך נישט געמיינט דווקא דא צו בעטן טוישן די קעפל.
קרעמל, איז אויף דערווייל נאכנישט אזוי גרויס ווי אייוועלט וכדו', איז וויבאלד ס'איז נאכנישט דא עקסטערע שנירל איבער א יעדע גרויסע פערזענליכקייט, לוינט זיך קודם צו אינוועסטירן אין כללות'דיגע שנירלעך און בעזר השם מיט די צייט וועט זיך דרייען דא צענדליגע טויזנטער היימישע אידן, וועט זיין פלאץ צו עפענען גענוג און נאך שנירלעך איבער סיי וועמען מיט סיי וועלכע קעפלעך.. ונזכה ונחיה....
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין די עכטע קשיא דא איז, וואס גייט געשען אויב די גאנצע בלאק וואוט נישט (אדער write in)
ווער גייט געוואונען, און ווי א שטארקע מעססעדזש גייט דאס זיין צו די געווינער אז זיי האבן טאקע געוואונען אבער אסאך ווייניגער מענטשן האבן געוואוט ווי אין די פּעסט
און די ביסט סטאק מיט א חברה לינקע אנטעסמיטען פאר לכה״פ פיר יאר, עס איז נישט ווערד דו ריזקע
 
איך הער פון ווי די קומסט... אבער @צורבא דרבנן האט שוין ציגעברענגט די שנירל ווי מ'רעדט פונעם אלגעמיינעם קאמפיין, דארט קען מען אריינקומען מער מיט נייעס וכו..

דא האב איך פארשטאנען וויל לייביש ספעסיפעקלי רעדן פון קאומא אין די קאנטענס פון זיין קאוויד דורכפאל, ממילא דארף די קעפל יא שטעלן די טאן,
אז עס מאכט איהם נערוועז פארוואס נישט טוישן ?
 
א קריעטיוו ווערטער שפיל הענגט אויף די גאסן פון בארא פארק, האטס אן "הכרת החוב" אין שטימטס פאר קאומא..
 
געדענקט; לא תעמוד על דם רעיך!

מיין באבע איז געשטארבן ביי קאווי''ד ווי א נבילה אין א האלוועי פון א נוירסינג האום נאכדעם וואס מ'האט מיך נישט צוגעלאזט צו איר פאר חדשים לאנג. מ'האט איר געבינדן הענט און פיס זי זאל נישט קענען שרייען פאר הילף!

קואמא האט דאס צוגעלאזט ער האט געמאכט אז קיין נוירסינג האום זאל נישט דארפן געבן דין וחשבון וואס זיי טוען און אזוי זענען מיליאנען נעבעך אויסגעגאנגן!

למען השם עמו ותורתו הקדושה; שטימט נישט פאר קואמא דער נחמי' וועבערמאן מנובל וואס 13 פרויען זאגן אז ער האט זיי באלעסטיגט!

In Final Push for Mayor, Lander Appears With 2 Cuomo Accusers - The New York Times

https://www.nytimes.com/2025/06/21/...ytcore-ios-share&referringSource=articleShare
 
1750781788233.png


די לינקע ליבעראלע היספאנישע קאנגרעס פרוי מרת ''עי.אוי.סי.'' תליט''א, קען זיך נישט אנטאן צניעות'דיג אזוי הייס איז ליידער....

ניין דער בילד איז פון פאריגער וואך ביים פארטא ריקא פאראדע, ווי זי קאמפיינט מיט'ן פראנט-ראננער זאהראן מאמדאני קעגן קואמא.

דאן איז געווען אביסעל קיללער... און קואמא איז נאך דען געווען דער פראנט-ראננער. כ'שטעל זיך פאר היינט גייט זי מער בצניעותדיג אנגעטאן, ווייל וויאזוי פלעגט נאר 'קוני ראטנבערג עליו השלום' ענטפערן, ווען מ'פלעגט אים פרעגן פארוואס ער גייט שטענדיג אן א רעקל אפי' אין ווינטער? - ''דו ביסט הייס זומער און איך בין קאלט ווינטער!''... עפעס אזוי...

לענין כ'האב מיר אזוי געטראכט צו מיך אליינס, אז איצט איז זייער הייס היינט איז דאך פריימערי דעי;

אז דאס איז אן אויסערגעווענליכער חסד השם יתברך, די היסטארישע היצן היינט אין עלעקשען דעי ווען גאנץ כלל ישרא' איז איינגעשפאנט צו וואוטן פאר דעם מנובל און דיקטאטור קואמא אנטקעגן דעם מוסולמענער זאהרן מאמדאני, - אז עס איז ממש ליטעראלי, 'הוציא חמה מנרתיקה';

צו קלאר זעהן ווער זענען די מסירת נפשדיגע פארטייאישע שווענץ? וואס גייען היינט וואוטן פאר זייערע פארטייאישע עבודה זרה פאליטישענס ווי קואמא און רעסטלער!...

אפילו זיי שפירן דאס 'פתחן של גיהנום' זענען די רשעים עומדין במרדם, און זיי טוען נישט תשובה פון זייער זינדיג שמוציג גרויליג עקלהאפטיג און שלעכטן שוואנצנות לעבן!...
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top