דעבאטירער
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אקט. 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 20
- רעאקציע ראטע
- 209
- פונקטן
- 23
מערסטנסטייל פון דער היסטאריע פון דער מערב וועלט, האט געהערשט דעם זעלבן פארשטאנד איבער די חוקי הטבע פון תנועה; זאכן שטעלן זיך אפ ווייל זיך אפשטעלן איז דאס וואס זיי טוען נאטירליך, און באוועגונג איז געווען די זאך וואס האט פארלאנגט א באזונדערע סיבה.
אט דער מהלך האט געהערשט מיט א פעסטקייט פאר כמעט צוויי טויזנט יאר, ביז ווען א הארטנעקיגער איטאליענער וויסנשאפטלער האט זיך גענומען אראפקוילערן טאבעס אין די פריע זעכצן הונדערטער יארן, און די קאנסעקווענצן דערפון האבן זיך געקוילערט אסאך ווייטער ווי בלויז פיזיקס.
אריסטאטעל האט געהאט א קלארע און אינטואיטיווע טעאריע פון באוועגונג. יעדער אביעקט, האט ער גע'טענה'ט, פארמאגט א נאטירליכן ארט אין דער וועלט. ערד און וואסער געהערן אונטן; פײער און לופט געהערן אויבן. ווען אביעקטן ווערן אפגעטיילט פון זייער נאטירליכע ארט, באוועגן זיי זיך צוריק אהיים, און ווען זיי קומען אן, שטעלן זיי זיך אפ. א שטיין פאלט ווײל ער געהערט צו דער ערד. פלאמען שטייגן ווײל זיי געהערן צום הימל. דאס רוב פון באוועגונג, לויט דעם בליק, איז שטענדיג מיט א צוועק, שטענדיג געריכטעט צו א נאטירליכע ציל.
אלעס פיין און וואויל ביי נאטורליכע תנועה, אבער וואס טוט זיך מיט אביעקטן וואס ווערן געשטופט אדער געווארפן אויף אן אומנאטורליכע וועג? וואס טוט זיך מיט א וואגן וואס ווערט געשלעפט, א פײל וואס ווערט געשאסן, און אזוי ווייטער. אט די דאזיגע באוועגן זיך קלאר נישט צו קיין נאטירליכע ציל, איז אויב אזוי פארוואס באוועגן זיי זיך בכלל?
אריסטאטל'ס ענטפער איז געווען, אז טאקע דערפאר פארלאנגען די אלע זאכן א נאכאנאנדע סיבה. עפעס מוז אקטיוו שטופן דעם וואגן אין יעדן איינציגן מאמענט; אנדערש שטעלט ער זיך אפ. אלזא, באוועגונג פארלאנגט א באוועגער. נעמט אוועק דעם באוועגער, און באוועגונג שטעלט זיך אפ.
אכט הונדערט יאר נאך אריסטאטל, האט טאמעס אקוויינאס גענומען דעם אריסטאטעליען בילד פון באוועגונג און געבויט דערויף איינס פון די בארימסטע ארגומענטן פאר גאט'ס עקזיסטענץ.
אקוויינאס האט געהאלטן אז מען קען באווייזן די עקזיסטענץ פון גאט דורך שכל אליין, אן דעם וואס מען זאל זיך דארפן באציען צו הייליגע מקורות. זיין סטראטעגיע איז געווען צו אנהייבן מיט די קלארע פאקטן איבער דער וועלט און נאכפאלגן די לאגיק וואוהין עס פירט. ער האט גערופן זיינע ארגומענטן "די פינף וועגן", און דער ערשטער וועג - דער ארגומענט פון באוועגונג - איז געגאנגען בערך אזוי:
מיר באמערקן אז זאכן אין דער וועלט זענען אין באוועגונג.
דאס וואס איז אין באוועגונג, ווערט באוועגט דורך עפעס אנדערש.
יענע סיבה איז אליין, אדער באוועגט ער זיך, אדער נישט.
אויב יענע סיבה באוועגט זיך, דארף עס אויך א סיבה. און יענע סיבה דארף אויך א סיבה. און אזוי ווייטער.
איידער איר שפרינגט צו מסקנות איבער א ערשטע באוועגער און "פארוואס דארף גאט נישט קיין באוועגער" סטיל קאנטער ארגומענט, לאזט אקוויינעס אויסרעדן, ווייל דא מאכט ער א וויכטיגע אונטערשייד, אזוינס וואס ווערט אפטמאל פארזען אין פאפולערע קיצורים פון זיין ארגומענט.
אקוויינעס אונטערשיידט צווישן צוויי סארטן קייטן פון סיבות.
דער ערשטער מין - וואס ער רופט סיבות וואס ארבעטן "פער אקסידענס", אדער "אקסאדענטאל" - איז א קייט וואס ציט זיך צוריק דורכאויס זמן. דיין טאטע האט דיך גורם געווען; זיין טאטע האט אים גורם געווען; און אזוי ווייטער אין דער פארגאנגענהייט. אקוויינאס איז געווען גרייט צו ערלויבן אז אזא סארט קייט קען זיין ענדלאז, וויבאלד קיין איינער אינעם קייט איז נישט תלוי אינעם פאריגן רינגל כדי ער זאל קענען גורם זיין אנדערע. ער האט נישט געהאלטן אז לאגיק אליין איז אומשטאנד צו קלעימען אז דער אוניווערס מוז פארמאגן אן אנהייב, אויב דער תורה וואלט אונז דאס נישט געזאגט.
דער צווייטער סארט - אורזאכן וואס ארבעטן "פער סעי", אדער "אין עסענץ" איז א קייט וואס ארבעט גלייכצייטיג, יעצט, דא, אין דעם זעלבן מאמענט. דאס איז די סארט קייט וואס איז פאראנטווארטליך אויף באוועגונג לויט אקוויינעס און אריסטאטעל. די האנט באוועגט דעם שטעקן; דער שטעקן באוועגט דעם שטיין; די שטיין באוועגט דעם בלעטל. די האנט, שטעקן, שטיין און בלעטל זענען אלע אין באוועגונג אין דעם זעלבן מאמענט, יעדער איינער האלט אקטיוו די באוועגונג פון דעם נעקסטן.
אט די קייט, האט אקוויינעס גע'טענה'ט, קען נישט זיין ענדלאז. אויב גארנישט אין דער קייט וואלט געווען די ערשטע מקור פון באוועגונג - אויב יעדע רינגל אין קייט וואלט בלויז איבערגעגעבן באוועגונג וואס ער האט באקומען פון א צווייטן - דאן וואלט בכלל נישט געווען קיין באוועגונג. עס מוז זיין עפעס וואס באוועגט זיך אן דעם וואס עס זאל באוועגט ווערן: אן אומבאוועגטער באוועגער. און דאס, האט אקוויינעס געשלאסן דעם ארגומענט, איז וואס יעדער רופט גאט.
די נשמה פון דער אונטערשייד צווישן די צוויי סארט קייטן, איז אין דער ראלע וואס די רינגלען אינעם קייט שפילן. בעת אינעם ערשטן קייט, האט יעדער רינגל אן אייגענע כוח פון שאפן, און ער דארף נישט מאמענטאל צוקומען צו זיין שאפער כדי ער זאל קענען שאפן דעם נעקסטן, איז אינעם צווייטן קייט יעדע רינגל א בלויזע אינסטרומענט וועלכע ווערט אט יעצט באנוצט דורך דעם ערשטן רינגל אין קייט כדי צו שפאן באוועגונג פאר די קומענדע רינגלען.
אלזא, דער נישט-באוועגטער באוועגער איז נישט קיין היסטארישע געשעעניש; עס איז א יעצטיגע רעאליטעט, וואס האלט דעם אוניווערס אין באוועגונג אין יעדן איינציגן מאמענט.
***
גאלילעא גאלילעי האט בכלל נישט געוואלט אפווארפן אקוויינעס. ער איז בלויז געווען אינטערעסירט אין טאבעס און ראמפן וואו זיי צו קוילערן.
זײן חידוש איז געקומען פון א געדאנקען-עקספערימענט, וועלכע ער האט אויסגעשארפט דורך אן אקטועלן עקספערימענט. שטעלט זיך פאר א טאבע וואס קוילערט זיך אויף אראפ. עס פארשנעלערט ווען עס פליעט אראפ, ריכטיג? יעצט שטעלט זיך פאר אז עס קוילערט זיך אויף ארויף, וואס פאסירט? עס פארלאנגזאמט זיך. פיין. יעצט, וואס פאסירט אויב דער רעמפ איז ממש גראד - האריזאנטאל?
די אריסטאטעלישע ענטפער איז קלאר: דער טאבע שטעלט זיך אפ, ווײל עס איז נישטא קיין באוועגער וואס זאל אים האלטן ווייטער אין באוועגונג. אבער גאלילעא האט באמערקט עפעס. ווען ער האט געמאכט די אויבערפלאך גלאטער, האט דער באל זיך געקוילערט אביסל ווײטער איידער ער האט זיך אפגעשטעלט. ווען ער האט עס נאך גלאטער געמאכט, האט עס זיך נאך ווײטער געקוילערט. ווי גלאטער די אויבערפלאך, אלץ לענגער האט די באוועגונג אנגעהאלטן.
אלזא, וואס האט געפירט אז דער באל זאל זיך אפשטעלן? נישט די אפוועזנהייט פון א באוועגנדע פארמיטלער, נאר די אנוועזנהייט פון פריקשן. רייבונג איז א קראפט - אן עכטער פיזישער השפעה וואס האט געווירקט אויף דעם באל, אים פארלאנגזאמט. אויף א פריקשנלאזער אויבערפלאך, אן גארנישט וואס זאל זיך קעגנשטעלן דער באוועגונג, וואלט דער באל זיך בכלל נישט אפגעשטעלט.
דער הינטערליגנער הנחה (צי גאר די מקסנא וואס ער האט פון דא געצויגן) מצד גאלילעא איז פארשטייט זיך געווען אז עס עקזיסטירט נישט באמת קיין אבסאלוטע באוועגונג און קיין רוה, בלויז פון געוויסע פרעימס, אלזא, ווער האט מחליט געווען אז דער טאבע איז דער וואס קוילערט זיך, כדי ער זאל זיך בכלל דארפן אפשטעלן? פונעם טאבע'ס פערספעקטיוו, איז ער דער וואס רוהט, ממילא וועט ער אזוי בלייבן, כל זמן דער אויבערפלאך שטופט אים נישט אויף צוריק.
גאלילעא האט מחדש געווען אז אויב איר זענט אונטער'ן דעק אויף א שיף וואס באוועגט זיך גלאטערהייט, אן קיין פענסטער, איז נישט פארהאן קיין שום עקספערימענט וואס איק קענט אדרוכפירן און עס וועט אייך זאגן צי דער שיף באוועגט זיך אדער שטייט שטיל אויפ'ן ים. אלע כללים פון פיזיקס זענען אידענטיש אין ביידע פעלער.
דאס באדייט אז עס איז נישטא קיין אבסאלוטע רו און קיין אבסאלוטע באוועגונג. רו און באוועגונג זענען נישט קיין פארשידענע סטאטוסן - זיי זענען אקוראט דער זעלבער שטאנד, געשילדערט פון פארשידענע פערספעקטיוון.
אט דאס איז געווען גאלילעא'ס יסוד פון רעלאטיוויטעט.
אצינד קאמבינירט דאס מיט א קערנדל פון אריסטאטעל'ס אייגענער אינטואיציע - אז אביעקטן בלייבן נאטירליך אין זייער שטאנד. אן אביעקט אין רו בלייבט אין רו. אלזא, אויב רו און באוועגונג זענען גלייך, דעמאלט בלייבט אן אביעקט אין באוועגונג, אין זיין זעלבע באוועגונג, וויבאלד פון זיין אייגענע רעפערענץ פרעים איז ער איז רוה!
בא ניוטאן והעמידן על אחת!
אייזיק ניוטאן, בויענדיג אויף גאלילעא'ס יסודות, האט טאקע פארמאליזירט דעם חידוש אין וואס מיר רופן היינט דעם ערשטן געזעץ פון באוועגונג: א קערפער בלייבט אין רו אדער אין גלייכער באוועגונג אין א גלייכער ליניע סיידן עס ווערט באווירקט דורך אן אויסערליכער קראפט.
אלזא, ניוטאנ'ס ערשטער געזעץ דינגט זיך נישט מיט אריסטאטל'ס "פערסיסטענץ פרינציפ". ער ירשנ'ט עס, און פאקט עס אריין אין א ברייטערן קאנטעקסט וואס אריסטאטל'ס פיזיקס האט נישט געהאט די מכשירים צו זען.
***
יעצט צוריק צו אקוויינאס.
דער "ערשטער וועג" רוהט אויף צוויי זיילן. דער ערשטער איז אז באוועגונג פארלאנגט א סיבה - אז גארנישט באוועגט זיך סיידן עפעס באוועגט עס. דער צווייטער איז אז די סיבה מוז זיין גלייכצייטיג און נאכאנאנד - אז די קייט פון סיבות וואס האלט די באוועגונג, ארבעט אין יעדן מאמענט, נישט בלויז ערגעצוואו אין דער פארגאנגענהייט.
אלזא, דער צווייטער זייל ווערט גענצליך צעבלאזן דורך גאלילעא'ס פרינציפ פון אינערציע. באוועגונג דארף נישט קיין יעצטיגע סיבה. אן אביעקט וואס ווערט געשטעלט איינמאל אין באוועגונג גייט ווייטער אין באוועגונג אויף אייביג, נישט ווייל עפעס שטופט עס אין יעדן מאמענט. די פראגע "וואס האלט עס אין באוועגונג?" איז פאלש געפארעמט. גארנישט האלט עס אין באוועגונג. באוועגונג איז איר נאטירליכער צושטאנד, פונקט אזוי ווי רו. עס איז נישטא קיין באוועגער וועמען דארף צו זוכן.
אקוויינאס האט געדארפט האבן א גלייכצייטיגע סיבה ווייל ער האט געגלויבט אז באוועגונג שטעלט זיך אפ אין דעם מאמענט וואס איר סיבה ווערט אוועקגענומען. אויב די האנט שטעלט זיך אפ שטעלט זיך דער שטעקן אפ און מיט איר דער שטיין און דאס בלעטל. אלעס שטעלט זיך אפ. די קאוזאלע קייט איז לעבעדיג און אקטיוו אין יעדן מאמענט. דאס איז פארוואס גאט מוז זיין א שטענדיגע יעצטיגע קראפט, נישט בלויז א היסטארישע ערשטע סיבה.
אבער גאלילעא ווייזט אז דאס איז פשוט נישט וויאזוי באוועגונג ארבעט. אן אביעקט דארף נישט קיין יעצטיגע, אקטיווע סיבה צו פארזעצן אין איר באוועגונג. די גאנצע ארכיטעקטור פון דער פער סע קייט, פאלט צוזאמען.
***
דא איז פארהאן א ברייטערע מוסר השכל, און עס איז ווערד דאס ארויסצוזאגן קלאר.
א גרויסער טייל פון קלאסישער און מיטל-אלטערליכער מעטאפיזיקס, שטעלט זיך ארויס, ווען מען צונעמט איר גרינטליך, צו זיין פשוט פיזיקס אין א פילאזאפישע פארשטעלעכץ. ארגומענטן איבער דער נאטור פון קאוזאציע, די סטרוקטור פון ענדערונג, די באציאונג צווישן פאטענציעל און אקטואליטעט - אלע פון זיי הערן זיך ווי ריין פילאזאפישע געדאנקען, וואס ארבעטן אומאפהענגיג פון עמפירישע אבזערוואציע.
אבער דער אמת איז אז זיי זענען נישט. זיי זענען יא אפהענגיג, ביסודם, אויף ספעציפישע הנחות איבער וויאזוי די פיזישע וועלט ארבעט. אז מען טוישט די הנחות, טוישן זיך די מעטאפיזישע טעאריעס מיט זיי - צי דער פילאזאף האט דאס אזוי געמיינט צי נישט.
אקוויינאס האט נישט געהאלטן אז ער איז עוסק אין פיזיקס. ער האט געמיינט אז ער טוט עפעס פיל מער פונדאמענטאל, מער זיכער, מער אייביג ווי דאס בלויזע עמפירישע. אבער דער ערשטער וועג איז נאך אזא פיזישער ארגומענט ווי עס איז א מעטאפיזישער. עס שטייט אדער פאלט מיט אריסטאטל'ס ערקלערונג פון באוועגונג, און אריסטאטל'ס ערקלערונג פון באוועגונג האט נישט איבערגעלעבט גאלילעא'ס אבזערוואציעס.