געימס און אקטיוויטעטן פאר קאפלס

אשפא

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 16, 2024
מעסעדזשעס
64
רעאקציע ראטע
107
עס איז דא א געוואלד מיט זיסע געדאנקן אדער שפילן וואס זענען געאייגנט פאר קאפל'ס צו פארברענגען. טיילמאל איז עס פשוט פאן און געשמאק, אנדערע זענען געוואגט און פראוואקאטיוו און געוויסע זענען זאגאר עקספליסיט.

צו זאל עס זיין א דעיט נייט, אניווערסארי אדער סתם וואקאציע קענען די געימס זיין די בעסטע געדאנק צו פארברענגן אינאיינעם געשמאק מיטן מאן/ווייב.

מאכט זיך אמאל אז מען באגעגנט איינס, זאל מען עס קומען דא מעלדן און מהנה זיין דעם עולם.
 
לעצט רעדאגירט:
די געים איז די באקאנטע Jenga אבער מיט א טוויסט. די געים גייט צו פונקט ווי די געהעריגע, אז מען דארף ארויסציען העלצלעך פון א טורעם, אבער דא האט יעדע שטיקל אויפגעשריבן דערויף אן אקט וואס מען דארף טון.

דאס פארוואנדלט א פשוטע געים אין א געשמאקע הייסע פארברענג.

די לינק איז פון וואלמארט, אבער עס איז זיכער דא צו באקומען איבעראל.
 
דאס איז אביטל מער א רוהיגע געים
Let's Get Deep by Relatable, A Question Card Game for Couples, Great for Date Night Ideas, Couples Gifts, Wedding Gifts, and Long Distance Relationship Gifts, Includes 300 Cards to Build Up Intimacy Amazon.com
 
א צייט צוריק איז געווען א געשמאקע שנירל פון איידיעס וואס מ׳קען טון אויב מ׳וויל טריטן די רביצין מיט א ספעציעלע ״דעיט נייט״

דארט האט מען אויך אראפגעברענגט פארשידענע געימס - אנגעהויבן מיט @אינטעליגענט׳ס קאמענט
דא:
https://kraimel.community.forum/threads/gvthah-plahcahr-cv-dahythn.211/post-2637
 
א גרויסן ישר כח פאר אלע וואס געבן אוועק צייט צו שעירן עקפיריענס און נאלעדזש צו העלפן אנדערע!!!

וועלכע פון די קענען זיין גוט פאר STARTER געים מיט א פארמאכטע ווייב, די ערשטע דעיט נייט
אדער אנדערע איידיע פאר א גוטע ערשטע דעיט נייט
איידיעס?
 
לעצט רעדאגירט:
אויב גאנץ שטארק פארמאכט גלייב איך נישט אז די Jenga וואס איך האב געלינקט איז אן אפשען.

דו האסט נישט געענטפערט אויב פאר אינדערהיים אדער אויף אינדרויסן. איך וועל ענטפערן פאר אינדערהיים, ווייל אויב גייט מען במילא ארויס דארף מען דאך לכאורה נישט קיין געים.

פאר א פארמאכטע ווייב איז לכאורה די בעסטע צו אנהייבן מיט שפילן א פשוטע קארד אדער באורד געים. און מיט די צייט, צולייגן די 'קאפלס' געימס.

צוויי אויסוואלן וואס קענען זיין א גוטע געים צו שפילן איז Would You Rather אדער Two Truths & a Lie. די צויי געימס זענען בהכרח אזעלכע וואס ברענגען נאענטשאפט און אפענקייט.
 
יישר כח
ביטע לייג לינקס ווי צו קויפן.
ערשטע איז דא Would You Rather די צווייטע האב איך נישט געטראפן.
די צווייטע שפילט מען מיט א פען און פאפיר
יעדער שרייבט אראפ דריי זאצן, צוויי דערפון אמת, איינס פון זיי א ליגנט און די פארטנער דארף צוטרעפן וועלכע איז אמת. (מיר האבן עס געשפילט מיט די משפחה און ס׳געווען אסך פאָן)

צ.ב.ש.

1. מיין רבי האט מיר אמאל אויסגעפראקט אויפ׳ן טיש פאַר די גאנצע קלאס ווייל כ׳האב נישט געטייטלט

2. איך האב זיך אמאל דערטרינקען אין א פרייוועט סווימינג פּול וואו ס׳נישט געווען קיין לייפ-גארד און קיינער האט נישט באקמערקט, מיט נסי נסים האב איך זיך ארויסגעדראפעט ווען כ׳האב באמערקט אז כ׳בין נעבן די בלויע וואנט פונ׳ם פּול און כ׳האב זיך געהאט אין וואס אנצוכאפן

3. מיין ברודער האט אמאל צוגענומען מיין באליבטע remote car און עס בטעות צובראכן און ער האט געצוטערט כ׳וועל דערציילן מיינע עלטערן, האב איך זיך איינגעהאלטן מיט אלע כוחות נישט צו דערציילן

—————————

די קונץ איז צו מאכן די מעשה believable - ווען דו לייגסט צו עכטע פרטים. (למשל דו האסט עכט געהאט אזא קאר און אין דיין מח שטעלסטו זיך פאר ווי ער האט עס צובראכן) ווי מער דו קענסט זיך אריינלייגן אין די מעשה, אלס מער וועט דער צווייטער האבן ספיקות אז ס׳אמת און נאכדעם איז מער פאָן ווייל ס׳שווערער צוצוטרעפן וועלכע ס׳איז די ליגנט

אויך איז געשמאק נאכ׳ן אויסגעפינען וועלכע זענען די אמת׳ע מעשיות, ארומצורעדן מער פרטים פון די עכטע געשעהנישן און מ׳געפינט אויס מער פונ׳ם אנדערן׳ס לעבן און עקספיריענסעס וואס קען העלפן בויען א בעסערע קשר
 
אויב גאנץ שטארק פארמאכט גלייב איך נישט אז די Jenga וואס איך האב געלינקט איז אן אפשען.

דו האסט נישט געענטפערט אויב פאר אינדערהיים אדער אויף אינדרויסן. איך וועל ענטפערן פאר אינדערהיים, ווייל אויב גייט מען במילא ארויס דארף מען דאך לכאורה נישט קיין געים.

פאר א פארמאכטע ווייב איז לכאורה די בעסטע צו אנהייבן מיט שפילן א פשוטע קארד אדער באורד געים. און מיט די צייט, צולייגן די 'קאפלס' געימס.

צוויי אויסוואלן וואס קענען זיין א גוטע געים צו שפילן איז Would You Rather אדער Two Truths & a Lie. די צויי געימס זענען בהכרח אזעלכע וואס ברענגען נאענטשאפט און אפענקייט.
א גרויסן דאנק!
וואס איז מיט רעיונות יא ארויסצוגיין? אין דער מצב?
 
די געים איז די באקאנטע Jenga אבער מיט א טוויסט. די געים גייט צו פונקט ווי די געהעריגע, אז מען דארף ארויסציען העלצלעך פון א טורעם, אבער דא האט יעדע שטיקל אויפגעשריבן דערויף אן אקט וואס מען דארף טון.

דאס פארוואנדלט א פשוטע געים אין א געשמאקע הייסע פארברענג.

די לינק איז פון וואלמארט, אבער עס איז זיכער דא צו באקומען איבעראל.
ווי קומט מען אן צו ווערן היציג?
 
ווי קומט מען אן צו ווערן היציג?
ס׳נישטא א קנעפל וואס מ׳קען דריקן צו האבן אטאמאטיש דעי ריזאלטס
יעדע פרוי איז אנדערש. עס זענען דא אזעלכע וואס ווערן אנגעווארימט דורך quality time צוזאמען און דעמאלס ווערן זיי אין די גוסטע (שטייטצעך אויב זי האט פיצלעך קינדער און דארף אויפשטיין פרי צום חדר באס, קען דאס מאכן סטרעסד און פארלירן אפעטיט, איך רעד נישט דא פון א מאמע וואס זייגט אינמיטן נאכט און צורייסט זיך אויף שטיקער, ווייל אזא פּארטנער איז וויכטיג קודם גרינגער מאכן די לאדן בעפאר מ׳קען בכלל ערווארטן זי זאל האבן חשק אויף אינטימע פארברענגען)

ווי מער דו געסט זיך אפ זיך צו באקענען מיט דיין פּארטנער אלס בעסער וועסטו פארשטיין די ענטפער צו דיין שאלה (there is no “one size fits all)
וואס פאר איין פרוי רייצט אן קען פאר א צווייטע גורם זיי פארקערט. ווי נענטער מ׳ווערט איינע מיט די אנדערע, קען מען אפן פרעגן וואס זי האט ליב, און עפענען די קאמיוניקעישן אז זי זאל רוהיג קענען מיטטיילן ווען ס׳שמעקט איר נישט און אזוי אויך ווען זי וויל טרייען עפעס ניי. (די פולע אויטאריטעט אויף איר אייגענע קערפער איז גאר א גרויסע חלק פון די equation)

איך געדענק ווי מיין מאמע איז געווען שאקירט אז די כלה טיטשער וואס זי האט געדינגען פאר איינע פון מיינע שוועסטער האט גערעדט וועגן גיין אינאיינעם אין שויער. אמאל האט מען זיך נישט געוואגט צו זאגן אזא זאך פאר א מיידל. צוביסלעך ווערן זאכן האפנטליך בעסער.
 
Back
Top