הֲבֵל הֲבָלִים אָמַר קֹהֶלֶת

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,549
רעאקציע ראטע
11,135
פונקטן
1,943
אזוי ווי עס קומט דאך באלד די ימים נוראים (שרעקעדיגע טעג, ליטערעלי), און מען פירט זיך אז שלושים יום קודם לחג לערנט מען אביסל אויף צו זיין צוגעגרייט צום יום טוב, און נישט אנקומען ווי "א יון אין די סוכה" (אויך ליטערעלי), האב איך מיר אנגעהויבן אביסל פארקוקן דברי קֹהֶלֶת וואס מען גייט ליינען (אדער ווי מ'פירט זיך ביי אונז, זאגן אן צו פארשטיין א ווארט) שבת חול-המועד.

פארוואס פונקט קֹהֶלֶת פרעגסטו? פארוואס נישט א נייע פשט אויף לָאֵ-ל עוֹרֵך דִין, אדער נייע פשטים אין פָּץ מְפוֹצֵץ יְפוֹצְצוּ בְּקוֹל, אדער כאטש לערנען אביסעלע שערי תשובה אדער הלכות תשובה פונעם רמב"ם?

וועל איך דיר ענטפערן, קודם ס'איז נישט קיין סתירה, אזוי ווי אונזער קהלת בן דוד זאגט שוין טאקע, "טוֹב אֲשֶׁר תֶּאֱחֹז בָּזֶה וְגַם מִזֶּה אַל תַּנַּח אֶת יָדֶךָ כִּי יְרֵא אֱלֹקִים יֵצֵא אֶת כֻּלָּם", אבער דער עיקר סיבה פארוואס דווקא קהלת איז וויבאלד דאס איז מיין פעיוואריט ריטואַל פון גאנץ תשרי.

שוין יארן וואס איך פיל לאנגווייליג צו זיצן און דרימלען אין שול בשעת יעדער שרייט און פארפירט. ליינען ברבים מיינע ביכלעך וועט מען מיר דאך ארויסווארפן אפי' פון א רעפארם טעמפל, ווער רעדט פון א חסידישע שטיבל.
איך האב אזויפיל קשיות... דער באשעפער איז דאך א כל יכול, ער וועט פארשטיין מיט שיינעם אויך, במילא וואס איז די שרייעריי, און אויב קומט זיך דיר נישט א גוט יאר, וואס וועט העלפן די שרייען? נעקסטע יאר זאלסטו זעהן צו זיין א גוטע איד, האסטו געזעהן אזאנס... וואו איז די יושר? דא שטיי איך מיט אן איידלקייט, איך האב פרובירט צו זיין גוט, און האף פאר א גוטע יאר, און דא קומט איינער וואס האט אפגעטוהן אלע מעשים תעתועים אשר לא יעשו, און נאר מיטן שרייען און פארפירן און שאקלען מיטן געלן טלית וועט ער האב א געשמאקע יאר? וואס וועט איהם אפהאלטן פון טוהן די זעלבע זאך נאכאמאל אויפן קומענדיגע יאר?

כפרות? דאָנט געֶט מי סטאַרטעד, ס'איז דאך מעשה אמורי, צער בעלי חיים, אנטי ענווייראמענט, שטינקט פון טויטע, צו וואס טויגט מיר די גאנצע זאך, חוץ אויף כפרות פארשטייט זיך... שוין טויזענט יאר וואס די שענסטע און בעסטע פון כלל ישראל פרובירן מיט גוטן צו מיט שלעכטן איבערצורעדן די המון עם צו אפלאזן די נארישע כפרה מעשיות, און זיי רעדן צום לאמפ. די עולם האלט זיך שטארק ביי זייער, און אויף דעם וויינען שוין די נביאים... אן "עם קשה עורף" זענען זיי. "עַל אֲשֶׁר עָזְבוּ אֲבוֹתֵיכֶם אוֹתִי נְאֻם ה' וַיֵּלְכוּ אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים וַיַּעַבְדוּם וַיִּשְׁתַּחֲווּ לָהֶם".

שאקלען דעם לולב האב איך אויך קיינמאל נישט עכט ענזשויט. נאך פון אלס קינד האב איך געשפירט מאדנע ביים שאקלען לולב אתרוג. איך האב נישט געוויסט קיין היסטאריע, און אז דאס איז מן הסתם נאר פון נאך ימי עזרא... אבער געשאקלט האב איך ווי א שלאנג זאל זיין ארום מיין פערשט. רעכטס לינקס ארויף אראפ פארנט הונטער, נעקסט! צוריק צו מיינע קינדער ביכער... ווען מיין רבי האט דערציילט די מעשה פון די צדיק וואס איז אויף געווען א גאנצע נאכט און צוקראכט דעם גלאז פון שאפע מרוב שמחה של מצוה, האב איך אייביג געטראכט צו מיר אז אויב איך וועל אזוי טוהן היינט צוטאגס וועל איך זיך אויפוועקן די נעקסטע שעה אין משוגעים הויז מיט באזארגטע עלטערן איבער מיין בעט, און א טאץ מעדעצינען אין מיין קערפער.

איז ווען ס'קומט שבת חלה-מויד און די עולם איז אין א בעסערע שטימונג, ווער איך מלא שמחה צו ליינען קהלת מיטן עולם. ענדליך איז די גאנצע קהילה (מלשון קהלת) מודה צו מיר, אלעס איז הבל הבלים, גארנישט מאכט נישט קיין סענס. איך לאך צו מיר, ווען זיי זאלן ווען פארשטיין די אמת'ע כוונה פון דער מלך בן דוד... אוי... ס'איז מיר אן עקסטערע געשמאק ווען דער פרומער איד אין שול וואס זאגט ערליך יעדער ווארט פארשטייט נאר איין ווארט, הבל!.... און ער זאגט עס נאך מיט אזא געשמאק אויף א הויכע קול יעדעס מאל ס'קומט אונטער.... בלא בלא בלא בלא... הבל! בלא בלא בלא בלא.... הבל הבלים!

כאטש ענדיגן אונז דעם חודש אויפן זעלבן פעיזש!

און יעצט קען מען שוין גיין זיך פרייען שמחת תורה, ווייל אזויווי צדיקים האבן געזאגט לגבי תשעה באב אז "אויב קלאגסטו נישט אויפן חורבן פון כלל ישראל, דאן דארפסטו קלאגן אויפן אייגענעם חורבן", די זעלבע דא, "אויב פריי איך זיך נישט מיט די תורה פון מיינע ארומיגע, וועל איך זיך כאטש פרייען מיט מיין אייגענע תורה!"

און דאס איז די תורה פון הֲבֵל הֲבָלִים אָמַר קֹהֶלֶת!

גיי מיר זאגן סליחות.

צום ווידערזעהן,

מרדכי שושני

***

איך עפן די שנירל צו שמועסן מיט די חברים קרעמלער איבער אלס און אלעמען ארום קהלת. זאל עס זיין פרד"ס, פילאסאפיע, חקר מקרא, און וואס נישט. לאזט אייך הערן.
 
אויף אנצוהייבן, דא האט איר קהלת אין אידיש פון החכם @אפענער.

און דארט איז אויך א שיינע שמועס איבער די באדייט פון "שירים ושירות".

און אני הקטן האב דארט געשריבן:
אז מ'רעדט שוין, ס'איז זייער אינטערעסאנט ווי חזל האבן געהאט א פראבלעם מיט קול באשה פארן הייליקער שלמה, האבן זיי אריינגעזעצט א פשט אין שרים ושרות.

״עָשִׂיתִי לִי שָׁרִים וְשָׁרוֹת וְתַעֲנוּגוֹת בְּנֵי הָאָדָם, שִׁדָּה וְשִׁדּוֹת״; ״שָׁרִים וְשָׁרוֹת״ – אֵלּוּ מִינֵי זֶמֶר, ״וְתַעֲנוּגוֹת בְּנֵי הָאָדָם״ – אֵלּוּ בְּרֵיכוֹת וּמֶרְחֲצָאוֹת, ״שִׁדָּה וְשִׁדּוֹת״ – הָכָא תַּרְגִּימוּ: שֵׁידָה וְשֵׁידְתִין. בְּמַעְרְבָא אָמְרִי: שִׁידְּתָא.
(גיטין סח.)

און אזויווי דער חומת אנך איז מסביר:
שרים ושרות. פירש רש"י מיני כלי זמר. אפשר דבא לאפוקי שלא נפרש משוררים ומשוררות דהא קי"ל קול באשה ערוה. אך אפשר לפרש משוררים ומשוררות ולא היו בבת אחת אלא שרים לחוד ומשוררות לחוד. והמשוררות היו מנשיו ופלגשיו ויש לדחות:
 
@שושני יעדעס ווארט פון דיך איז גינ-גאלד!
איך ליב יעדעס שורה, בפרט די:
"אויב פריי איך זיך נישט מיט די תורה פון מיינע ארומיגע, וועל איך זיך כאטש פרייען מיט מיין אייגענע תורה!"
שפתיים ישק!!!
איך גיי טאנצן אן אנדערע הקפות די יאר, מיט די ליין!
 
קהלת איז א פריע ווערסיע פון נייהעליזם, עס איז מיין באליבסטע ספר... 😭
(און די פסוק וואס מ'האט צוגעקלעבט דערצו צום סוף איז אפשר אבסורדיזם...)
 
שושני שרייבט און קרעמל שטראלט.

דו מיינסט טאקע אז ביי קהלת איז יעדער איינשטימיג מיט דיר? א נעכטיגן טאג.
עס בלוטיגן דאך שוין די גדולי הדורות אויף דעם ליצנות וואס רש"י הקדוש האט געמאכט פון דעם קהלת... א גאנצע מוסר ספר געווארן.
צו פארקריכן אביסל, זינט ווען איז 'נאר' פון עזרא א קלייניגקייט? טרעף מיר אן עלטערן ריטואל. איז דען עזרא עפעס ווייניגער פון משה?
 
צו פארקריכן אביסל, זינט ווען איז 'נאר' פון עזרא א קלייניגקייט
ס'איז ווייט נישט קיין קלייניגקייט. אבער צוריק צו קריכן אביסל, נאר פון עזרא איז נאכאלץ א שיין ביסל פאר קהלת... לאל
 
אַ גורער חסיד האָט מיר אַמאָל געזאָגט: אומעטום פייניגן זיך מענטשן און דאווענען ר"ה ביז 6 אַזייגער אין אוונט, מיר זענען בײ 12 מיטאג פארטיג מיט'ן גאנצן דאווענען, און א בעסער יאר ווארט אויף אונז ווי אלע פון זיי.
 
א מערקווירידיגע פלאץ וואו מען זעט אז אסאך מענטשן, אפילו גדולים, הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס קהלת וויל דא, און זיי נעמען אלעס ליטעראל, איז דער ראיה וואס מען ברענגט דערפון אין דער מערכה קעגן קופערניקוס.
ס'טייטש, שטייט דאך קלאר: והארץ לעולם עומדת! דער ערד שטייט און די זון דרייט זיך!
 
Back
Top