שמעון ראלניצקי וויינט דאך אויך אז ווען מ'קויפט אים מער וואלט ער נאך געווען אין ביזנעס...
געווענליך אן ארטיסט, ווייסט נישט וויאזוי ער קען מאכן געלט פון זיין ארט. די.מ. אזוי, (אן א נעמען און דיטעילס. ביטע נישט פרעגן, און בעטן)
למשל עס איז דא בלאג (פרעיג נישט ווי, ווער און וואס) וואס זיין א מעמבער דארט קאסט אפ א שיינער סכום פאר חודש (יא א היימישע רעדענדע אידישע בלאג, לאו דווקא געשריבן אין בלויזע אידיש בוכ-שטאבן) איך רעדט די קלענסטע טיער Tier איז $30.00 א חודש עס גייט ארויף צו איבער $100.00 פאר די דריטע טיער Tier.
עס האט א שיינער צאל מעמבער'ס. (איבער 400 וואס איך ווייס פון) אבער דער שרייבער, דער סייט קאנטריביוטער, און די אנהייבער פון דעם בלאג. האט עס געראנט א שיינער וויילע פאר אן קיין פיאסטער טשארדזשעןַ פארן ליינער, ביז עס איז געקומען אן אנטיפענורער, און אפטער גענומען דעם שרייבער און איהם געזאגט אהובי, ידידי. איך וויל די צאלן פאר וואך פאר דיין ווערק בתנאי אז די גיבסט מיר איבער דעם סייט. עס איז נאך אלץ דיינס אויב אונזער דיין ארבעט זיך נישט אויס. אבער, די שרייבסט אלעס וואס די שרייבסט אויפן סייט אויף א גוגל דאקס און די גיבסט מיר דעם חומר, און די גלייבסט אויפן סייט מער צו קאנטריביוטען אזוי ווי ביז איצטערט.
דער שרייבער האט אנגענומען דעם אנבאט, די סייט איז שוין אלט אן ערך פון קארגע 5 יאר עס האט אפאר הונדערט סיינאפס פון $30.00 פאר חודש עטליכע הונדערט פאר בערך $60-$75 פאר חודש, און איבער 30 סיין אפס פאר איבער $100.00 א חודש.
דער שרייבער בכבודו ובעצמו וואלט דאס קיינמאל נישט באוויזן, און ער וואלט שוין לאנג אויף געגעבן. אן ארטיסט איז נישט קיין אנטיפענורער דאס איז די מציאות, אין ארדער אזא זאך זאל ארבעטן דארף זיין א ביזנעס טרייבער צו עס מאכן אינטו עי ביזנעס.
קודם האט ער עס גענומען צו א וואלענטערי דאונעישאן, צוגעלייגט קליינע פיטשערליך, געימינגטייזט די סייט. עס איז געווארן אביסעל אינטערסאנטער און מער אינגעידזשינג. דאן האט ער געמאכט א פעיד פלאץ צו ענטערן פאר נאר באצאלטע מעמבער'ס. איין יוזער פער איי. פי'. אדרעס, און פער אקאונט קען זיין אריין געסיינט. און דאן איז דער פרי Free ווערזשען געבליבן אן קיין פרישע אפדעיטס, בוז עס איז געווארן עלימינירט. עס האט גענומען פאר איהם אנצוקומען צו דעם פינטעל בערך א אנדערע האלבן יאר. ער האט משפיע געווען א שיינע פאר צענט און די איבערבוי פון דאס זייטל)
בדרך אגב איצטערט ת''ב איז אויך געווען אזא מושג פון Moed Entertainment. פנחס גלויבער מיט דעם אנדערן (גראדע האט מיך דער צווייטער נארוועיז געמאכט). אבער, פנחס גלויבער איז שוין א קאנטריביוטער יארן. ווי לאנג קול מבשר, שמעון ראלניצקי, האבן איהם נישט אויף געפיקט האט ער פון זיין ווערק קיין פיאסטער נישט געמאכט. ווען ער האט געוואוינט דאהי און אפי' פון אה''ק אויכעט, האט ער פרובירט צו מאכן א אידישע אינפלוענסער איידיע, איך מיין אבער אז לא עלתה בידו.
אן ארטיסט אליינס איז נישט קיין ביזנעס-מאן און ער האט נישט די טאלאנט פון זיין ארט צו מאכן ביזנעס. וועלעכע זינגער מאכט היינט געלט, נאר ווער עס ארבעט מיט אן עמטליכער עדזשענט וואס בויעט איהם אויף, אז נישט קיין ער זיין די שענסטע און בעסטע זינגער ער גייט שלאפן מיט אלע. די מוזיק פון די זינגערס וואס ליגן אנליין פאר פרי איז געוואנדן אין די זינגער. רוב זינגערס מאכן טאקע נישט קיין געלט פון דעם און דארף גיין ווייטער, אבער די וואס מאכן יא זענען די פרייע חומר אנליין אז חלק פון די ווייב ווי אזוי זייער עדזשענט מאכט געלט אויף איהם, און מאכט זיכער אז דער זינגער מאכט אויך א שיינעם סכום.
לאמיר אפיר נעמען ליפא שמעלצער. איך ווייס נישט צו ער מאכט געלט צו נישט אין זיין פערזענליכער לעבן. אבער כ''ז ער האט נישט געהאט מיט זיך הרב (איך קען זיך נישט דערמאנען זיין ערשטע נאמען) ווייזער האט קיין לחם לאכול פון זיין ארט נישט געהאט. מיט די אלע אלבוים'ס וואס ער האט פראדעצירט האט ער זיך געדארפט גיין אויף וואטסאפפ מען זאל נישט קאפיען זיינע סי.דיס. כדי ער זאל קענען מאכן אפאר גראשן. און דער דיסטריביוטער, זאל נישט ארויס גיין פון ביזנעס און ער זאל ח''ו אויפהערן שטיצן די סי.די'ס.
און די זעלבע מיכאל שניצלער ז''ל כ''ז ער האט נישט געהאט אלי וועבער מיט זיך האט ער פון זיין ארט נישט געמאכט קיין ערענסטע גראשן. וכו' וכו'
ביי די גוי'אישע ארטיסטן זעהט מען אסאך אסאך שטערקער. דער ארטיסט איז כאילו אן עבד פאר זיין עדזשענט פאר גרויס געלט, אבער דער ארטיסט אליינס וואלט נישט ווערד געווען קיין רויטע פיאסטער.
בלא בלא בלא, לאנגע דרשות. צו קומען צו די נקודה
@אינטעליגענט עס איז זיכער מען קען עס מאכן, אבער דער שרייבער דארף איינער זאל עס טוהן פאר איהם, אליינס וועט ער נישט קענען לפענ''ד הק'.
עס איז דא געלט דערינען? יא. וועט דער שרייבער מאכן דאס געלט אן א שטיפער? ניין.