אוקעי לאמיר אנהייבן שרייבן אביסל פון וואס איך קען פון 'סדרות ישראליות':
#1 פאודה! -די וועלט בארימטע איזרעלי פילם איבער ישראל-ערבי קאנפליקט, נעקסט לעוועל דראמא!
#2 צומת מילר -קאמעדי-מיין בעסטע סעריע אויף די דריוו, קאמעדי פון חיי יום יום דורך 'אדיר מילר' די #1 סטענדאפיסט אין ישראל! הייעלי רעקאמענדעט! וועסט דיך רייסן פאר געלעכטער
#3 תאג"ד -כ'האב זייער ליב די סעריע, בפרט די ערשטע עונה, זייער אינטערסאנט און בחורי'ש סטייל (עס איז כאילו אזא תאג"ד און צה"ל וואס האקט א לעבן)
#4 שאבאבניקים -כ'גלייב די האסט עס שוין געזעהן.... אז נישט לויף עס יעצט קוקן בפרט עונה 1
שנות ה80/90 -קאמעדי-זייער א שיינע סעריע, צילייגט די לעבן אין א דערפל 'טירת הכרמל' פון יענע יארן (אביסל אומקלאר דא אויף די דרייו) פון שלום אסייג
יעצט גיי איך שרייבן ע"פ סדר פון די א-ב,
אוטונומיה -מיני סעריע פון יהונתן אינדורסקי די קריעטער פון 'שטיסל' איך האב זייער הנאה געהאט דערפון (שחקנים ראשים, שולי רנד, אסי כהן, רותם סלע) א פיקציע פון מדנ"י נאך א בירגער קריג איז ציטיילט אין צוויי אוטונומיות חרדי-בירושלים חילוני-תל אביב
זה לא הגיל - זייער זיס, ווי א בחור'טשיק באליבט זיך און האט חתונה מיט זיין נאנטע חבר'ס מאמע! גאנץ גוט
טהרן -דארף צי זיין 'די צווייטע פאודה' לויט מאנכע... איך האב עס נישט ליב.... אבער טשעק עס אויס, חברה גייען פאר דעהם
ירושלים -(געזען אפאר יאר צוריק) לייגט אראפ ווי 'משטרת ישראל' דארף דורכקומען ציווישן דריי רעליגיעס אין ירושלים, אידן ולהבדיל נוצרים, אראבער, אינטערסאנט!!!
מגן דוד דרום - דארף צי זיין גוטע קאמעדי, איך האב עס נישט ליב...
מחוז ירושלים - זייער אינטערסאנט! א דאקעמענטרי פון כאן 11, אריינבליק אין די ארבעט פון מג"ב, מיט לייוו ווידיאוס פון אקציעס, כאפן דראג סוחרים אין מזרח ירושלים, קאנפיסקירן געווער, הפגנות פון חרדים
מלכת היופי של י"ם - געזעהן אפאר פרקים דא דארט קוקט אויס אינטערסאנט... (אלטע פילם)
מתיר עגונות -די מעשה פון א אגענט פון די 'רבנות' וואס צווינגט ארויס גיטין פון מסרבים, אבער זיין שלום בית איז נישט איי איי איי (נישט פראפעשינעל פילמד)
פלמ"ח - היסטאריע- לייגט אראפ די קאמפן פון די 'פלמ"ח קעגן די בריטישע... אויף מיין ליסט צי קוקן....
קופה ראשית -דארף צי זיין גוטע קאמעדי, לא התחברתי לזה...
שלטון הצללים - איך האלט אינמיטן זען, גאנץ א קאמפלאצירטע מעשה, מיט חברי כנסת און קארופציע
עס איז דא געוויסע TV SHOWS וואס אינטערסירט מיך נישט אזוי שטארק אבער קען זיין עכט אינטערסאנט
-האח הגדול
-חתונה ממבט ראשון
-אהבה חדשה
-בנות ברק
עס איז דא געוויסע שאוס וואס זענען 'סאטירה' אויף אקטועלע נייעס, (פארשטיי אז עס איז פון עטליכע יאר צוריק)
-ארץ נהדרת
-מועדון לילה
עס איז דא נאך וואס דארפן צי זיין אינטערסאנט לפי ידיעתי אבער איך בין נאכנישט אנגעקומען צי זען
די עולם זאל אריינקומען מיט קאמענטארן אויף די איבריגע!