גיין קעגן דעם סיסטעם - מעשיות שהיו

ליידער איז די פאקט גאר ווייט פונעם פוה"א דמיון
אז מען הייבט זיך אן מיטן סיסטעם וועט מען ע"פ רוב נישט גוט אפשניידן
און עס איז דא גאר אסאך מעשיות שהיה דאס צו פראוון
 
ליידער איז די פאקט גאר ווייט פונעם פוה"א דמיון
אז מען הייבט זיך אן מיטן סיסטעם וועט מען ע"פ רוב נישט גוט אפשניידן
און עס איז דא גאר אסאך מעשיות שהיה דאס צו פראוון
מען דארף נישט אנהייבען מיטן סיסטעם, מען טוט וואס מען וויל און מען שאקלט מיטן קאפ, אמן אמן.
 
מען דארף נישט אנהייבען מיטן סיסטעם, מען טוט וואס מען וויל און מען שאקלט מיטן קאפ, אמן אמן.
אזוי ווי איינער האט מיר אמאל געזאגט, ער האט עס פשוט אויסגעפיגורט, מ'גייט מיט א געלן ט"ק אינדרויסן אלס אן אינדענטיפיקאציע אז מ'נאיז גאר א חסידישע אינגערמאן און מ'טוט וואס מ'וויל, מ'גייט וואו מ'וויל, אלעס ווערט ג'כשר'ט מיט דעם איינעם געלן קליידל.
 
ליפא שמעלצער האט גערוקט מיט די אייגענע הענט די גרעניצן פונעם סיסטעם און זיין השפעה אויף די סיסטעם איז נישט אוועקצומאכן. סיי אין זיין ערשטע תקופה און סיי היינט צוטאגס מיט זיין נייע ווערסיע. ער האט טאקע געצאלט א ביטערע פרייז און בין לבין איז ער א לאנגע תקופה געווען מחוץ למחנה אבער למעשה מיין איך אז ער האט די לעצטע לאך.
 
לעצט רעדאגירט:

זיכער אז ער האט געריקט, אבער ער האט פיין געכאפט פאר דעם, די לעצטע לאך האט ער נישט, אבער למעשה איז ער אריינגעשפרינגען אין די הייסע מקווה אין עס קאלט געמאכט, היינט קען מען שוין טוען לכתחילה זאכען וואס פאר 10 יאר צוריק איז ליפא פארווארפען געווארען פאר דעם.
 
איך מיין מיט די לעצטע לאך אז ווי מען שטייט היינט איז ער פערזעליך 100 פראצענט אקעי טראץ וואס ער האט געטשעפעט מיטן סיסטעם און אויך געהאט א סוקסעס ווי דו שרייבסט.
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין מיט די לעצטע לאך אז ווי מען שטייט היינט איז ער פערזעליך 100 פראצענט אקעי טראץ וואס ער האט געטשעפעט מיטן סיסטעם און אויך געהאט א סוקסעס ווי דו שרייבסט.
וואס מיינט סוקסעס? איך בין נישט זיכער אז ס׳קען ווערן אנגערופן סוקסעס…
חוץ אויב סוקסעס מיינט אז מהאט אים צוריק אנגענומען אין אונזער געזעלשאפט און רוב עולם האט נישט קיין פראבלעם מיט אים, אויב ליידט ער סיי וואס אין זיין פריוואטע לעבן צוליב וואס ער האט געפייט די סיסטעם יארן צוריק איז עס נישט אזא סוקסעס.
 
ראחמסטריווקא רבי פון ירושלים ר' דוד'ל האט אמאל פארציילט פאר א ידיד.
אין די צייטן וואס כ'האב געוואוינט אין סקווירא מיטן פעטער (רחמיסטריווקא רבי פון בארא פארק זצ"ל).
די פעטער האט געהאט אסאך פרעשור (-רדיפות 🤫), מ'פלעגט נאכקוקן אויב ער קומט צום טיש צו נישט.

אבער מיר האט קיינער נישט נאכגעקוקט, ס'איז זיי נישט אנגעגאנגען אויב כ'בין א שטארקע חסיד צו נישט. ווייל כ'בין דאך א משוגענער... (אוי ווי קלוג איז צו זיין 'נישט נארמאל')
-

די גמרא זאגט אונז שוין אז מ'איז נישט משנה פונעם נימוס המקום. ס'טריגערט מענטשן.

מ'קען פייטן דעם סיסטעם. און מ'קען פשוט זיין אויף אן אנדערע פלאנעט, נישט א חלק פונעם פלאץ. א ספרדי טריגערט נישט דעם סיסטעם, ער איז דאך נישט פון 'אונזערע'.

שעפטי קריגט זיך מיטן סיסטעם? כלל וכלל לא.
כ'האב פשוט ארויסגעטשעקט מער און מער.
כ'לעב זיך אין מיין וועלטעל (-בּאבּעל), מיט מיינע פריינט ווי איך שפיר באקוועם און געשמאק!

כ'האב איין גרויסע קאנסיקווענס - אז כ'בין נישט א 'חלק פונעם סיסטעם'... (אבער ס'איז מיין החלטה לויט מיינע תכונות הנפש).

כ'וואטש זיך עקסטער ווען ס'קומט צו משפחה. אז זיי זאלן עס אננעמען ווי כ'בין אין א דשורני, כ'בין יוניק, אבער חלילה נישט קעגן קיינעם. איך 'כאפ נישט' וויזוי 'נארמאלע' מענטשן טראכטן און פירן זיך אויף.

מיין יונגערע שוועסטער ווייסט ניטאמאל אז כ'האב פארזיכט טיי, זי חלומט נישט וויזוי מיין שטוב קוקט אויס.
כ'פלאן איר נישט צו זאגן, זי פילט סעיף מיטן 'דעת רבים' פונעם סיסטעם, זי איז צופרידן, כ'זיך נישט צו פארדרייען איר קוק אויפן וועלט.

מיינע עלטערן (ווייסן יא אסאך, זיי) דאווענען יעדן טאג כ'זאל תשובה טון (-מיין אידישקייט זאל מעטשען זייער אידישקייט, וואס איז דאך די איינציגסטע פארזיכערטען וועג אויפן וועלט). זיי קענען מיך נישט פארשטיין, ווייל ווען יא, זענען זיי שוין פון לאנג זויווי מיר...

אבער זיי פילן נישט אטאקירט פון מיין לעבנסשטייגער, זיי ווייסן אז איך רעספעקט זיי, און פראביר נישט קיינעם אויפצוקלערן און טוישן. (כ'שאקל מיטן קאפ, יעדעס מאל אונז באזיכן מיינע עלטערן, ווען מיין טאטע זז"ג דערציילט מיר אותות ומופתים פון דעם באבא און יענעם רעבע, האפענדיג דערביי אריינצוברענגן א הרהור תשובה אין מיך. כ'ווער נתפעל פון די מעשיות, כ'בין מוסיף מיט ענדליכע מעשיות וואס כ'האב אויך אליין געהערט און געטראכט. און ס'איז גוט.)
-

ס'איז א טשויס.
אויב דו ווילסט עפעס פונעם סיסטעם דארפסטו הארמענייזן מיט זיי. חוץ טאמער ביסט א גרויסן עושר. ווי ר' חיים בריסקער האט אמאל געזאגט, אויף אלעס באצאלט מען - די ביליגסטע איז מיט געלט.

איך וויל נישט גארנישט פונעם סיסטעם, ניטאמאל א קבר אין זייער ביה"ח. סאו כ'דארף נישט באצאלן מיט מיין פרייהייט פון מיין לעבן!
 
מ'האט דא אויבן ערווענט ליפא שמעלצער, היינטיגע צייטן איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו ליפא'ס צייטן! די אזויגערופענע סיסטעם האט זייט קאוויד אינגאנצן אויפגעהערט צו עקזיסטירן, אז ריקי ראוז קען קומען זינגען ביי חסידים און לאה פארסטער דרייט זיך ארום סטענדאפן דאס מיינט אז די סיסטעם איז א פארגאנגענהייט. ס'טוט זיך אזויפיל נויז ביי חסידים, ליפא שמעלצער מאכט כריעות והשתחויות ביי זיין זונ'ס מצווה טאנץ, שלמה זיאנץ מאכט שבת וולאגס, פריידא וויזל מיט אירע וויליאמסבורג טורס, שייע ווייס מיט זיינע שאוס, חילו מיט זיינע פאדקעסטס, אויף אייוועלט איז דא א פריקין שנירל איבער ישי ריבו'ס נייע אלבום! זיך שלאגן מיט'ן סיסטעם?! מיט וועם פונקטליך שלאגסטו זיך? אויב ס'עקזיסטירט א סיסטעם איז נאר ביי אפאר ליידיגגייער אין קאפ, איינער וואס האט אויסגעוועלט דווקא צו פאקוסן אויף נצבים וילך פראטעסטן און באבובע חתונות איז נישט דא וואס איהם אויפצוקלערן ווייל ס'איז א קאנשענס דעסיזשען וואס ער האט אליין געמאכט.
 
איך געדענק אין ישיבה יארן האב איך מורא געהאט וואס גייט געשעהן אויב מען ווארפט מיך ארויס. אין מיין קאפ איז עס געווען ווי אויס וועלט ממש. אזוי ווייט אז איך קען שוין בכלל נישט פארשטיין וויאזוי איך אליינס האט דעמאלט געפילט.

למעשה האב איך היינט חרטה פארוואס מען האט מיך נישט ארויסגעווארפן פונעם נערישען ישיבה וואס איך האב גארנישט אויפגעטון און גארנישט געוואקסן. סתם פארברענט אפאר יאר אויס פחד פון ארויסטרעטן פונעם "קאָמפורט זאון".

בלייבן אינעם "קאמפורט זאון" איז נישט אייביג א מעלה, די שרעקעדיגע בוגי מאנסטער וואס שטייט אינדרויסן איז טייל מאָל א בלויזע אילוזיע און די עכטע בוגי איז דארט ווי דו ביסט געווען.

איך רעדט נישט יעצט ספעציפיש לגבי די סיסטעם. יעדער דארף מאכן זיינע חשבונות וואס איז אים וויכטיג און וואס ער גלייכט אבער סתם די איידיע איז גוט זיך אריינצולייגן אין קאפ.
 
מ'האט דא אויבן ערווענט ליפא שמעלצער, היינטיגע צייטן איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו ליפא'ס צייטן! די אזויגערופענע סיסטעם האט זייט קאוויד אינגאנצן אויפגעהערט צו עקזיסטירן, אז ריקי ראוז קען קומען זינגען ביי חסידים און לאה פארסטער דרייט זיך ארום סטענדאפן דאס מיינט אז די סיסטעם איז א פארגאנגענהייט. ס'טוט זיך אזויפיל נויז ביי חסידים, ליפא שמעלצער מאכט כריעות והשתחויות ביי זיין זונ'ס מצווה טאנץ, שלמה זיאנץ מאכט שבת וולאגס, פריידא וויזל מיט אירע וויליאמסבורג טורס, שייע ווייס מיט זיינע שאוס, חילו מיט זיינע פאדקעסטס, אויף אייוועלט איז דא א פריקין שנירל איבער ישי ריבו'ס נייע אלבום! זיך שלאגן מיט'ן סיסטעם?! מיט וועם פונקטליך שלאגסטו זיך? אויב ס'עקזיסטירט א סיסטעם איז נאר ביי אפאר ליידיגגייער אין קאפ, איינער וואס האט אויסגעוועלט דווקא צו פאקוסן אויף נצבים וילך פראטעסטן און באבובע חתונות איז נישט דא וואס איהם אויפצוקלערן ווייל ס'איז א קאנשענס דעסיזשען וואס ער האט אליין געמאכט.
כל תורת הסיסטעם על רגל אחת

דו האסט עס גאר גוט ארויס
 
ליפא שמעלצער האט גערוקט מיט די אייגענע הענט די גרעניצן פונעם סיסטעם און זיין השפעה אויף די סיסטעם איז נישט אוועקצומאכן. סיי אין זיין ערשטע תקופה און סיי היינט צוטאגס מיט זיין נייע ווערסיע. ער האט טאקע געצאלט א ביטערע פרייז און בין לבין איז ער א לאנגע תקופה געווען מחוץ למחנה אבער למעשה מיין איך אז ער האט די לעצטע לאך.
איך קען באשטיין צו הערן מער פרטים, וועלכע זאכן אינעם סיסטעם האט ער גערוקט.
 
איך מיין אז רוב פון די סיסטעם איז אין קאפ, אבער עפעס סיסטעם איז פארט דא, און ווילאנג דו טוהסט נישט זאכן וואס ניכר לעין כל אז דו ביסט קעגן די סיסטעט ביסטו גוט צו גיין.
די עיקר פראבלעם איז ווען דו האסט אין דיין קאפ "די סיסטעם", און וועגן דעם עקטס'טו אין א וועג פון פייטן די סיסטעם, און דו מאכסט מיט דעם א self fulfilling prophecy, אנשטאט צו פשוט טון וואס די ווילסט אן צו טראכטן פון די סיסטעם.
דו וועסט זיין ערשטוינט וויפיל מען קען טון אן ווערן באשייגעצט.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס הייסט זיאנץ מאכט שבת וולאגס?
 
  • שאק
רעאקציעס: Billy
וואספארא מין גערעדאכץ איז דאס צו דער אדער יענער זענען ארויס מיט די לעצטע לאך צו נישט?
איינער וואס האט מצליח געווען צו אריינברענגן אפערטוניטי און לעבהאפט אין אונזער מיזרעבל סיסטעם איז א גלענצדע העלד, אפגעזעהן ווי אזוי זיין פערזענליכע לעבן האט זיך אויסגעשטעלט...!
הלוואי וואלט איך אויך געווען אזוי העלדיש.
 
Back
Top