גוגל אידישע קיבארד (מיט די נקודות)

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
1,525
רעאקציע ראטע
5,297
פונקטן
943
ווייסט ווער פארוואס די גוגל אידישע קיבארד האט נישט קיין - (פתח) נקודה?

אבער דער @מחנים האט יא געהאט אט די נקודה.
וואֲט עֶם אֵיי מִיסִינג.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20240517_172421_Gallery.jpg
    Screenshot_20240517_172421_Gallery.jpg
    98.5 KB · געזען: 24
מסתמא נוצט @מַחֲנַיִם די נקודות אויפן פאון אדער די windows keyboard וואס פארמאגט ביידע היברו סטאנדארט און היברו מיט ניקוד. ווען איך בין צוריק אין אפיס וועל איך קענען ציווייזן מיט סניפּעטס וויאזוי אנצושטעלן די ווינדאוס קיבאורד מיט ניקוד.
 
ווען דו דרוקסט און האלטסט אן דעם נקודות קנעפל וועסטו זעהן אלע נקודות אויסער א פתח, אבער טאמער געסטו א שנעלע קליק אויפן קנעפל (אן אנהאלטן לאנג), וועסטו באקומען א פתח.
 
זיי האבן זיך ארומגעשפילט מיט די גאנצע קיעבאורד זיי האבן אוועקגערוקט די בעקספעיס קנעפל צו א אנדערע פלאץ, ס'נעמט צייט זיך צו צוגעוויינען, און ס'גייט מיר היבש אויף די נערוון, איך האב מורא אז ווען איך גיי שוין זיין צוגעוואוינט גייען זיי טוישן נאכאמאל..
 
איך האב געאפדעיט מיין פאון און די גאנצע אידישע קיעבאורד האט זיך געטוישט
 
שױן באלד 15 יאהר װאס איך טײפּ אױף מײן װינדאויס קיבּאורד און כ'האב נאר יעצט באמערקט די פאלױאינג:
אױב קלײבט מען אױס די אידישע קיבאורד, חוץ פון די נקודות דהײנו די ניקוד טברני אדער דײאקריטיקס װי ס'הײסט אין ענגליש, האט מען די אפציע פון דרוקן די קאמבּינעישאן פון ALT GR צוזאמען מיט די לעטטערס Y, G אדער H. (אין יידיש - ט, ע אדער י). די רעזאלץ איז: צװײ װאװן צוזאמען = V, צװײ ײדן צוזאמען = צירי אדער וי = חולם. די געדאנק דערפון איז אז אױב װיל מען לײגן ניקוד אונטער זײַ אזױׁ װִי דאָ <--> װֶערן די דאזיגע קערעקטערס (װ, ײ, ױ) פאררעכנט װי אײַנס און די דײַאקריטיקס עפּיערן הינטער בײַדע אױפאמאָל. װאספארא אויפטוה!
והיה לשימוש טוב!
אגב, װען מ'קלײבט די ײדישע קיבאורד, געפינען זיך די דײאקריטיקס נישט בײ די נומערן פון אויבן װי אין היבּרו, נאר מ'מאכט זײ דורך א קאמבינאציע פון נאכמאל די ALT GR + פארשידענע בוכשטאבן צעשפרײט אױפן קיבאורד.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top