א גרוס אייך פון מדבר

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
141
רעאקציע ראטע
1,201
פונקטן
213
כ׳האב אקארשט זיך צוריק געקערט פון מדבר, מיט מדבר מיין איך דעם עכטן געדעכטן מדבר, מיט משה רבינו און די אידן, דאכט זיך ס׳געווען אין עלמון דבלתימה אדער דיבון גד, זיך דרייענדיג דארט ווי א גאסט בין איך ערשטוינט געווארן פון די מחזה, מיינע אבות, די העלדן פון חומש, אט זענען זיי דא פאר מיר. האב איך טאקע באגעגנט א שיינער שפאר באקאנטע נעמען פון די תורה אויף וועמען מען האט מיר אנגעוויזן אז דאס זענען טאקע זיי אליינס, און אזוי זעענדיג זיי פנים אל פנים בין איך מער ווי איינמאל פארחידושט געווארן ווי אנדערש זיי זענען פון וואס איך האב מיך פארגעשטעלט.

למשל נחשון בן עמינדב און גדי בן סוסי, דערציילט האט מען מיר אין חדר אז נחשון בן עמינדב האט געהאט א גרויסער ברייטער בארד און גדי בן סוסי להיפך - א קמץ בערדל, זעה איך פונקט קאפויער, גדי בן סוסי האט א ברייטער פארטריאכאלישער בארד צו מיין ערשטוינונג, און נחשון בן עמינדב טאקע נישט ממש א קמץ בערדל אבער נישט עפעס דער לאנגער שיינער בארד וואס מען האט מיר דערציילט, מער א קאליכיגער בארד.

און באשר משה רבנו׳ן, נישט דא די פלאץ צו שילדערן די סקרוך של קדושה וואס ס׳מיר דורך ביים זעהן משה׳ן אליינס, נאר לאמיר איבערהיפן צו קערפערליכע שטריכן, אוועק מיט די מעשה׳לעך אז ער האט אויס געזעהן ווי א הויפטמאן, איך מוז אייך זאגן דער איד האט אן איידעלער צורה, און קעקעצן? איך האב נישט געזען ער זאלן קעקעצן, ער האט אזא שטימע ווי בעלזער רב, דאס אלץ, ער רעדט פשוט נישט ווי א רעדנער, נאר מיט אביסל רבי׳שע גניחות. און זיין ברודער אהרן, איז נישט דער קלארסטער רעדנער וואס מ׳האט געמאכט פון אים, לימענעווער רבי אדער ר׳ אשר ווייס רעדן קלארער, אבער דער איז א מענטשן קענער, דער פארשטייט צו מענטשן, דאס קען איך דיר יא זאגן. איך האב אמאל געזען ווי איינער האט אים אריין געפארן, שרייט און באליידיגט אים, ״איך ברעך דיך אן די ביינער, קאקא כהן, ווארשטל פרעסער, פּיש דיך אויס אויפן מזבח וכדו׳… און אהרן מיט א בלעכענעם פנים שרייט אויס, העי מיי פריענד, וואס טוט זיך, און גיט אים א נעם ארום מיט אזא חברה׳מאנישער חיבוק באגלייט מיט א וואודבערונער קוש אז יענער איז שיר נישט דערשטיקט געווארן און געבליבן שטיל.

ווייטער, זעה נאר וועם איך זעה דא… דתן מיט אבירם, נעה, ס׳נישט דאס, כלל וכלל נישט, קודם כל, דתן איז נישט דער באדוסטער און אבירם נישט א לאנגער ווארעם געשטעל, אויך זענען זיי נישט קיין מזרחי׳ניקעס ווי אנדערע האבן געזאגט, און אויך נישט להיפך, זיי זענען נישט קיין גרויסע רבי׳ס מיט ספאדיקעס און גאלדענע בעקעשעס, קיינס איז נישט אמת, בסך הכל האבן זיי מיר אויסגעזעהן ווי צוויי מאראקאנער אייזל טרייבער שותפים, ברוינליכע פנים׳ער מיט פעך שווארצע לובאוויטשע בערד, אביסל ווי די פיאמענטא ברידער, דתן אביסל מער פעשליך און הינקעדיק און אבירם אביסל מער שלאנק און דאר, און גראדע נישט קיין פארביסענע מענטשן, דוקא זייער געשמאקע ליצים מיט א פוילישער אויסשפראך, ווען איך האב דתן׳ן געזאגט שלום עלכם האט ער מיר באלד געענטפערט - עלכם ועל בניכם, און מיר פארגעשלאגן א רייד אויפן אייזל פאר בלויז צוויי קערנדלעך מן. א שאד זיי האבן זיך צו שלאגן מיט משה רבינו, איך ווייס באמת נישט וואס ס׳איז זיי אריין אין קאפ.

קורח׳ן האב איך אויך געזען, איז אזוי, ערשנט, קיין קאלעך קאפ ווי די ישראלים זאגן איז ער נישט, דאס נעמט אייך ארויס פון קאפ. אדרבה, ער האט גראדע א שיינער פילער קאפ מיט האר. אויפן קאפ טראגט ער א סאמעטענעם קרוין וואס דערמאנט אביסל די פראוואסלאווער גלחים, און אז איך האב אים געגרוסט האט ער מיר ווארעם צוריק געגרוסט מיט פריינדליכע בעלזע אויגן און וואנצעס, איך האב אים געזאגט שלום עליך, האט ער מיר צורעקגעגרוסט שלום עליך ברוך השם ימלא השם משאלות לבך! איך האב ווייט נישט געזעהן אין אים דאס צינישקייט, ער האט נישט געשפעט פון מיר אזויווי איך האב מורא געהאט, ווייל געטראכט האב איך אז ער איז אזויווי א פוילישער ציניקער… למשל איך האב מורא געהאט ער ווער מיר פרעגן - חסיד שבגדיו כולם סאמעט גם כן חייב בסאמעטענע קאפעלוטש?… נאר אפשר שפעט ער בלויז פון זיינע שונאים, שווער צו וויסן.

אבער וואס ס׳האט מיך אממערסטנס גענייגערט איז געווען וועגן קורח׳ס רייכטום, מ׳זאגט רייך ווי קורח, אבער לאמיך אייך זאגן, לויט וואס מיינע אויגן האבן געזען, איז ער נישט ראטשילד, קום אהער, ערווארטעט האב איך צו זען א מאראלאגא מיט מיס-אמעריקא׳ס ארום מיט חונפים און לעקערס, אבער ניין, ער לעבט מיט זיין געזונדל אין געצעלט ווי אלע, בסך הכל האט ער אביסל מער שאף און רינדער און האט עפעס אן אלטער ירושה שופר און טאשנטיכל פון זיידן לוי און יא, ער שפירט זיך אביסל בגדול׳ט מיט דעם שופר. איך האב געזען זיין זון אסף׳ל, ער גייט אפילו מיט געלאטעטע הויזן, סליחה, נישט הויזן, א שמלה. זיין ווייב איז א בחור׳טע, פעשליך, מיט א תולדות אהרן טיכל, א גרויסע יאכנאית, דאס איז אמת, אבער דאס איז בלויז די אנזעהן, בעצם איז זי א בעלת חסד, אלע זענען דאס מודה, זי קאכט פאר א האלבער מחנה, איך ווייס נישט פארוואס מען זאגט אויף איר שלאקטע.

און איך האב געזען זמרי בן סלוא, א רויטער, געט נישט קיין שיט, בקיצור ער איז נהנה פון די ביסל יארן וואס גאט האט געגעבן, ער איז א מאכער, א בחינה פון א שומרים, כאטש ס׳נישטא פון וועמען מורא צו האבן דארטן, נאר ״דזשאסט אין קעיס״, ער האט אבער ליב צו זינגען זמירות, אזוי אז ס׳שווער ארויס צו קריכן מיט אים איז ער א פראסטער צו א נסתר גאר, ווי די תורת לאקשאן וואס באוואנצעטע אידן האבן מיר פארקויפט. נאר מיין איינדרוק פון א גאסט אויף א ווייל, ער איז נישט אזוי טמא ווי מען מאכט אים און נישט אזוי הייליג ווי מען מאכט אים, בסך הכל האט ער ליב די מעשה איז ער געפאלן פאר א מדינית׳טע. גראדע האב איך אויך געזען כזבי בת צור, אז דו פרעגסט מיר, איך וואלט מיך נישט פארפליישיגט מיט אזא איינע… כ׳ווייס נישט, לאנגע נעגל, א גרויס פנים, גראבע ליפן, בקיצור, נישט די נארוועגישע פרינצעסן וואס איך האב מיך פארגעשטעלט.

איך האב אויך באגעגנט טייל פון די קריאי העדה, לאמיר נאר זעהן די נעמען וואס איך געדענק, גמליאל בן פדהצור, שלומיאל בן צורישדי, און פון יונגערן דור, אליצפן בן פרנך, בוקי בן יגלי, עמואל בן גמלי, נחבי בן ופסי, פגעיאל בן עכרן... איז אזוי, בן פדהצור טראץ זיין נאמען איז ער זייער א נארמאלער מענטש, און שלומיאל איז דיקא א געריבענער, פונקט דער היפך פון וואס מיר קענען אלץ שלומיאל. בן פרנך איז זיך ווערט זיין נאמען, איך וואלט אים צוגעגעבן אין פרצוף אריין, נישט קיין סימפאטישער, אבער פונקט דער היפך איז מיט בוקי בן יגלי, אן אדם חשוב, נישט קיין הויכער ביק ווי מען מאכט חוזק פון אים, אז דו פרעגסט מיך וואלט איך קוים געגלייבט אז ער קען מאכן די מעשה מיטן אייגן ווייב. און ווער נאך? אה, עמואל בן גמלי, צו מיין ערשטוינונג אוז ער א ווייסער אשכנזי, איך וואלט זיך געקענט שווערן אז ער איז א גאלדבערג אדער א פרידמאן ווען נישט זיין נאמען. נחבי בן ופסי ווייטער, ער איז נישט דער נחמוש דער בעטלער, אדער ווי יעקוש דער פעדלער, אןן ער עסט נישט קיין וואפלעס ווי זיין טאטע האט געגעסן, ער טוט זיין ארבעט בנאמנות כשר פארדינט, קוים וואס ער נעמט א שטיקל מזונות אריין אין מויל אריין, ער עסט געזונט און איז א געלונגענער מענטש. און צום לעצט, פגיעאל בן עכרן, אים האב איך אממערסטנס ליב, נישט דוקא וועגן זיין נאמען, און דאס איז א מוציא דיבה אז ער איז א מיעסער אןן פגע, ער איז ווי מען זאגט אין ענגליש, א good man, זייער צו דער זאך, און גלייב מיר, אונז אלע וואלטן זיך געווינטשן אזא לוקס.

און איך האב באגעגנט נאך א אידל נישט אזא באקאנטער, אבער אוי איז ער א זיס אידל. ער איז טונקל כמעט שווארץ פון די זון, קליינטשיק און דאר, שטענדיג שמייכלט צוקער זיס ווי ער האט עפעס א גוטס צו זאגן, דאס איז כרמי פון ראובן׳ס משפחה, אבער שוין, צו וואס אריין גיין רעדן פון מענטשן וועמען איר קענט נישט, אבער וואלט איר אים געזען וואלט איר פארשטאנען פון וואס איך רעד.

מיט צלפחד׳ן איז אזוי, מענטשן זאגן ער איז דער ערשטער פעמיניסט, איך ווייס… נישט באמערקט, אבער קען זיין. סיי ווי אבער געפעלט ער מיר נישט, איך קריך נישט ארויס מיט אים, איך ווייס נישט צו ער איז א בלאפער, א שלאנג צי וואס. דער אמת איז, ער לעבט זיך אזוי אפגעזינדערט מיט זיינע טעכטער, ער האט כמעט מיט קיינעם נישט קיין שייכות.

פנחס וועל איך דיר זאגן דעם אמת אז איך האב אים צום ערשטן מאל געזעהן האט ער מיר געמאכט א רושם ווי אן אטיסטיש קינד, שטענדיג רעדט ער אונטער די נאז, ברענגט זיך נישט ארויס קלאר, טוט זאכן אן פארוואס און פארווען. נו, וואס זאל איך רעדן אויף אזא איינעם וואס האט באקומען א בריתי שלום פון באשעפער.

צום לעצט האב איך געזען אלדד ומדד, שוין יארן וואס איך דריי זיך ארום מיט א פאסינירונג וועגן אט די צוויי יוגענטליכע אויף וועמען מען דערציילט אז זיי האבן ארום נביאות׳ט אין מדבר, עפעס זענען זיי מיר געפאלן די צוויי טשילערס פון די במדבר׳דיגע ענדע פרשה בלעטער. איך האב מיך געוואונדערט צו זענען זיי יוגנעליכע טריפערס גורו׳ס וואס זענען צוריק געקומען פון די איסט, צו זענען זיי הציץ ונפגע׳ניקעס אזעלעכע שבתי צבי׳ס? אברהם אבולעפיה׳ס? מיכל לעבאוויטשעס? מארגנשטערנס? אדער ינוקא׳ס א שטייגער ווי דער שלמה יהודה? אדער ניין, גאר עפעס אנדערש וואס איך האב מיך נישט פארגעשטעלט. נאר אז איך האב זיי געזען, קודם כל מוז איך זאגן, הגם איך בין נישט קיין מענטש וואס כאפט שנעל התפעלות, אבער די צוויי דא האבן מיר געכאפט, זיי זענען נישט קיין חסידישע אינגעלייט וועלעכע דאווענען מיט התלהבות, זיי זענען נישט קיין מארגנשטערנס, נאר ליבערש ווי די ווייטע מזרח מענטשן אליינס מיט די שיפע אויגן וואס מאכן מעדיטאציע מיט ענדלאזע ערנסטקייט, אביסל דערמאנען זיי מיר די רוזינע קינדער, און איך מוז זאגן, איך קען פארשטיין פארוואס דער דור המדבר דא גייט משוגע פאר זיי. אז איך האב זיי געגעבן שלום האב איך געשפירט אזא מנוחת הנפש נעבן זיי וואס איך האב קיינמאל נישט געשפירט ביז איצט, און אן קיין שטיק, אן הויות, אן גארנישט, האב איך געשפירט א גייסט פון שלום און התרוממות הנפש ארום נעמענדיג מיר ווען איך בין געשטאנען ארום זיי, און אזוי האבן אלע געשפירט. ס׳האט פשוט דארט געהערשט א טאטאלע שלוות הנפש.
 
לעצט רעדאגירט:
איי לייק!!!

דער צלפחד אפגעזונדערט ביים עק מיט די טעכטער, איך הער אז זיין געצעלט'ל שמעקט פון דזשוינטלעך, אויך טוט ער אומאפיציעל פארקויפן. מאכט סענס, אדער סתם מיס אינפארמאציע?

און קום אריין מיט מער דיטעילס וועגן די טעכטער דארט, ס'איז אמת אז די בנות צלבחד זענען מער צו די הויכע זייט, מיט אנזעינדע פּיטשיקוועס און פּעך שווארצע האר ביזן וויזויהייסטעס?

דאכצעך די צווייטע צו די אינגסטע טאכטער דרייט זיך ארום מיט גאלדענע קייטלען וואס הענגען אראפ אויבן פון די לינקע פיס. זי דרייט זיך מיט אזא בורקע וועלכע האט א שניט ארויף ביז די לענדן אויף די לינקע זייט...

---

וועגן פנחס'ל, דו קענסט אים זעהן שטעכן א קאָפּל? ער איז די "ג'עלעסי טייפּ"? וויאזוי זעהט אויס זיין אייגן שלום בית, ס'זעהט אויס ווי ער באקומט עפעס אינדערהיים? איז בכלל דא וואס צו באקומען?

לויט וויאזוי די לייגסט אים אראפ אז ער רעדט אזוי אינטער די נאז וכו', ס'מאכט סענס ער זאל "מקנאה" זיין דעם זימרי (אדער ווי די מיידלעך רופן אים זעםם)...
 
אייזן
 
כ׳האב אקארשט זיך צוריק געקערט פון מדבר, מיט מדבר מיין איך דעם עכטן געדעכטן מדבר, מיט משה רבינו און די אידן, דאכט זיך ס׳געווען אין עלמון דבלתימה אדער דיבון גד, זיך דרייענדיג דארט ווי א גאסט בין איך ערשטוינט געווארן פון די מחזה, מיינע אבות, די העלדן פון חומש, אט זענען זיי דא פאר מיר. האב איך טאקע באגעגנט א שיינער שפאר באקאנטע נעמען פון די תורה אויף וועמען מען האט מיר אנגעוויזן אז דאס זענען טאקע זיי אליינס, און אזוי זעענדיג זיי פנים אל פנים בין איך מער ווי איינמאל פארחידושט געווארן ווי אנדערש זיי זענען פון וואס איך האב מיך פארגעשטעלט.

למשל נחשון בן עמינדב און גדי בן סוסי, דערציילט האט מען מיר אין חדר אז נחשון בן עמינדב האט געהאט א גרויסער ברייטער בארד און גדי בן סוסי להיפך - א קמץ בערדל, זעה איך פונקט קאפויער, גדי בן סוסי האט א ברייטער פארטריאכאלישער בארד צו מיין ערשטוינונג, און נחשון בן עמינדב טאקע נישט ממש א קמץ בערדל אבער נישט עפעס דער לאנגער שיינער בארד וואס מען האט מיר דערציילט, מער א קאליכיגער בארד.

און באשר משה רבנו׳ן, נישט דא די פלאץ צו שילדערן די סקרוך של קדושה וואס ס׳מיר דורך ביים זעהן משה׳ן אליינס, נאר לאמיר איבערהיפן צו קערפערליכע שטריכן, אוועק מיט די מעשה׳לעך אז ער האט אויס געזעהן ווי א הויפטמאן, איך מוז אייך זאגן דער איד האט אן איידעלער צורה, און קעקעצן? איך האב נישט געזען ער זאלן קעקעצן, ער האט אזא שטימע ווי בעלזער רב, דאס אלץ, ער רעדט פשוט נישט ווי א רעדנער, נאר מיט אביסל רבי׳שע גניחות. און זיין ברודער אהרן, איז נישט דער קלארסטער רעדנער וואס מ׳האט געמאכט פון אים, לימענעווער רבי אדער ר׳ אשר ווייס רעדן קלארער, אבער דער איז א מענטשן קענער, דער פארשטייט צו מענטשן, דאס קען איך דיר יא זאגן. איך האב אמאל געזען ווי איינער האט אים אריין געפארן, שרייט און באליידיגט אים, ״איך ברעך דיך אן די ביינער, קאקא כהן, ווארשטל פרעסער, פּיש דיך אויס אויפן מזבח וכדו׳… און אהרן מיט א בלעכענעם פנים שרייט אויס, העי מיי פריענד, וואס טוט זיך, און גיט אים א נעם ארום מיט אזא חברה׳מאנישער חיבוק באגלייט מיט א וואודבערונער קוש אז יענער איז שיר נישט דערשטיקט געווארן און געבליבן שטיל.

ווייטער, זעה נאר וועם איך זעה דא… דתן מיט אבירם, נעה, ס׳נישט דאס, כלל וכלל נישט, קודם כל, דתן איז נישט דער באדוסטער און אבירם נישט א לאנגער ווארעם געשטעל, אויך זענען זיי נישט קיין מזרחי׳ניקעס ווי אנדערע האבן געזאגט, און אויך נישט להיפך, זיי זענען נישט קיין גרויסע רבי׳ס מיט ספאדיקעס און גאלדענע בעקעשעס, קיינס איז נישט אמת, בסך הכל האבן זיי מיר אויסגעזעהן ווי צוויי מאראקאנער אייזל טרייבער שותפים, ברוינליכע פנים׳ער מיט פעך שווארצע לובאוויטשע בערד, דתן אביסל מער פעשליך און הינקעדיק און אבירם אביסל מער שלאנק און דאר, און גראדע נישט קיין פארביסענע מענטשן, דוקא זייער געשמאקע ליצים מיט א פוילישער אויסשפראך, ווען איך האב דתן׳ן געזאגט שלום עלכם האט ער מיר באלד געענטפערט - עלכם ועל בניכם, און מיר פארגעשלאגן א רייד אויפן אייזל פאר בלויז צוויי קערנדלעך מן. א שאד זיי האבן זיך צו שלאגן מיט משה רבינו, איך ווייס באמת נישט וואס ס׳איז זיי אריין אין קאפ.

קורח׳ן האב איך אויך געזען, איז אזוי, ערשנט, קיין קאלעך קאפ ווי די ישראלים זאגן איז ער נישט, דאס נעמט אייך ארויס פון קאפ. אדרבה, ער האט גראדע א שיינער פילער קאפ מיט האר. אויפן קאפ טראגט ער א סאמעטענעם קרוין וואס דערמאנט אביסל די פראוואסלאווער גלחים, און אז איך האב אים געגרוסט האט ער מיר ווארעם צוריק געגרוסט מיט פריינדליכע בעלזע אויגן און וואנצעס, איך האב אים געזאגט שלום עליך, האט ער מיר צורעקגעגרוסט שלום עליך ברוך השם ימלא השם משאלות לבך! איך האב ווייט נישט געזעהן אין אים דאס צינישקייט, ער האט נישט געשפעט פון מיר אזויווי איך האב מורא געהאט, ווייל געטראכט האב איך אז ער איז אזויווי א פוילישער ציניקער… למשל איך האב מורא געהאט ער ווער מיר פרעגן - חסיד שבגדיו כולם סאמעט גם כן חייב בסאמעטענע קאפעלוטש?… נאר אפשר שפעט ער בלויז פון זיינע שונאים, שווער צו וויסן.

אבער וואס ס׳האט מיך אממערסטנס גענייגערט איז געווען וועגן קורח׳ס רייכטום, מ׳זאגט רייך ווי קורח, אבער לאמיך אייך זאגן, לויט וואס מיינע אויגן האבן געזען, איז ער נישט ראטשילד, קום אהער, ערווארטעט האב איך צו זען א מאראלאגא מיט מיס-אמעריקא׳ס ארום מיט חונפים און לעקערס, אבער ניין, ער לעבט מיט זיין געזונדל אין געצעלט ווי אלע, בסך הכל האט ער אביסל מער שאף און רינדער און האט עפעס אן אלטער ירושה שופר און טאשנטיכל פון זיידן לוי און יא, ער שפירט זיך אביסל בגדול׳ט מיט דעם שופר. איך האב געזען זיין זון אסף׳ל, ער גייט אפילו מיט געלאטעטע הויזן, סליחה, נישט הויזן, א שמלה. זיין ווייב איז א בחור׳טע, פעשליך, מיט א תולדות אהרן טיכל, א גרויסע יאכנאית, דאס איז אמת, אבער דאס איז בלויז די אנזעהן, בעצם איז זי א בעלת חסד, אלע זענען דאס מודה, זי קאכט פאר א האלבער מחנה, איך ווייס נישט פארוואס מען זאגט אויף איר שלאקטע.

און איך האב געזען זמרי בן סלוא, א רויטער, געט נישט קיין שיט, בקיצור ער איז נהנה פון די ביסל יארן וואס גאט האט געגעבן, ער איז א מאכער, א בחינה פון א שומרים, כאטש ס׳נישטא פון וועמען מורא צו האבן דארטן, נאר ״דזשאסט אין קעיס״, ער האט אבער ליב צו זינגען זמירות, אזוי אז ס׳שווער ארויס צו קריכן מיט אים איז ער א פראסטער צו א נסתר גאר, ווי די תורת לאקשאן וואס מעלי גרה׳ניקעס מיט הייליגע פנים׳ער און בעלזע וואנצעס האבן מיר פארקויפט. נאר מיין איינדרוק פון א גאסט אויף א ווייל, ער איז נישט אזוי טמא ווי מען מאכט אים און נישט אזוי הייליג ווי מען מאכט אים, בסך הכל האט ער ליב די מעשה איז ער געפאלן פאר א מדינית׳טע. גראדע האב איך אויך געזען כזבי בת צור, אז דו פרעגסט מיר, איך וואלט מיך נישט פארפליישיגט מיט אזא איינע… כ׳ווייס נישט, לאנגע נעגל, א גרויס פנים, גראבע ליפן, בקיצור, נישט די נארוועגישע פרינצעסן וואס איך האב מיך פארגעשטעלט.

איך האב אויך באגעגנט טייל פון די קריאי העדה, לאמיר נאר זעהן די נעמען וואס איך געדענק, גמליאל בן פדהצור, שלומיאל בן צורישדי, און פון יונגערן דור, אליצפן בן פרנך, בוקי בן יגלי, עמואל בן גמלי, נחבי בן ופסי, און פגעיאל בן עכרן. איז אזוי, בן פדהצור טראץ זיין נאמען איז ער זייער א נארמאלער מענטש, און שלומיאל איז דיקא א געריבענער, פונקט דער היפך פון וואס מיר קענען אלץ שלומיאל. בן פרנך איז זיך ווערט זיין נאמען, איך וואלט אים צוגעגעבן אין פרצוף אריין, נישט קיין סימפאטישער, אבער פונקט דער היפך איז מיט בוקי בן יגלי, אן אדם חשוב, נישט קיין הויכער ביק ווי מען מאכט חוזק פון אים, אז דו פרעגסט מיך וואלט איך קוים געגלייבט אז ער קען מאכן די מעשה מיטן אייגן ווייב. און ווער נאך? אה, עמואל בן גמלי, צו מיין ערשטוינונג אוז ער א ווייסער אשכנזי, איך וואלט זיך געקענט שווערן אז ער איז א גאלדבערג אדער א פרידמאן ווען נישט זיין נאמען. נחבי בן ופסי ווייטער, ער איז נישט דער נחמוש דער בעטלער, אדער ווי יעקוש דער פעדלער, אןן ער עסט נישט קיין וואפלעס ווי זיין טאטע האט געגעסן, ער טוט זיין ארבעט בנאמנות כשר פארדינט, קוים וואס ער נעמט א שטיקל מזונות אריין אין מויל אריין, ער עסט געזונט און איז א געלונגענער מענטש. און צום לעצט, פגיעאל בן עכרן, אים האב איך אממערסטנס ליב, נישט דוקא וועגן זיין נאמען, און דאס איז א מוציא דיבה אז ער איז א מיעסער אןן פגע, ער איז ווי מען זאגט אין ענגליש, א good man, זייער צו דער זאך, און גלייב מיר, אונז אלע וואלטן זיך געווינטשן אזא לוקס.

און איך האב באגעגנט נאך א אידל נישט אזא באקאנטער, אבער אוי איז ער א זיס אידל. ער איז טונקל כמעט שווארץ פון די זון, קליינטשיק און דאר, שטענדיג שמייכלט צוקער זיס ווי ער האט עפעס א גוטס צו זאגן, דאס איז כרמי פון ראובן׳ס משפחה, אבער שוין, צו וואס אריין גיין רעדן פון מענטשן וועמען איר קענט נישט, אבער וואלט איר אים געזען וואלט איר פארשטאנען פון וואס איך רעד.

מיט צלפחד׳ן איז אזוי, מענטשן זאגן ער איז דער ערשטער פעמיניסט, איך ווייס… נישט באמערקט, אבער קען זיין. סיי ווי אבער געפעלט ער מיר נישט, איך קריך נישט ארויס מיט אים, איך ווייס נישט צו ער איז א בלאפער, א שלאנג צי וואס. דער אמת איז, ער לעבט זיך אזוי אפגעזינדערט מיט זיינע טעכטער, ער האט כמעט מיט קיינעם נישט קיין שייכות.

פנחס וועל איך דיר זאגן דעם אמת אז איך האב אים צום ערשטן מאל געזעהן האט ער מיר געמאכט א רושם ווי אן אטיסטיש קינד, שטענדיג רעדט ער אונטער די נאז, ברענגט זיך נישט ארויס קלאר, טוט זאכן אן פארוואס און פארווען. נו, וואס זאל איך רעדן אויף אזא איינעם וואס האט באקומען א בריתי שלום פון באשעפער.

צום לעצט האב איך געזען אלדד ומדד, שוין יארן וואס איך האב געגארט צו זעהן די צוויי יוגענטליכע אויף וועמען מען דערציילט אז זיי האבן ארום נביאות׳ט אין מדבר, איך האב מיך געוואונדערט צו זענען זיי אזעלעכע שבתי צבי׳ס? אברהם אבולעפיה׳ס? מיכל לעבאוויטשעס? מארגנשטערנס? אדער ינוקא׳ס א שטייגער ווי דער שלמה יהודה? אדער ניין, גאר עפעס אנדערש וואס איך האב מיך נישט פארגעשטעלט. אז איך האב זיי געזען, קודם כל מוז איך זאגן, הגם איך בין נישט קיין מענטש וואס כאפט שנעל התפעלות, אבער די צוויי דא האבן מיר געכאפט, זיי זענען נישט קיין חסידישע אינגעלייט וועלעכע דאווענען מיט התלהבות, זיי זענען נישט קיין מארגנשטערנס, נאר ליבערש ווי די ווייטע מזרח מענטשן וואס מאכן מעדיטאציע, אביסל דערמאנען זיי מיר די רוזינע קינדער, און איך מוז זאגן, איך קען פארשטיין פארוואס דער דור המדבר דא גייט משוגע פאר זיי. אז איך האב זיי געגעבן שלום האב איך געשפירט אזא מנוחת הנפש נעבן זיי וואס איך האב קיינמאל נישט געשפירט ביז איצט, און אן קיין שטיק, אן הויות, אן גארנישט, האב איך געשפירט א גייסט פון שלום און התרוממות הנפש ארום נעמענדיג מיר ווען איך בין געשטאנען ארום זיי, און אזוי האבן אלע געשפירט. ס׳האט פשוט דארט געהערשט א טאטאלע מנוחת הנפש.
יוש האסטו א פעדער!

דאס איז א מעסטער פיעס,

אזוי שיין צו באריכטן דיין נסיעה מיט אלע פרטים...

דיין כח הדמיון מיט דיין הערלישן פעדער פארשטייען זיך אויפן ווינק...

נאר איין זאך, אויב די וואלסט געקענט מער אויסברייטערן איבער @נחבי בן ופסי ...
און זיינע ברודערס, וואס מאכט ער? כ׳שוין זייער לאנג נישט געהערט פון אים....
צו לעבט ער נאך בכלל?...אדער גאר איז ער מגולגל געווארן?...
 
כ'בין ניינציג פראצענט זיכער אז כלב בן יפונה האט א סמארטפאון און ער דרייט זיך אויף קרעמל, און ווען יהושע בן נון פרעגט אים עפעס וועגן אייוועלט מאכט ער זיך ווי ער ווייסט ניטאמאל וואס אימעיל מיינט.
 
Back
Top