- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 443
- רעאקציע ראטע
- 2,824
פרשת נח
חיוב קרבן תודה
שבעה שבעה זכר ונקבה לחיות זרע על פני כל הארץ (ז: ג)חיוב קרבן תודה
שבעה שבעה. כדי שיקריב מהם קרבן בצאתו. רש"י.
נח וועט דארפן ברענגן א קרבן תודה. אבער ער איז שוין מחויב נאך פארן מבול?
לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט.
אונז זעמער יעצט מחויב צו עסן מצה אויף פסח. ווייל דעם חיוב איז אנגעוואנדן אין א זמן וואס גייט בהכרח אנקומען.
אבער א קרבן תודה איז אנגעוואנדן אין א געשעניש פון א נס, די געשעניש איז די מחייב און פארדעם נישט.
פונקט ווי א גוי וואס פלאנט זיך מגייר זיין מארגן איז בעצם נאכנישט מחויב היינט זיך צו פארזארגן מיט די מצות פון מארגן.
לאמיר זאגן א מענטש פלאנט אריבער גיין א מקום סכנה וואס מ'קען נישט דורכלעבן אן א נס, און ער האט באקומען אן הבטחה פון א צדיק, (נביא, אדער אפי' פונעם באשעפער אליין) אז ער וועט זוכה זיין צו א נס, דארף ער מיטנעמען א קרבן אויב ער ווייסט אז דארטן וועט ער נישט האבן קיין בהמות? איז ער לכאו' פטור - ווייל די נס איז מחייב דעם קרבן.
און נח ווערט מחויב צו פארזארגן א תודה פארן נס?
באמת די מקור פונעם רש"י איז אין בראשית רבה (לד: ח) ביי אן אנדערע פסוק פון נאכן מבול.
ויבן נח מזבח לה'. ויָבן כתוב, (לשון הבנה) אמר מפני מה צווני הקב"ה וריבה הטהורים יותר מן הטמאים אלא להקריב מהן קרבן.
ער איז טאקע נישט מחויב געווארן ארייננעמן די בהמות אלץ קרבן, נאר פשוט לחיות זרע על פני כל הארץ.
רש"י אלץ פרשן זאגט אונז אויס די סודות פון חדר וואס דער באשעפער וויל דא.
יעצט לאמיר זען א קליין שטיקל בתנחומא ויקהל (י') וכשיצא (נח) מן התיבה כו' ויעל עולות במזבח מה שלא נצטוה. אמר נח לא צוה לי הקב"ה להרבות מן הטהורות אלא כדי להקריב מהם עולות וקרבנות.