Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אה.... רעדסט פון דעם... אקעי... האב איך מעשה..מ'קען האבן א נאך די חתונה דעיט, ביי די פאר די חתונה דעיט אויך, מ'קען האבן א פאטענציאלע ווייב אלס אשת חיל אויך.
קען זיין ער זוכט א רוהיג פלאץ ווי מ'קען יוצא זיין ידי שלשתן...
אוודאי רעדט ער פון פארברענגן מיט'ן פארהייראטן ווייבהרב שעפטאל דו רעדסט דעיטן נאך די חתונה אדער פאר די שידוך? ווייל די ערווענסט אשת חיל מיינסט פאטענציאלא ווייב אדער.....?
ווען מ'דרייווט צו א פארק וואס איז א האלבע שעה אוועק פארדינט מען ביידעא פלאץ ווי איך גלייך נישט צו דעיטן, איז אין א קאר. ספעציעל דאס ערשטע מאל.
1) ביידע זיצן זייט ביי זייט נישט פנים אל פנים
2) איך דרייוו, ברויך איך פאוקוסירן אויף די שאסיי...
3) למשל א שפאציר, איז ממש דאס פארקערטע, ס'איז דא אסאך מער גוף-שפראך און אפענקייט וכו' וכו'
(און א זייט נאטיץ, פארוואס ווערט די font מיטאמאל שיף? עס טאנצט צוריק אפילו איך טויש עס.)
עס איז אויך דא א מושג אז מאן און ווייב קענען זיך נישט און א דעיט וועט צו העלפן צו זייער באקענונג.@שעפטאל ביטע זיי מסביר וואס מיינט דאס דעיטן מיטן ווייב ?
(ביז יעצט האב איך פארשטאנען אז דעיטן מיינט ווען צוויי מענטשן וואס קענען זיך נישט גייען ארויס זיך צו באקענען צו וויסן אויב ס'איז א פאסיגע פאר,
אבער אז מ'קען דעיטן מיטן אייגענעם ווייב, מיינט עס לכאורה עפעס אנדערש, סא ביטע זיי מסביר)
סא, אויב קען מען זיך שוין גוט, איז עס שוין נישט שייך ?עס איז אויך דא א מושג אז מאן און ווייב קענען זיך נישט און א דעיט וועט צו העלפן צו זייער באקענונג.
אלו דברים שאין להם שיעור. א יעדן טאג/וואך/חודש/תקופה איז א נייע מציאות (ווענט זיך וואס עס איז אדורך אין די צייטן) א יעדע מציאות טוישט דעם מענטש, און מען דארף האלטן אין איין דעיטן זיך צו באקענען מיט דער נייער מציאות פון די טאג/וואך/חודש/ תקופה האט מיט זיך געברענגט. א דעיט מיטן ווייב זיך צו באקענען מער און מער איז נישטא קיין בל תוסיף. ווייל עס איז קיינמאל נישט גענוג.
דו האסט שוין געטון אזעכי זאכן אדער שרייבסט סתם אבי?וואו @אינטעליגענט !!!
שכח!!! (בכלל שכח פארן צוריק דרייען דעם שנירל צום ענין)
הוספה: געוויסע סיט'ס ביים טעאטער קען מען אויפהייבן דעם הענטל צעווישן די בענקלעך, אבער ס'נישט באקוועם צו קאדלען.
למסקנה: א גרויסע סקרין אינעם בעדראם קעגן איבער די בעט איז ווערד די געלט (אויב מ'האט סייווי ווייפיי בחינם...)
--
נאך געדאנקן וואס קענען זיין א חלק פון א דעיט טאג.
מ'טאנצט צוזאמען. (אין א קלאב, אדער אויפן גאס ביי די מוזיק וואס שפילט אינדערויסן פון א געשעפט. ס'ארבעט בעסער נאך א קליינע לחיים.) אט דאס איז "מצוה טאנץ" כפשוטו...
א רואיגע שפאציר ביינאכט צעווישן ביימער איז א געוואלדיגע עקספיריענס (יעצט אין די קילע זוממער נעכט)
אויב דו קענסט שפילן א אינסטרעמענט שפיל פאר זי הארציגע ניגונים בשעת די צימער ווערט באלאכטן נאר מיט אפאר לעכט.
האבן צוזאמען א באד (מיט באבעל'ס, א בעטה באם, אדער epsom salt וכדו') אויך באלאכטן נאר מיט לעכט.
אוואדע שרייב איך סתם אבי
Wow!The Rage Cage - Break Plates, Smash Printers, and More!
געלייגט אין אן אנדער שנירל, אביסל א קוריאזע דעיט דא קען מען נעמען די ווייב ווען די שלום בית איז נישט איי איי איי... אדער די בילס איז באו מים עד וויזויהייסטעס אנשטאט ווארפן בענק און טעפ קען מען זיך דא אויסגעבן
@חבקוק און @אנטוישטער יונגערמאן דערמאנען געימ'ס, וויל איך מוסיף זיין א פוינט בעצם קען מען מאכן פון דעם אליין א גאנצע דעיט נייט. אין די וועלט איז איינגעפירט געים נייט וואס מ'נוצט אלס אן אייסברעיקער נארמאלערהייט צווישן סטרענדזשער'ס,
א זאך וואס אין אונזער Matrix טוה מיר די אקטיוויטי עפ"י רוב נאר חנוכה ביינאכט און ניטל סתם אבי צו שטופן צייט, ווען אין די (עכטע) וועלט איז דאס אביסל טיפער ווי דאס, ס'איז דא פסיכילאגיע דערצו. פונקט ווי שאך איז מער ווי א pass time נאר דיזיינט צו אויסשארפן די קאפ, שפילט מען געימס פאר סאושל באנדינג און קאנעקשן. און איינמאל מ'איז דורך א געים צוויי איז דא אביסל קעמיסטרי. למשל אין קאלעזש צווישן פרעינדס וכדמ' איך בין אמאל געווען אין פראג האט מען געשפילט צוזאמען אין די האסטל מענטשן פון די גאנצע וועלט וואס האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן פאר דעם, איינמאל מ'האט שוין געשפילט א שעה צייט, מ'האט זיך שוין געוויצלט איבער די מאוו און יענעם'ס דורכפאל, קען מען גיין פארטי'ען און פארברענגען, כ'האב דיר נישט געקענט ביז יעצט, יעצט קען איך דיר עטוואס, כ'ווייס אביסל וויאזוי דו שפילסט אויך... מ'קען עס שפעטער צוריק ברענגען צו דעם נוצן אין א שיינע פלירטי וועג וכו' משא"כ ווי ביי אונז קען זיין פרומערע קאפל'ס וואס גייען דורך די מאושן'ס פאר יארן, אבער קענען זיך פשוט נישט אינטימעטלי. אלעס איז אייביג אפ-טייט און צוקוועטשט.
למשל שפילן Taboo מ'דארף געבן קלו'ס צו א ווארט אבער מ'טאר נישט זאגן די ווארט אליין און די אנדערע'ר דארף געסן אין אפאר סעקונדע'ס
בדוק ומנסה צו הייבן מאראל און ארויסברענגען א קאמפעטיטיוו ענערגיע אויך קען מען שפילן עטליכע צוזאמען וואס איז מער פאן.
אדער קען מען גיין מיט
Trivia
charades
Truth or dare
אדער מער ערוואקסענע געימ'ס איז דא צו באקומען אויף עמעזאן
וואס איך האלט איז זייער אסאך פאן און מעטשור
גיין אין קאסינאו געניסן פון חיי שעה, די טריל פון די רולעיט טעיבל זיך דרייען אהה
גיין שפילן ארקעידס און הוצקענען ווי קליינע קינדער פארגעסן פון די וועלט
קאדלען ביי א שרעקעדיגע מאווי האב איך שוין געהערט פון עטליכע - אויב מעגליך אויב מ'קען די ווייב גוט, נישט זאגן וואס די מאווי רעדט זיך און אפיר זוכן א אביסל א האראר אדער טרילער אזוי וועט די קאדלען מער אריינקומען, אדער א ראמאנטישע פילם שאט נישט.
כ'בין אמאל געווען אליינס ביי פיער 17 הארט ביי די עף די אר איז דא איי-פיק טעאטער (רח"ל) קודם די גאנצע עריע דארט איז ראמענטיק און דו ווילסט נישט אוועקגיין פון דארט, משוגע צו ווערן! ממש ביים איסט ריווער, הערליכע בארס, שיין באלאכטן מיט קאבלסטאון שאסייען. דארט איז דא א אפשן צו זיצן צוזאמען מיט אזא שטיקל headboard וואס גיט פריוואטקייט, ס'איז מער א פורסט קלעס ווי א מאווי עקספירענס, ס'קומט מיט אזא טרוי זיך צו איינדעקן, מ'קען באשטעלן אביסל עסן (נישט כשר אבער כ'קען זיי, זיי מיינען נישט קיין שלעכטס גלייב מיר) וואס מ'סערווירט ביז צום סאפע שוין נישט געווען דארט א שטאק מיט יארן. צייט צוריקצוגיין... עניוועי ווייסט אזוי ביי די טרויעריגע פארט אזא שעה אריין ווען די צוויי גייען שוין צוריקשטעלן די רילעשענשיפ, אויב מ'נעמט זיך א מאס קאנפידענס און מ'גוט א גוטן קוש אוי! די מלאכים דרול'ן ממש מיט!
גיין טרינקען קאקטעילן און גיין אביסל לויז, נישט הוללת אבער זיך עפענען אביסל צו די ספאוס, לאז גיין די פארמאכקייט די פארמאליטי, מ'לעב מיר אין א פאלשע עולם התואו פון בלעק ענד ווייט דזשאדזשמענט און זיך פארשטעקן פון יעדעם'ס לאנגע נאז, גיי לויז! לעב פאר זיך אביסל!
אה דו ביליגסטע פופצן דאלער וואס דו קענסט ספענדן פאר פאן: גיין קאריויקי, די ווייניגער מ'קען זינגען די מער פאן איז עס, כ'בין שוין געווען אסאך מאל, און כ'האלט איך זינג שענער ווי מיינע שכנים... ס'איז מער די פאן, קיינער קעירט נישט, די מייק איז אזוי קלאר דערמאנט מיך פון מיין נורסערי רבי...
און סתם זיך אויסלערנען וויאזוי צו סעדוסן איינער דעם אנדערן, א נושא וואס איז אינגאנצן נישט איינגעפירט פאר עפעס אומבאקאנטע סיבות אריינטעפ'ן אין די ווייעכע זייט, קושן און האלזן באמת ארויסווייזן די ליבע
נאך א ביליגע דעיט: איך גלייך זייער צו רוקן ס'קערפער, גיין טאנצן סווינג אדער סאלסא, אדער דיסקאו אפילו קען זיין גאר פאן, און באנדינג. קאסט אפשר צוואנציג א פובליק לעסאן, מ'מוז נישט שעירן די פארטנער אבער אויב איז דאס נישט קיין אישאו דארף מען וויסן דאס איז גארנישט קיין סעקשועל דזשעסטשור. מ'טאנצט די וועלט גייט נישט אונטער. קען מעגליך דינען אלס בילד-אפ פון די אויבנדערמאנטע סעדוקציע.
אויך האב איך פונקט געשעירט מיט איינעם, אז מ'האט ליב צו ליינען איז דא אין די וויליזש אפאר באר'ס וואס איז א צאמשטעל פון א בוק סטאר מיט ביליגע וויין און ספיריטס. ס'איז דא געציילטע אין די סיטי, און אויך אין אנדערע סטעיטס דא זענען די ערשטע פאר פון גוגל:
- Book Club Bar. 4.3 (159 reviews) Bookstores
- Bibliotheque. 4.2 (46 reviews)
- Logos Bookstore. 4.1 (46 reviews)
ענדשויט! לאזט וויסן אויב האט איר פרובירט אונזערע רעקאמענדאציעס וועל איך ארויסגעבן די קעש עפפ
פארברענגען מיט די ווייב איז א אלטע זאך וואס מען טוט שוין נישט….?!?!
איך רעד נישט פון סתם פארברענגען מיט איר, איך רעד פון טאנצן מיט איר אין א קלאב....פארברענגען מיט די ווייב איז א אלטע זאך וואס מען טוט שוין נישט….?!?!
אבער חתונה האבן מוז מען….