הָא לַחְמָא עַנְיָא

מאָצל טויב

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
9
רעאקציע ראטע
161
הָא לַחְמָא עַנְיָא
א פריערדיגע ווערסיע איז דערשינען אין "מייסטערוועק" - פּסח תּשע"ד​

ער איז א צפּיחית בדבש וואָס וויל בלויז מרוֹר רייבן
פּער א פּחמי שבת־נחמוּ איז ער אש־להבה צו דיין קש
ער כאַפּט תּשעה קבין אָבער ס'שווער אים צו פאַרטרייבן
ווייל ער איז טמון אונטער דיין נאָמען ווי הָמָן אין א טאַש.

און צו טרייבן ווי נְבוּזַרְאֲדָן? דאַרף גאָט זיין קוואַטער
אַן ענין א דעליקאַטער … ער זיצט ביי דיר א זאַטער
פּשט'לעך פון א סקוואַטער און פון אין חבוש מתּיר
א פּריוואַטער טעאַטער איז נישט גרינג צו זיין מוותּר.

א הוֹשענא וואָס שמייסט נאָך פאַר לְמַעַן־דַעַת
א דלעילא, א דלתתא, א סאָפּראַנאָ, און א באַס
א שבר־כּלי, משוגע'וואַטע, נאָן־גראַטאַ, א חלאת
אַן אפילה כּדת און אַטאַקע מיט קנס לבין ובת.

אַן עוקץ אָן קיין פּיטם, א שלוקערץ אָן קיין ריטעם
א צעפידלטע סטרונע, א קאַקאָפאָנישע יְמֵי־בִּינָה
טענוּ מעוֹת חיטים, הוֹדה לוֹ עצי שיטים
א צעזידלטע קינה, א מעלאַנכאָלישע גילה־רינה.

עם ישׂראל חי באַשווערט אים עד בלי די
מ'הערט אַז ער קערט פאַר ערד, בערד, און פערד
ער שווערט אַז ער באַגערט אויך דאָס גיסן בליי
און אויף דעזערט? די סגולה פון מְתוּשֶׁלַח'ס שווערד.

ער דערקלערט אַז ס'איז באַשערט און געוויס ווערט
— א חוכא ואטלולא פון יעדער תחבולה און פּעולה
ער ווערט פאַרהערט, פאַרצערט, און איבערגעקערט
ווי א פאַרווערט מחשבה'לע וואָס הערט הַכְּנַעֲנִי וכל אומה.

א נֶגַע צָרַעַת — עין לא ראתה!
ראַסע? בלאַסע; אויגן? נאַסע
מטמא? במגע ומשׂא, כּוֹס, כּעס, וקאַסע
למעשׂה — אַזש אויך בגרימאַסע.

נאָר א קשיא אויף א מעשׂה:
ער פאַרמאָגט נישט קיין מאַסע
פונדעסטוועגן איז ער זיך מתנשׂא
ממסע למסע צו א משׂא גסה.

ער האָט זאָגאַר א רעפּערטואַר פון דוֹבים ויער:
דער צאַר מיטן גזר, קאָמיסאַר מיטן ציגאַר
אַרענדאַר מיטן שטר, זשאַנדאַר מיטן כאַבאַר
— א באַזאַר פון קאָשמאַר וואו כּל דאלים גבר.

א מאַנישע מערכה און א דעפּרעסיווע אנחה
א בחור כּהלכה נאָר מיט א שטיקל הנחה
הבטחה, הדרכה, ברכה, און סומאַטאָכע
א צעפליקטע משפּחה וכל הקוֹדם זכה.

אילוזיעס, דעלוזיעס, און א זאַק האַלוצינאַציעס
זיינע מאַכינאַציעס פאַרהויקערט אויף דיין פּלייצע
חלוֹמוֹת, פּתרוֹנוֹת, און לויזע אַסאָציאַציעס
ער חוש'ט מיט די חושים און דרייט א ביצה.

טראַכט, מאַכט, און פאַרמאַכט
פאַרבראַכט, נאַכט, און באַוואַכט
באַטראַכט, באַאָבאַכט, און געדאַכט
פאַרשמאַכט, פאַרקראַכט, און אָפּגעשוואַכט.

פאַרדאַכט, פאַראַכט, און אויפגעבראַכט
לאַכט, באַמאַכט, און אויסגעטראַכט
שלאַכט, געבראַכט, און פאַראורזאַכט
פּראַכט, פאַרפלאַכט, און אומגעבראַכט.

א פּאַניק, אַן אַמפּעריי, און ווידער א רודעריי
— זאָגן זאָגט ער אַז ער מיינט דיין טוֹבה
פרעסן פרעסט ער אָבער אבר מן החי
— ס'לעצטע ביסל מאַרך איז ער אויך גוֹבה.

ער פארגינט דיך נישט קיין רגע בשלוה
ניטאַמאָל א קרעכצל אויפן קושי השעבוד
ער קומט באַלד קלאַפּן אויף דיין טיר ווי א מלוה
ווייל ס'איז דיך געלונגען צו שאַפן אַביסל עידוד.

מנוחה ושׂמחה אונטער א בענזאָדיאַזעפּין?
ער קומט צו תּמחה דיך שטעכן אויפסניי
ער שמעלצט זיך בחדוותא דזעיר אנפּין
ער לאַכט אין די פויסטן אויך פון עס־עס־אַר־איי.

יסורים מיט סיפּורים איבער חורים אין די כּדורים
א חג הביכּורים? פון תמרורים נאָכנישט פּטורים
א בעל־כּישורים מיט ביאורים אויף מַתִּיר אֲסוּרִים
— שיעורים און חיבורים אויך אויף ליל שמורים.

ווי שבת ביי הרהורים מיינען איסורים בלויז דיבורים
ווי גבירים טיילן פּורים נאָכן טרעטן אויף די פּירורים
ווי יוֹם כּיפּורים איז כּ־פּורים און פאַרווישט חטאת־נעורים
ווי מאושרים די מכשירים, ביי עשירים נישט מחמירים.

צעשטרודלט, צעדרודלט, און צעדרומשקעט
צעפלאָכטן ווי א לאָקש איז דער נייער נאָרמאַל
באַלעמוטשעט, דערקוטשעט, און צעקוטשקעט
דו פרעגסט פאַרוואָס? ער ענטפערט: "ווייל."

דער בן־מלך האָט געקוקט פון פּלאַץ ביי בִּרְכַת כֹּהֲנִים
זיך געבוקט צו דערנער אין פּאַלאַץ אַנשטאָט שוֹשנים
זעלנער מיט הערנער צעפאָכעט ווי א פּאַיאַץ בין הזמנים
א משל און נמשל צעפלאַטערט ווי א קאַץ אויף חתנים.

ער בלעקעצט זאַצן ווי דער זאַץ פון צעשטויסענע גפנים
לְחַצֵץ קלעבט מיט לְנַצֵץ ווי א מאַטראַץ פון נקבים־קטנים
ווי א געבענטשטער קוואָדער אין טאַץ ביי וּמִנּוֹתַר קַנְקַנִּים
און ווי וְתַחְתּוֹנִים עָלְזוּ נאָכן רייטן אויף א שייגאַץ־אוֹפנים.

פאַריאַכמערט, פאַרכמורעט, און פאַרקאָלאָטשעט
צעבוצקעט, צעיוכעט, צעהעצקעט, און צעפּלאָשעט
צעטשאַכמערט, פאַרמרוקעט, און פאַרמאַראָטשעט
צעזשאַרעט, צעפיבערט, צעמיירעט, און צעטאָפּטשעט.

ער שיט אויס זאַלץ על כּל חבורה ופּצע
נאָכן דיך צעקאַטעווען מיט גע'הרג'טע מכּוֹת
ער גיסט אויס אַלץ, כּדי מוֹסיף צו זיין חטא על פּשע:
זאָלסט צעקאַליעטשעט ווערן אויך אויף די וַחֲלַקְלַקוֹת.

יאָ, דו קלאָגסט יָגַעְתִּי בְּאַנְחָתִי
אָבער ניין, ס'גילט נישט קיין גט
דו זיפצט אַשְׂחֶה בְכָל לַיְלָה מִטָּתִי
אָבער ער הולטייעוועט אפילו אין בעט.

ווער איז דער צעפראַסקעטער אוֹרח?
ער האַקט אַרום אין דיין פּסיכישער דירה
דער יאָלד באַקט און קאַקט ביי דיר אין מוֹח
דער פּאַראַזיט איז די מכּה אשר לא כּתובה.

ער פאַרשטעלט מיט געוויקסן דיינע פענצטער
און ער פאַרשוואַרצט דיינע קעמערלעך מיט קויל
ער איז אַנטשלאָסן צו פאַרשפּרייטן דעם קענצער
און דיין געמאָרדעוועטע זעל אַראָפּיאָגן אין שאוֹל.

ווער האָט אים דיין אַדרעס געגעבן?
און ווער האָט אים געעפנט די געיט?
ווער האָט אים געלאָזט דיין היים אָנקלעבן
מיט זיין אַלטערנאַטיווער רעאַליטעט?

דער גאָלע גאָרנישט זויפט דיין בלוט
ער נאָגט א מלא וגדוש טאָג און נאַכט
געדענק: זיין לעבן איז זיס, גוט, און ליט
כּל זמן דו ביסט אין אים פאַרטראַכט.

דיין וְנַפְשִׁי נִבְהֲלָה מְאֹד איז זיין יעמוֹד יעמוֹד!
אַרומצושרויפן ביי דיר א טשוועקל אין קעפּל
דיין נויט איז זיין פּרנסה און דיין הויט איז זיין קנויט
ביסט זיין זֶה חֲלִיפָתִי נאָך מיט א פּעקל אויפן רעקל.

ער ווערט דאָך דערנערט, פאַרמערט, און אויסגעהערט
ווען דו ביסט אין אים פאַרקלערט און פאַרשווערט
דיין לעבן צעשטערט און פאַרטרערט איז פאַרקערט
א קאָנצערט וואו ער יערט און ווערט באַערט.

דער עני ממעשׂ און תּלוש פון ערשטן קלאַס
ער מאַכט דיך חלוש על מנת לקבל פּרס:
דיין צער איז זיין שׂכר; דיין גענאַר איז זיין שפּייז
נאָר זיין געפאַר און שפּאַס איז דיין היסח הדעת.

דער בן סוֹרר ומוֹרה שוֹרש פּוֹרה
מרה שחוֹרה האָט דערפון מוֹרא
מער ווי דער אָטעם פון בעל־קוֹרא
פאַרן אַרויסשלאָגן עֲשֶׂרֶת.

ווייל מִשְׁפָּטִים אין תּלמוד־תּוֹרה
האָט אַריינגעשלאָגן דער מוֹרה
וואָס בוֹרא אין זיין תּוֹרה איז יוֹרה
פאַרן טאָגן אִם בַּמַחְתֶּרֶת.

נשימה אחת איז נישט מעכּב די קריאה
די ערגסטע לאַגע איז טעראָר פונעם כאָר
אָבער נפש תּחת איז סוֹף גנב לתּליה
אפילו נישט קיין קלאַגע פונעם פּראָקוראָר.

דיין פאַראָרעמט לעבן איז זיין ברויט
— הָא לַחְמָא עַנְיָא!
דיין דערלעבן מוז ווערן זיין טויט
באַפרייט צו ווערן פון זיין טיראַניע.

ס'שטיקעלע מרוֹר אין חרוֹסת טוֹבל
טייטשן צדיקים: אַראָפּ מיטן אוֹרח!
כֵּן עָשָׂה הִלֵּל, כּי נֶפֶשׁ הוּא חֹבֵל
— אַריינגעשליידערט אין סאַמע כּוֹרֵךְ.

כָּל דִּכְפִין מיינט נישט אַז מ'איז דעם פּסיכישן פּאַראַזיט סוֹבל
כָּל דִצְרִיךְ — אפילו דער סבלן הִלֵּל מוז ווערן א קטלן לצוֹרך
בְּנֵי חוֹרִין וואַרטן נישט אויף אֵלִיָּהוּ'ן, נִירְצָה, אָדער קיין גראַם
— זיי זינגען כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ שוין באַלד ביי שֻׁלְחָן עוֹרֵךְ.​
 
בייגעלייגטע פיילס

לעצט רעדאגירט:
פאַריאַכמערט, פאַרכמורעט, און פאַרקאָלאָטשעט
צעבוצקעט, צעיוכעט, צעהעצקעט, און צעפּלאָשעט
צעטשאַכמערט, פאַרמרוקעט, און פאַרמאַראָטשעט
צעזשאַרעט, צעפיבערט, צעמיירעט, און צעטאָפּטשעט
אפילו די בית יהודה חומש עם פירוש ע״ט גייט באַנקראָט ביי דעי פאראגראף, בין איך די איינציגסטע דיסלעקסיק אורח וואס מיינט אז דאס איז יאפענעזיש וואס האט מזנה געוועהן מיט טשעכיש?
אנטשולדיגט פארן אריינקומען ראָף, איך האב ליב דיין ארבעט (אויכט ע״פ דיני קריטיק דארף מען געבן א קאמפלימענט פאר מען קריטיקירט) אבער וויאזוי קען איך פארשטיין וואס די שרייבסט אויב קען איך נישט די טייטש, איז עס א מיך פראבלעם? קען זיין.
עס איז זייער ציענד דיינע ארטיקלען אבער איך דארף אנהייבן געסען וואס ווערטער מיינען, איך האלט נאך אינמיטן אויספיגערען וואס פייער אפּפער און קראָפּ מיינען.
 
איך האב ADD, אדער דאס זענען טאקע גאר טיפע ליטעראטור, נישט אויסגעשטעלט פאר דאס דורעכשניטליכן פערזאן?
 
אפילו די בית יהודה חומש עם פירוש ע״ט גייט באַנקראָט ביי דעי פאראגראף, בין איך די איינציגסטע דיסלעקסיק אורח וואס מיינט אז דאס איז יאפענעזיש וואס האט מזנה געוועהן מיט טשעכיש?
אנטשולדיגט פארן אריינקומען ראָף, איך האב ליב דיין ארבעט (אויכט ע״פ דיני קריטיק דארף מען געבן א קאמפלימענט פאר מען קריטיקירט) אבער וויאזוי קען איך פארשטיין וואס די שרייבסט אויב קען איך נישט די טייטש, איז עס א מיך פראבלעם? קען זיין.
עס איז זייער ציענד דיינע ארטיקלען אבער איך דארף אנהייבן געסען וואס ווערטער מיינען, איך האלט נאך אינמיטן אויספיגערען וואס פייער אפּפער און קראָפּ מיינען.
זעה דא אוֹרוֹת - קאווע שטיבל יואב זאגט
"א פּאָעמע איז מען אין אמת'ן נישט מסביר."
 
אפילו די בית יהודה חומש עם פירוש ע״ט גייט באַנקראָט ביי דעי פאראגראף, בין איך די איינציגסטע דיסלעקסיק אורח וואס מיינט אז דאס איז יאפענעזיש וואס האט מזנה געוועהן מיט טשעכיש?
אנטשולדיגט פארן אריינקומען ראָף, איך האב ליב דיין ארבעט (אויכט ע״פ דיני קריטיק דארף מען געבן א קאמפלימענט פאר מען קריטיקירט) אבער וויאזוי קען איך פארשטיין וואס די שרייבסט אויב קען איך נישט די טייטש, איז עס א מיך פראבלעם? קען זיין.
עס איז זייער ציענד דיינע ארטיקלען אבער איך דארף אנהייבן געסען וואס ווערטער מיינען, איך האלט נאך אינמיטן אויספיגערען וואס פייער אפּפער און קראָפּ מיינען.

ר' שׂכל, ביסט אינגאַנצן נישט ראָף — אדרבא! שמייס אַריין וויפיל ס'גייט. כ'האָב דווקא הנאה ווען מ'קריטיקירט. כ'שעץ די אַנעסטי, קריטיק איז וויכטיג, און דיין קריטיק דאָ צייגט אַז דו האָסט לפּחוֹת געלייענט, עפּעס וואָס דערפרייט מיין האַרץ פיל מער ווי סתם א דרייוו־ביי לייק.

אידישע ליטעראַטור מיט א טעם עטוואָס זיסער ווי די מילך וואָס האָט געשפּריצט פון דיין מאַמע'ס ציצקעס און מלמד'ס וואָנצן האָט קנאַפּ וואָס שייכות מיטן פייער־אָפּער וואָס שלאָגט זיך אַרויס פון נפיחוֹת אין שטאַל. א רייך און סאָפיסטיקירט אידיש ≠ א פאַרצייטיש, שטומפּיג, און צאינה־וראינה דייטש — נון בויא מיר נישט דאָ דיין טעמפּל שירה.

אויב האָט די גראָבע פראָש געהייסן "צעפראַסקעט," דאַן "צעפראַסקעט + שטעקן" ≈ די איינצלנע פּאַראַגראַף "סטראָפע" צווישן אַזש זיבן־און־דרייסיג אינהאַלטרייכע סטראָפעס אַריינגעשטעלט אין אַן אָפּטיילונג וואָס רופט זיך צימעס "פּאָעזיע."

אויב האָט די גראָבע פראָש געהייסן "צעפראַסקעט," דאַן "צעפראַסקעט + שטעקן" ≈ אָט די סטראָפע וואָס שענקט אַביסל ליבע פאַר דער זאַפטיגער טשעכישער "אידישער צע-" משפּחה וואָס ווערט ליידער פאַרגוואַלדיגט טעגליך דורך אָנגעבליכע פאָן־טרעגער פון דער יאַפּאַנישער "אידישער" שפּראַך — "מאַמע־לשוֹן קאַמיקאַזעס," אויסן צו דערמאָרדעווען דעם אייגענעם לעקסיקאָן.

אויב האָט די גראָבע פראָש געהייסן "צעפראַסקעט," דאַן "צעפראַסקעט + שטעקן" = "צעפראָשקעט." יתּכן גאָר אַז די עטימאָלאָגיע פון צעפראַסקעט איז צעפראָשקעט. 🤔

על פּי תּוֹרה קען עמיצער פאַרשטיין די פּאָעמע הונדערט פּראָצענט אפילו אויב דער שׂכל ווערט גענצליך נעלם ביי דער דאָזיגער סטראָפע, כאָטש וואָס על פּי תּוֹרה מוז קיינער בכלל נישט פאַרשטיין די פּאָעמע. מדרבנן, אָבער, אויב באַדערט דיך בלויז 2.7% פון דער גאַנצער פּאָעמע, דאַן אפשר קלער פון שפּאַצירן די עקסטערע מייל אַריינצוקוקן אין א אידיש ווערטערבוך — ס'איז 2025, מיין פריינט, מ'דאַרף שוין נישט "געסן טייטש." כ'ווייס נישט צי מ'וועט דיך דערויף שמייסן, אָבער קיין "מיך פּראָבלעם" גייט דאָס בל"נ נישט זיין. אדרבא, זיי דו דער יאַפּאַנער וואָס איז מזנה די טשעכקע.​
 
אפילו אויב דער שׂכל ווערט גענצליך נעלם
ביים איבערליינען א צווייטע מאל האב איך געכאפט אז דו שפילסט מיט דעם ניק נאמען.

ווער ווייסט וויפול נאך פערל שטיקער איך האב איבערגעהיפט ליינענדיק אזוי בחיפָּזון.

א שטיקל שיחת חולין פון מאצל צריכה לימוד.

זיך געזעצט לערנען רבותי!
 
חלילה. נאָר א משהו, בדרך צחוֹת פאַרשטייט זיך. כ'האַלט ס'איז אָבער אמת אַז מ'קען הונדערט פּראָצענט פאַרשטיין די פּאָעמע אָן יענער ווילדער סטראָפע; כ'מיין אַז מ'קען אויך "מער ווייניגער" פאַרשטיין יענע סטראָפע אפילו אָן קענען די פּינקטליכע באַדייטן פון יעדן וואָרט. יענע סטראָפע (2.7%) רעפלעקטירט קלאָר נישט די פּאָעמע אין אַלגעמיין. כ'האָב זיכער געמאַכט דווקא אַרויסצושרייבן זאַכן ברחל בתך טאַקע ווייל די פּאָעמע איז אַביסל געדיכט און צעפראַסקעט — עקם הכתוב שמונה אותיות מער ווי איינמאָל בלויז כּדי צו העלפן דעם לייענער כאַפּן די כּוונוֹת און רעפערענצן.

אמת, כ'פּייניג אפשר דעם לייענער אַמאָל־אַמאָל מיטן אַריינשטופּן אַן אומבאַקאַנט וואָרט דאָ און אַן אומבאַקאַנט וואָרט דאָרט — גילטי! כ'האַלט אָבער נישט אַז כ'קום ממש בטרוניא. אפשר יאָרן צוריק. אָבער נישט היינטצוטאָגס. ס'רוב רייכערע ווערטער וואָס מ'טרעפט אין מיין ווערק זענען אַזוינע וועלכע פאַרמאָגן גענוג דייטליכע ענגלישע קאָגנאַטן. אַנדערש וועל איך מיך בדרך כּלל אָפּהאַלטן פון אַריינפלעכטן אַן אומבאַקאַנט אידיש וואָרט, סיידן ס'איז פאַראַן א גאָר גוטע סיבה.

בקיצור, ווי געזאָגט, קיינער זאָל זיך נישט צוריקהאַלטן פון קריטיקירן. אדרבא! כ'האָב א סך מאָל הנאה פון קריטיק. כ'קען אָבער נישט אייביג גאַראַנטירן אין וועלכער ריכטונג דער דיאַלאָג וועט פאָרן.​
 
לעצט רעדאגירט:
הָא לַחְמָא עַנְיָא

ער איז א צפּיחית בדבש וואָס וויל בלויז מרוֹר רייבן
פּער א פּחמי שבת־נחמוּ איז ער אש־להבה צו דיין קש
ער כאַפּט תּשעה קבין אָבער ס'שווער אים צו פאַרטרייבן
ווייל ער איז טמון אונטער דיין נאָמען ווי הָמָן אין א טאַש.

און צו טרייבן ווי נְבוּזַרְאֲדָן? דאַרף גאָט זיין קוואַטער
אַן ענין א דעליקאַטער … ער זיצט ביי דיר א זאַטער
פּשט'לעך פון א סקוואַטער און פון אין חבוש מתּיר
א פּריוואַטער טעאַטער איז נישט גרינג צו זיין מוותּר.

א הוֹשענא וואָס שמייסט נאָך פאַר לְמַעַן־דַעַת
א דלעילא, א דלתתא, א סאָפּראַנאָ, און א באַס
א שבר־כּלי, משוגע'וואַטע, נאָן־גראַטאַ, א חלאת
אַן אפילה כּדת און אַטאַקע מיט קנס לבין ובת.

אַן עוקץ אָן קיין פּיטם, א שלוקערץ אָן קיין ריטעם
א צעפידלטע סטרונע, א קאַקאָפאָנישע יְמֵי־בִּינָה
טענוּ מעוֹת חיטים, הוֹדה לוֹ עצי שיטים
א צעזידלטע קינה, א מעלאַנכאָלישע גילה־רינה.

עם ישׂראל חי באַשווערט אים עד בלי די
מ'הערט אַז ער קערט פאַר ערד, בערד, און פערד
ער שווערט אַז ער באַגערט אויך דאָס גיסן בליי
און אויף דעזערט? די סגולה פון מְתוּשֶׁלַח'ס שווערד.

ער דערקלערט אַז ס'איז באַשערט און געוויס ווערט
— א חוכא ואטלולא פון יעדער תחבולה און פּעולה
ער ווערט פאַרהערט, פאַרצערט, און איבערגעקערט
ווי א פאַרווערט מחשבה'לע וואָס הערט הַכְּנַעֲנִי וכל אומה.

א נֶגַע צָרַעַת — עין לא ראתה!
ראַסע? בלאַסע; אויגן? נאַסע
מטמא? במגע ומשׂא, כּוֹס, כּעס, וקאַסע
למעשׂה — אַזש אויך בגרימאַסע.

נאָר א קשיא אויף א מעשׂה:
ער פאַרמאָגט נישט קיין מאַסע
פונדעסטוועגן איז ער זיך מתנשׂא
ממסע למסע צו א משׂא גסה.

ער האָט זאָגאַר א רעפּערטואַר פון דוֹבים ויער:
דער צאַר מיטן גזר, קאָמיסאַר מיטן ציגאַר
אַרענדאַר מיטן שטר, זשאַנדאַר מיטן כאַבאַר
— א באַזאַר פון קאָשמאַר וואו כּל דאלים גבר.

א מאַנישע מערכה און א דעפּרעסיווע אנחה
א בחור כּהלכה נאָר מיט א שטיקל הנחה
הבטחה, הדרכה, ברכה, און סומאַטאָכע
א צעפליקטע משפּחה וכל הקוֹדם זכה.

אילוזיעס, דעלוזיעס, און א זאַק האַלוצינאַציעס
זיינע מאַכינאַציעס פאַרהויקערט אויף דיין פּלייצע
חלוֹמוֹת, פּתרוֹנוֹת, און לויזע אַסאָציאַציעס
ער חוש'ט מיט די חושים און דרייט א ביצה.

טראַכט, מאַכט, און פאַרמאַכט
פאַרבראַכט, נאַכט, און באַוואַכט
באַטראַכט, באַאָבאַכט, און געדאַכט
פאַרשמאַכט, פאַרקראַכט, און אָפּגעשוואַכט.

פאַרדאַכט, פאַראַכט, און אויפגעבראַכט
לאַכט, באַמאַכט, און אויסגעטראַכט
שלאַכט, געבראַכט, און פאַראורזאַכט
פּראַכט, פאַרפלאַכט, און אומגעבראַכט.

א פּאַניק, אַן אַמפּעריי, און ווידער א רודעריי
— זאָגן זאָגט ער אַז ער מיינט דיין טוֹבה
פרעסן פרעסט ער אָבער אבר מן החי
— ס'לעצטע ביסל מאַרך איז ער אויך גוֹבה.

ער פארגינט דיך נישט קיין רגע בשלוה
ניטאַמאָל א קרעכצל אויפן קושי השעבוד
ער קומט באַלד קלאַפּן אויף דיין טיר ווי א מלוה
ווייל ס'איז דיך געלונגען צו שאַפן אַביסל עידוד.

מנוחה ושׂמחה אונטער א בענזאָדיאַזעפּין?
ער קומט צו תּמחה דיך שטעכן אויפסניי
ער שמעלצט זיך בחדוותא דזעיר אנפּין
ער לאַכט אין די פויסטן אויך פון עס־עס־אַר־איי.

יסורים מיט סיפּורים איבער חורים אין די כּדורים
א חג הביכּורים? פון תמרורים נאָכנישט פּטורים
א בעל־כּישורים מיט ביאורים אויף מַתִּיר אֲסוּרִים
— שיעורים און חיבורים אויך אויף ליל שמורים.

ווי שבת ביי הרהורים מיינען איסורים בלויז דיבורים
ווי גבירים טיילן פּורים נאָכן טרעטן אויף די פּירורים
ווי יוֹם כּיפּורים איז כּ־פּורים און פאַרווישט חטאת־נעורים
ווי מאושרים די מכשירים, ביי עשירים נישט מחמירים.

צעשטרודלט, צעדרודלט, און צעדרומשקעט
צעפלאָכטן ווי א לאָקש איז דער נייער נאָרמאַל
באַלעמוטשעט, דערקוטשעט, און צעקוטשקעט
דו פרעגסט פאַרוואָס? ער ענטפערט: "ווייל."

דער בן־מלך האָט געקוקט פון פּלאַץ ביי בִּרְכַת כֹּהֲנִים
זיך געבוקט צו דערנער אין פּאַלאַץ אַנשטאָט שוֹשנים
זעלנער מיט הערנער צעפאָכעט ווי א פּאַיאַץ בין הזמנים
א משל און נמשל צעפלאַטערט ווי א קאַץ אויף חתנים.

ער בלעקעצט זאַצן ווי דער זאַץ פון צעשטויסענע גפנים
לְחַצֵץ קלעבט מיט לְנַצֵץ ווי א מאַטראַץ פון נקבים־קטנים
ווי א געבענטשטער קוואָדער אין טאַץ ביי וּמִנּוֹתַר קַנְקַנִּים
און ווי וְתַחְתּוֹנִים עָלְזוּ נאָכן רייטן אויף א שייגאַץ־אוֹפנים.

פאַריאַכמערט, פאַרכמורעט, און פאַרקאָלאָטשעט
צעבוצקעט, צעיוכעט, צעהעצקעט, און צעפּלאָשעט
צעטשאַכמערט, פאַרמרוקעט, און פאַרמאַראָטשעט
צעזשאַרעט, צעפיבערט, צעמיירעט, און צעטאָפּטשעט.

ער שיט אויס זאַלץ על כּל חבורה ופּצע
נאָכן דיך צעקאַטעווען מיט גע'הרג'טע מכּוֹת
ער גיסט אויס אַלץ, כּדי מוֹסיף צו זיין חטא על פּשע:
זאָלסט צעקאַליעטשעט ווערן אויך אויף די וַחֲלַקְלַקוֹת.

יאָ, דו קלאָגסט יָגַעְתִּי בְּאַנְחָתִי
אָבער ניין, ס'גילט נישט קיין גט
דו זיפצט אַשְׂחֶה בְכָל לַיְלָה מִטָּתִי
אָבער ער הולטייעוועט אפילו אין בעט.

ווער איז דער צעפראַסקעטער אוֹרח?
ער האַקט אַרום אין דיין פּסיכישער דירה
דער יאָלד באַקט און קאַקט ביי דיר אין מוֹח
דער פּאַראַזיט איז די מכּה אשר לא כּתובה.

ער פאַרשטעלט מיט געוויקסן דיינע פענצטער
און ער פאַרשוואַרצט דיינע קעמערלעך מיט קויל
ער איז אַנטשלאָסן צו פאַרשפּרייטן דעם קענצער
און דיין געמאָרדעוועטע זעל אַראָפּיאָגן אין שאוֹל.

ווער האָט אים דיין אַדרעס געגעבן?
און ווער האָט אים געעפנט די געיט?
ווער האָט אים געלאָזט דיין היים אָנקלעבן
מיט זיין אַלטערנאַטיווער רעאַליטעט?

דער גאָלע גאָרנישט זויפט דיין בלוט
ער נאָגט א מלא וגדוש טאָג און נאַכט
געדענק: זיין לעבן איז זיס, גוט, און ליט
כּל זמן דו ביסט אין אים פאַרטראַכט.

דיין וְנַפְשִׁי נִבְהֲלָה מְאֹד איז זיין יעמוֹד יעמוֹד!
אַרומצושרויפן ביי דיר א טשוועקל אין קעפּל
דיין נויט איז זיין פּרנסה און דיין הויט איז זיין קנויט
ביסט זיין זֶה חֲלִיפָתִי נאָך מיט א פּעקל אויפן רעקל.

ער ווערט דאָך דערנערט, פאַרמערט, און אויסגעהערט
ווען דו ביסט אין אים פאַרקלערט און פאַרשווערט
דיין לעבן צעשטערט און פאַרטרערט איז פאַרקערט
א קאָנצערט וואו ער יערט און ווערט באַערט.

דער עני ממעשׂ און תּלוש פון ערשטן קלאַס
ער מאַכט דיך חלוש על מנת לקבל פּרס:
דיין צער איז זיין שׂכר; דיין גענאַר איז זיין שפּייז
נאָר זיין געפאַר און שפּאַס איז דיין היסח הדעת.

דער בן סוֹרר ומוֹרה שוֹרש פּוֹרה
מרה שחוֹרה האָט דערפון מוֹרא
מער ווי דער אָטעם פון בעל־קוֹרא
פאַרן אַרויסשלאָגן עֲשֶׂרֶת.

ווייל מִשְׁפָּטִים אין תּלמוד־תּוֹרה
האָט אַריינגעשלאָגן דער מוֹרה
וואָס בוֹרא אין זיין תּוֹרה איז יוֹרה
פאַרן טאָגן אִם בַּמַחְתֶּרֶת.

נשימה אחת איז נישט מעכּב די קריאה
די ערגסטע לאַגע איז טעראָר פונעם כאָר
אָבער נפש תּחת איז סוֹף גנב לתּליה
אפילו נישט קיין קלאַגע פונעם פּראָקוראָר.

דיין פאַראָרעמט לעבן איז זיין ברויט
— הָא לַחְמָא עַנְיָא!
דיין דערלעבן מוז ווערן זיין טויט
באַפרייט צו ווערן פון זיין טיראַניע.

ס'שטיקעלע מרוֹר אין חרוֹסת טוֹבל
טייטשן צדיקים: אַראָפּ מיטן אוֹרח!
כֵּן עָשָׂה הִלֵּל, כּי נֶפֶשׁ הוּא חֹבֵל
— אַריינגעשליידערט אין סאַמע כּוֹרֵךְ.

כָּל דִּכְפִין מיינט נישט אַז מ'איז דעם פּסיכישן פּאַראַזיט סוֹבל
כָּל דִצְרִיךְ — אפילו דער סבלן הִלֵּל מוז ווערן א קטלן לצוֹרך
בְּנֵי חוֹרִין וואַרטן נישט אויף אֵלִיָּהוּ'ן, נִירְצָה, אָדער קיין גראַם
— זיי זינגען כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ שוין באַלד ביי שֻׁלְחָן עוֹרֵךְ.​
באלאנגט אין מאחורי...
 
אפילו די בית יהודה חומש עם פירוש ע״ט גייט באַנקראָט ביי דעי פאראגראף, בין איך די איינציגסטע דיסלעקסיק אורח וואס מיינט אז דאס איז יאפענעזיש וואס האט מזנה געוועהן מיט טשעכיש?
אנטשולדיגט פארן אריינקומען ראָף, איך האב ליב דיין ארבעט (אויכט ע״פ דיני קריטיק דארף מען געבן א קאמפלימענט פאר מען קריטיקירט) אבער וויאזוי קען איך פארשטיין וואס די שרייבסט אויב קען איך נישט די טייטש, איז עס א מיך פראבלעם? קען זיין.
עס איז זייער ציענד דיינע ארטיקלען אבער איך דארף אנהייבן געסען וואס ווערטער מיינען, איך האלט נאך אינמיטן אויספיגערען וואס פייער אפּפער און קראָפּ מיינען.
ליינען א געשרייבעכץ פון רעב מאָצלן איז אן עקספריענס, אן איבערלעבעניש. די ווערטער אליין האבן א קדושה אין זיך אפילו אויב נישט אלעס פארשטיייט מען. הער דיך צו צום ריטעם, שפיר די מוזיק, דערטאפ דאס לשון נופל על לשון, די ווערטער־שפיל.
 
wow יעדעס מאל איך ליין עס איבער זעה איך עפעס וואס איך האב נישט פריער געזעהן!
 
מאָצל, האסט מיר געברענגט א שטארקע הנאה, וואָרום געשמאק ווי וואַרעך זיינען דיינע רייד.

כ'ווייס נישט וואס וואַרעך מיינט, לויט מיין גירסא דינקוּתא איז דאס עסאוסיעטעד מיט געשמאק..
 
סארי אבער וואסע מיט די שפראך רעדסט ווי א שייגאץ
איינער געבט אוועק פון זיין צייט צי מאכן מענטשן לאכן, איז די ערשטע זאך וואס קומט דיר ארויף און געדאנק צי שרייבן איז "פארוואס אזוי לאנג?"

פארוואס אזוי נישט קאנסידירערט?
 
פארוואס אזוי לאנג?
דו גלייכסט לאַנגע גאַטקעס? איך גלייך לאַנגע פּאָעמעס. אויב רייבט דיך מיין באַשלוס דעם אומריכטיגן וועג, דאַן ביטע שפּיר פריי זיך צו פאַרבינדן מיט מיין פּערזענליכן קאָמפּלעינט־דעפּאַרטמענט, סטאַנציאָנירט סמעק דעב צווישן מַקְהֵלֹת און תָרַח.

א כּשר'ן און פרייליכן פּסח​
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top