גלות און גאולה ממשנתם של רבותינו

פעדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
87
רעאקציע ראטע
967
פונקטן
113
- איך עפען דאס שנירל נישט צוליב דעם וואס איך האב וואס צו רעדן דערוועגן, נאר איבערהויפט צוליב וואס איך האב נישט וואס צו רעדן דערוועגן. -

פול איז שוין געשריבן געווארן איבער גלות און גאולה. מיר זענען ארומגענומען דערמיט ווי מיר גייען. אונזער יאר דרייט זיך ארום דעם, אונזערע קאלטור איז שטארק אנגעוויזן דערין און אונזערע געשיכטע איז דורכגעווייקט דערמיט.

פאר איינער וואס ערוועקט אן אינטערעסע אין דעם פעלד, ווארט א פולע שאנק צו אנטדעקן. די פראגמאטישע, ראציאנאלע פילאזאפיע פון די דענקער אין דעם מיטל-אלטער, די טיפזיניגע שרייב-ווערק פון דעם מהר"ל פון פראג און די געווייקטע געדאנקען פון די חסידישע שרייבער אין די לעצטערע יארן.

גלות באדייט א בראך, א שאנדע, ווי לאנג נאך? אוי! ווען וועלן מיר שוין ווערן אויסגעלייזט? און גאולה איז דער ווייטער שטראל פון האפענונג, א גייסט פון אן אומקלארער, אומדעפינירטע אטאפיע וועלכע מיר ווייסן דערוועגן בלויז דער פאקט אז מיר ווילן שוין, עס זאל שוין זיין.

גלות איז איינפאך גלות. פיין, ייסורים און שווערעקייטן. מיט יעדער פארבייגייענדע דור, נעמט דער דערמין 'גלות' אריין וואס מער אין זיך: דער פרנסה גייט נישט? גלות. די טאש דרוקט? גלות. די רעגירונג מאכט פראבלעמען? גלות. זיך פארהאנקעט מיטן געזעץ? גלות. ביי קיין שום איד נישט געוואונטשן, די ביטערע מחלה? גלות. דער קאר האט זיך צאמגעבראכן ביי די זייט פונעם שאסיי? גלות. אין פאקט, נעמט גלות היינט אריין, יעדער שווערעקייט און טאג-טעגליכע מיטשעניש מיט וואס יעדער לעבעדיגע באשעפעניש ספראוועט זיך אין לעבן.

גאולה, אין איר באדייט, איז אן אומקלארער טערמין. אז איינער וועט קומען און קונסטליך אראפלייגן וואס גאולה איז, איז דאס נישט גאולה. אז איינער וועט, מיט זיין זיסע פעדער, אראפמאלן גאולה, אפילו עס זאל אראפגעלייגט ווערן מיט אלע קאלירן און לעבעדיגע בילדער, טאמער איז דאס גרייפבאר, איז דאס נישט גאולה.

גלות און גאולה אין איין ווארט, איז דער באדייט, אז עס איז נישט גוט אזוי ווי עס איז יעצט.

מיר ווארטן פאר עפעס בעסערס, שטרעבן פאר עפעס העכערס, בעטן פאר עפעס שענערס, האפן פאר עפעס גרעסערס און מיר לעכעצן פאר עפעס טיפערס.

ווי לענגער מיר ווארטן און שטרעבן, ווי לענגער עס ציעט זיך אונזער האפענונג, פארווארצלט זיך טיפער אונזערע בענקשאפט און די געפילן ווערן אלס שטערקער און ווארזאמער אויסגעקריצט אין די געוויסן פון אונזערע קאלעקטיווע אידענטיטעט. די טרערן פון אונזערע געוויין ווערן אלס הייסער און נאסע און דער באדייט פון אונזערע אויסווארטונג ווערט אלס שטערקער און קלארער.

וואס ווייטער די גענעראציאנען זענען פון אט דעם אטאפישן דור צו וועלכע מיר בענקען מיט אזא אומפארגעסליכע בענקשאפט, ווערן די געשיכטעס לענגער און די בלעטער פולער מיט בענקשאפט געזאנגען און לעכעצן פון טרויער אויף וואס מיר האבן געהאט אין דעם גלארייכן אמאל און מיר האבן נישט מער.

דאס אפוועזענהייט פון וואס מיר האבן געהאט, ווערט מיט יעדער דור שווערער צו פארטראגן. די קינות און קלאגן ווערן לענגער און לענגער, מיט ביטערע געזאנגען און פראזן וועלכע מישן אויס טרויער און פרייד, בענקשאפט און ייאוש אויף א קונסטליכן אופן. ווי ווייטער דער צייט לויפט, ווערן די קינות אלס מער פארקניפט און עס ווערט שווערער צו ענטשיידן אויף וואס דער טרויער באציט זיך און צוליב וואס דער קלעגער וויינט.

צו וויינען מיר אויף א געביידע, הויך און שיין, פראכטיג און פול מיט מאכט?

צו קלאגן מיר אויף די פאמיליעס, טאטעס מאמעס מיט קינדער, וועלכע האבן אנגעפילט די געסער וועלכע שטייען וויסט?

צו טרויערן מיר נאך דער פאלק וועלכע איז געזעצן צופיסנס פון דער געטליכע בארג און איז גענומען געווארן אין געפענגעניש?

צו איז דאס די בלוט פון די יונגען וועלכע האבן זיך אויסגעמישט מיט די וואסערן פון טייך ביי די ברעגעס פון בבל, אויף וועלכע מיר ווילן נישט איינשטילן אונזערע געוויין?

און פילייכט איז דאס צוליב די שכינה, דער געטליכע גייסט וועלכע האט זיך אפגעטוהן, אוועק געפלויגן ווייט ווייט אוועק און אונז אזוי בורפיסיג איבער געלאזט אויף דעם קאלטן ערד?

ווי לאנג מיר וויינען האבן מיר נאך האפענונג אז עס וועט בעסער ווערן. ניין, עס מוז נישט זיין אז יעצט איז נישט גוט און עס מוז נישט זיין אז עס קען איבערהויפט ווערן בעסער, אבער וויינען דרוקט אויס האפענונג, נישט קאפיטולירונג.

ווען דאס פאלק וויינט, וויינען מיט אירע העלדן, אירע שרייבער, אירע געשכיטעס זעלבסט און אירע גלויבונגען.

וויין וויין, לאז דיינע טרערן רינען, זאלן זיך די דיכטער און פאעטן רייסן זיך די האר פון קאפ, צו דערגיין וואס דער אורזאך איז, צו דיין געוויין.
 
- איך עפען דאס שנירל נישט צוליב דעם וואס איך האב וואס צו רעדן דערוועגן, נאר איבערהויפט צוליב וואס איך האב נישט וואס צו רעדן דערוועגן.
כ'פארשטיי אז דאס איז געשריבן ווייל די האסט נישט וואס צו רעדן דערוועגן.. אבער ס'גאנץ א שיינע ארטיקל פאר נישט האבן וואס צו רעדן.

איך וואלט מיך דאך ערלויבט צו פרעגן, וואס איז פשט פון די "ממשנתם של רבותינו" קעפּל? ווי ווערט געברענגט אז גלות מיינט טעגליכע פּיין, שוועריקייטן, יסורים, און ווינערייען? דאס הערט זיך מער ווי האפענונג vs יאוש.

א מענטש קען זיין אויסגעלייזט אפיל מיט יאוש געפילן, וויינערייען, אדער אז ס'פעלט עם דאס און יענס, אזוי אויך אטאפישער חלומות איז געגועים, און האפענונג, וואס מיינט נאכנישט אז דער מענטש איז אויסגעלייזט.

לכאורה מיינט גלות/גאולה די קלארקייט/צומישטקייט פון די "מאמענט" אין די קאפ פון די מענטש "על אף" די פיזישער צער געפיל פון וואס מ'האט, אדער וואס ס'פעלט. דאס מיינט אז מ'קען קלאגן און זיין באקוועם גייסטיש ווי מ'איז, און מ'קען האבן האפענונג און זיין אומבאקוועם גייסטיש ווי מ'איז.

Kinda like "inner" peace,


-------
בד"וו
און פילייכט איז דאס צוליב די שכינה, דער געטליכע גייסט וועלכע האט זיך אפגעטוהן, אוועק געפלויגן ווייט ווייט אוועק און אונז אזוי בורפיסיג איבער געלאזט אויף דעם קאלטן ערד?

"שכינה" איז די term וואס ווערט גענוצט פאר די געטליכע גייסט וואס האט אונז "נישט" איבערגעלאזט, נאר זי גייט אין גלות צוזאמען מיט אונז, און ווערט אויסגעלייזט צוזאמען מיט אונז, דהיינו ס'עקזעסטירט גלות/גאולת שכינה אין אונזער קאפ, לויט די סטאטוס פון אונזער געטליכע גייסט אין דער מאמענט.
 
לעצט רעדאגירט:
זאגסט זייער גוט. שוין, האט זיך געלוינט צו עפענען א שנירל אפילו איך האב נישט וואס צו רעדן איבער דער טעמע…
 
גאולה , צי וואס אונז האפן , איז לויט רמב״ם פון די
עיקרי אמונה , ער זאגט און מלכים יא.א. ״וכל מי שאינו מאמין בו או מי שאינו מחכה לביאתו , לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר , אלא בתורה ובמשה
רבינו״ , קען מען דאך לערנען וואס ער שרייבט וועגן
גאולה , ״המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה , ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל ,
ער נעמט אהן ווי שיטת שמואל , אין בין עולם הזה
לימות המשיח , אלא שעבוד מלכיות בלבד,
און איז מוסיף ,״ אל יעלה על הלב שבימות המשיח
יבטל דבר ממנהגו של עולם , או יהיה שם חידוש במעשה בראשית , אלא עולם כמנהגו נוהג , וכו׳
ענין הדבר שיהיו ישראל יושבים לבטח …ויחזרו כולם לדת האמת ״,
מען דארף לערנען בעיון יעדעס ווארט פון דעם נשר
הגדול , ווערט מען פריי, פון די פארנעפלטע מחשבות , וואס ווערן פאנטאזירט פון חוסר ידיעה
און מען ווייסט וואס צי גלייבן , און אויף וואס צי האפפען על פי הלכה , און דארך דעם ווערן די היינטיגע מאורעות אהנגיקוקט מיט א מחזה שדי און גלוי עינים ,ווי מען האלט אין מיטן די וועג , אבער
נאהנטער ווי ווייטער צי די גאולה העתידה .
 
זאגסט זייער גוט. שוין, האט זיך געלוינט צו עפענען א שנירל אפילו איך האב נישט וואס צו רעדן איבער דער טעמע…
דעמאלט וועל איך שוין ווייטער שרייבן אומגערעדט...

גלות, הוא מה שכלי מדידה שלנו בגשם מצטמצם לזמן, דהיינו מצבו, שאינו יכול לשער המהות רק לפי המרחק המעבר בין נקודה א, לב'. האם זה טוב כלפי זה, או להיפך, ותלוי רק לפי הכמות שנתרחק הטוב מהרע, וא"כ גלותו זהו שנידון בדבר שחוץ ממנו.

גאולה, היינו מה שכלי המדידה שלנו הוא ברוח, והוא דוקא לוודאי מהות כמות שהוא, דוקא במקומו ודוקא בזו הרגע. מדידה אמיתית מוכחת מתוכו, שאינו תלוי בשום דבר שחוץ ממנו, והרי הוא נגאל ע"י עצמותו.

ומובן מאליו שזהו גלות וגאולה הכללית, כי אין בכלל אלא מה שבפרט
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top