(נישט ממש 'פלעצער' צו דעיטן, כ'האף ס'קומט אריין דא)
סופרייז
א סופרייז קען צוגעבן הייפ צום דעיט, און מ'קען מיט דעם ארויסווייזן שעצונג אז מ'טראכט פון איר.
נעם זי אין די קאר און ס'איז א סוד ווי מ'גייט.
די וועג מעג נעמען א שעה (אדער מער), ס'איז די בעסטע צייט פונעם טריעט, ווייל זי האלט און איין חלומן ווי און וואס... (שטייצעך, יעדער זאל משער זיין לויט זיין צדיקות'לס תכונת הנפש).
דערווייל האט מען א גוטע קאר דעיט, (גאר שטילע שטילע מוזיק קען צוגעבן).
קענסט זיך אפשטעלן ביי א רענדאם טישל אין נאטור און ארויסנעמען פונעם טראנק א קליינעם טריעט ווי סושי וכדו'.
ויסעו, מ'פארט ווייטער... ביז צום אקטיוויטי ווי א קאפלס מאסאדש וכדו'.
-
מיט אפאר מינוט טראכטן קען מען מאכן די לעבן'ס באגלייטערען פיהלן ווי מיליון דאלער.
למשל. בעהטן די גאר נאנטע חברים און חברטעס אנצוגרייטן פאר איר א בירטהדע פארטי אויף דיין קרעדיט קארטל. (אביסל פיצא מיט פרייז איז שוין א פארטי)
א חבר דערציילט מיר: כ'האב איר געגעבן א שיינעם העפי בירטהדעי העד בענד שוין אין די קאר, זי האט עס געטראגן א גאנצע צייט, ביז מ'האט צוריק אהיים געקומען גיין שלאפן.
פאר א $1.25 קענסטו אזוי שטארק באסטן איר געפיהל!
כ'האב קודם געשמייכלט אז אביסל קינדערישע אטענשאן איז אזוי גרויס, אבער כ'האב זיך געכאפט, פארוואס שרייבן אונז אין קרעמל אויב נישט פאר אביסל כבוד און אנערקענונג... פאר א פרוי איז עס אמאל אויף אן אנדערן אויפן. א קליינעם בריוול, דעם 'אויספלאנירן' פאר איר א סופרייז, די היליום בּאלאן'ס, וכדו'