געימס צווישן אונז

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
555
רעאקציע ראטע
2,832
לבקשת הרבים (עה דזשאסט קידינג) עפן איך דעים שניר פאר יעדער וואס וויל זיך אביסל אויסדזשאכענען מיט א געים מיט א פעלאו קרעמל מעמבער,

לאמיר זיין א שטיקל מענטש, די איידיע האב איך גענומען פון י @צדיק הדור און @מר שושני און א אנדערע שניר,

איך האף אז די חברי הנהלה וועלן אנעמן מיין איידיע און עפענען א עקסטערע קאטעגאריע פאר דעים.

א'דערווייל לאמיר גיין נחשון. ווער איז און פאר שאך?

Ish-mvakesh - Add Friend
 
לעצט רעדאגירט:
איך וויל קלאר מאכן נאכאמאל, איך וויל אויסדריקלעך נישט אוועקנעמען פון די געשמאקע שמועסן דא,

פארקערט איך וויל ס'זאל ווערן א חלק פון די קרעמל עקספיריענס,

אזוי ווי @צדיק הדור האט עס דא אראפגעלייגט

לעצט רעדאגירט:
נו שוין @ההוא גברא איז א מעסטער,
און איך האב געמאכט שרעקליכע מיסטעיקס,

5 מינוט איז נישט פאר מיר,

דעיס צי שרייבן אליין דויערט מיר 5 מינוט
 
איך גיי מיר טרייען ארוםצישפילן אויפן סייט דארט, איך זעה מ'קען דארט מאכן קלאבס (פוי),

אפשר קען מען עפענען א "קרעמל קלאב" אדער כאטש א גרופ טשעט,

שכח
@ההוא גברא
@בְעֵבֶר הַיַרְדֵן
@חיים טובים
פארן זיין די ערשטע
 
Gg 😍
כ'בין נישט קיין מעסטער, און נישט נאנט צו עפעס ענליך. וואס יא, כ'האב גאר אסאך עקספעריענס אין שנעלע צייט קאנטראלס בליטץ/בולעט, שוין געשפילט בערך פופצן טויזענט אזעלכע געימס אנליין.

מיין רעיטינגס אויף מיין אנדערע אקאונט איז ארום 1,100
 
לעצט רעדאגירט:
איך וויל קלאר מאכן נאכאמאל, איך וויל אויסדריקלעך נישט אוועקנעמען פון די געשמאקע שמועסן דא,

פארקערט איך וויל ס'זאל ווערן א חלק פון די קרעמל עקספיריענס,

אזוי ווי @זקן ממרא האט עס דא אראפגעלייגט

מה ענין צדיק הדור אצל זקן ממרא?
 
חברה, א גוטע וואך!

די עולם וואקסט אויף chess.com ס'שוין דא א שיינע פאר אידן דארט

איך האב געמאכט א קרעמל קלאב דארט, איך בון געווען די עדמין דארט גאנץ שבת, פרעיגטס נישט, איך האב געקענט אויפנעמען מענטשן, ווארפען, בענען, איך מוז ענק זאגן ס'פילט זיך גאנץ גוט.

אבער תכלית גערעדט זיך איך איינער וואס האט עקספיריענס מיט אזאכע זאכן, איך וועל אים איבערגעבן די כוס הנהגה, און מ'קען עס געהעריג אויפסעטן דארט מיט די קרעמל לאגא, און נאך אסאך גוטע זאכן,

ווער קען זיך מנדב זיין?
 
He has to be available on shabas?
 
איך ווייס נישט פארוואס די דיסקארד סערווער didn't take off, אבער איך זע אז ס׳איז דא אינטערעס צו שפילן געימס, און די דיסקארד איז די בעסטע פלאץ פאר דיע זאכן, אפשר זאל מען מאכן תחיית המתים?
 
כ'וויל זיך איינשרייבן אלץ שעפטאל זעה איך איינער האט שוין גענומען מיין ניק.

אבער כ'בין סייווי א דאמי ביי שאך, סאו ס'נישט נוגע.
 
כ'וויל זיך איינשרייבן אלץ שעפטאל זעה איך איינער האט שוין גענומען מיין ניק.

אבער כ'בין סייווי א דאמי ביי שאך, סאו ס'נישט נוגע.
דו רעדסט וועגן דיסקארד? אדער די שאך געים?
 
כ'ווייס נישט. כ'האב זיך געוואלט איינשרייבן ביי טשעס.קאם
 
Back
Top