העסט קיינמאל נישט געוואר ווערן ווער....

געאסר'ט האט ער צענדליגע היתרים. שווער מאכן פאר אידן איז געווען זיין ספעשעלטי. ער איז געווען א פאכמאן אין טרעפן לעכער אין אונזער שולחן ערוך. צענדליגע אידן זענען ארעם געווארן אונטער זיין זייגער. זיין אונטערשיפט איז געזען געווארן אויף א יעדע פאקט וואס איז נאר אמאל געהאנגען געווארן אין אידישע קווארטלעך איבער די גארער וועלט.

אבער די אינטערעסאנטע טייל פון די געשיכטע איז, אז ער איז אלס געווען אנאנים, און וועלכע מיטל וואס האט אמאל געקענט ווערן אנגערופן פארגעשריטן איז גענוצט גענוצט געווארן צו פראבירן אויפצודעקן זיין אינדענטיטעט איז אבער קיינמאל נישט געלונגען פאר איינעם אויפצודעקן זיין מיסטריעזער שלייער.
אבער אין דעם יארע פינף און צוואנציג איז גאנץ מעגליך אז די וועלט וועט געטוישט ווערן אויף אייביג, נאך וואס א פראפעסער פון די באלטערא יוניווערציטעט וואס געפינט זיך ביי די ברעגעס פון די אקלהאנדישער ים האט געמאלדן, אז זיי מאכן פארשריט צו ענדיגן די ערע פון מיסטעריע, איז אונז נאר געבליבן צו אויסווארטן און זען צו זיי וועלן טאקע מצליח זיין אויפצודעקן די באהאלטענע שלייער, און געוואר ווערן ווער דער א.ג. "אלע רבנים פון די פריערדיגע דור" איז טאקע...


גענעמען פון דא
עס איז פארמעקט אבער און די אשכול קען אסאך מאל פארבלייבן גוטע שטיקער
 
Back
Top