גרושים

לפי"ז קען מען אפשר זאגן א פשט אז בהתלמוד טרעפט מען אז בדרך כלל ווערט דער מאן אין אזא פאל גערופען "מגרש". אין פסחים קיב. טרעפט מען אז "גרוש שנשא גרושה ארבע דעות במטה" ע"ש. דארט ווערט ער יא אנגערופען "גרוש". און מ'קען זאגן אז די רמז דערין איז, אז ער דארף זיך מחזק זיין און ריקן ווייטער מיט שטארקייט (איך פארשטיי אז דאס קאסט א ים מיט גייסטישע כוחות) - ער איז א "מגרש" און האט קאנטראל אויף זיין דעסטיני. ווארום אז נישט, און ער טראכט נאך צוריק און אין אָנגעוואנדן אינעם עבר עכ"כ אז ארבע דעות במטה אפילו ווען ער ריקט זיך שוין יא ווייטער, דאן ווערט ער טאקע דארט גערופען "גרוש" אין א פּאסיוון אופן, און נישט "מגרש" וועלכער איז דער וואס מאכט אקטיווע באשלוסן פאר זיך.

{התנצלות: איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען אין די מצב. טאמער טוהן מיינע ווערטער איינעם באדערן באיזה אופן שהיא, בעהט איך מחילה. ועכ"כ, טאמער וועט מען מיר בעהטן באישי דאס צו מעקן, וועל איך דאס טוהן.}
זייער שיין
עס האט מיך זייער געפאלן
 
Back
Top