גוטע פלעצער צו דעיטן

(נישט ממש 'פלעצער' צו דעיטן, כ'האף ס'קומט אריין דא)

סופרייז

א סופרייז קען צוגעבן הייפ צום דעיט, און מ'קען מיט דעם ארויסווייזן שעצונג אז מ'טראכט פון איר.

נעם זי אין די קאר און ס'איז א סוד ווי מ'גייט.
די וועג מעג נעמען א שעה (אדער מער), ס'איז די בעסטע צייט פונעם טריעט, ווייל זי האלט און איין חלומן ווי און וואס... (שטייצעך, יעדער זאל משער זיין לויט זיין צדיקות'לס תכונת הנפש).

דערווייל האט מען א גוטע קאר דעיט, (גאר שטילע שטילע מוזיק קען צוגעבן).

קענסט זיך אפשטעלן ביי א רענדאם טישל אין נאטור און ארויסנעמען פונעם טראנק א קליינעם טריעט ווי סושי וכדו'.

ויסעו, מ'פארט ווייטער... ביז צום אקטיוויטי ווי א קאפלס מאסאדש וכדו'.
-

מיט אפאר מינוט טראכטן קען מען מאכן די לעבן'ס באגלייטערען פיהלן ווי מיליון דאלער.

למשל. בעהטן די גאר נאנטע חברים און חברטעס אנצוגרייטן פאר איר א בירטהדע פארטי אויף דיין קרעדיט קארטל. (אביסל פיצא מיט פרייז איז שוין א פארטי)

א חבר דערציילט מיר: כ'האב איר געגעבן א שיינעם העפי בירטהדעי העד בענד שוין אין די קאר, זי האט עס געטראגן א גאנצע צייט, ביז מ'האט צוריק אהיים געקומען גיין שלאפן.
פאר א $1.25 קענסטו אזוי שטארק באסטן איר געפיהל!

כ'האב קודם געשמייכלט אז אביסל קינדערישע אטענשאן איז אזוי גרויס, אבער כ'האב זיך געכאפט, פארוואס שרייבן אונז אין קרעמל אויב נישט פאר אביסל כבוד און אנערקענונג... פאר א פרוי איז עס אמאל אויף אן אנדערן אויפן. א קליינעם בריוול, דעם 'אויספלאנירן' פאר איר א סופרייז, די היליום בּאלאן'ס, וכדו'
 
עס איז געמעקט געווארן? ווייל איך טרעף עס נישט

לגבי א גרויסע סקרין אין די רום, עס איז עכט שווער, מען דארף טרעפן א סקרין וואס גייט אריין אין די וואנט
גא"מ אויב איינער קען ביטע איבערלייגן די לינק
אדער סיי וועלכע אנדערע ספא סיי פריוואט פאר א קאפל, אדער א גוטע נאר פרויען ספא אין א היימישע געגנט.
יישר כוחכם.
 
כדי צו וויסן ווי זי וויל גיין פרעג איר, "דו ווייסט ווי מ'גייט היינט נאכט? געב א געסס!" און ווי זי געססט זאג "יאפ! דארטן גיימער!"... 😂
-

און אויב דו האסט נישט די יכולת היינט ביינאכט איר צו נעמען ערגעץ קויף איר א טשאקאלעד, בלומען, לאקשן וואס קוקט אויס ווי א הארץ, וכדו'.

זאג איר אז דו ביסט זייער צופרידן פון איר און אז דו קענסט נישט חלומען פון עפעס בעסער.

ס'קאסט איין דאלער צו מאכן דיין צווייטער האלב שפירן ווי א מיליאן דאלער!
 
כדי צו וויסן ווי זי וויל גיין פרעג איר, "דו ווייסט ווי מ'גייט היינט נאכט? געב א געסס!" און ווי זי געססט זאג "יאפ! דארטן גיימער!"... 😂
-

און אויב דו האסט נישט די יכולת היינט ביינאכט איר צו נעמען ערגעץ קויף איר א טשאקאלעד, בלומען, לאקשן וואס קוקט אויס ווי א הארץ, וכדו'.

זאג איר אז דו ביסט זייער צופרידן פון איר און אז דו קענסט נישט חלומען פון עפעס בעסער.

ס'קאסט איין דאלער צו מאכן דיין צווייטער האלב שפירן ווי א מיליאן דאלער!
מען דארף זיין קריעיטיוו און פאר ווער עס איז נישט אזויווי מיר, קימסטו אריין קלאר מיט גיטע איידיעס סאו thank you 🙂
 
לויט מיין ערפארונג,איז אין די לאנג ראן,בעסט אז די פרוי האלט אהן איהר סאשעל נעטווערק פאר די אקטיוויטעטן,און דער מאן האלט אהן זיינע גיסעלשאפטן, און פאר די פריינדשאפט און ליבע פון שלום בית , דיסקאסט מען האו איט ווענט , ספעציעל די מאן, אז ער הערט אויס די פרוי, מיט פול עטענשן און אינטערעס-אפילו לשון הרע-שטייט אין די פוסקים, אויב עס בלייבט צווישען מאן און ווייב, דער איז נאו פראבלעם , דעס דערמאנט די גמרא כל מה דאסר רחמנא שרא לו כוותיה,יעדער איסור האט עפעס א היתר-די גמרא געט א ליסט-סאו! אלע מיני גאסיפ , שער איט,ענד ענדזשוי , דעס איז א רעסיפי פאר שלום נוך ושלוה בארמנותיו .
 
Back
Top