הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

עבד ה'

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
פעב. 26, 2025
מעסעדזשעס
17
רעאקציע ראטע
33
די גאצע וועלט רודערט יעצט וועגן די שאלה איך מיין מ'האט נאכנישט גערעדט דערפון דא אויב איינער קען אריינקומען קלאר וואס מ'טוט אוןוואס די שאלה איז עפעס הייסט אז יעקב בער בן מהר''יי דרייט אן די גאנצע זאך האדמור מהר''א מסאטמאר שליט''א איז מיקל צוזאען מיט ר' חיים אהרן אונגאר ר' בנימין לאנדא ר' חיים דוד כ''ץ מיט ר' געציל און ר' מענדל שאפראן ר' יוסף ישראל אייזענבערג און די אוסרים זענען ר' מענדיל זילבער ר' הערשל אויש ובנו ר' זושא ר' אברהם הערש וואזנער
 
האסט מיר געמאכט גענוג נייגעריג אויף זיך צו אינטערסירן, אבער קיין שמץ שאלה נישט געברענגט.
אפשר איז די שאלה אויב מ'קען מקיים זיין שילוח הקן?
 
האסט מיר געמאכט גענוג נייגעריג אויף זיך צו אינטערסירן, אבער קיין שמץ שאלה נישט געברענגט.
אפשר איז די שאלה אויב מ'קען מקיים זיין שילוח הקן?
איך מיין זאלסט זיך בעסער נאפרעגן איך פארשטיי עס איז א זאך וואס בוני עולם וויל נישט מתיר זיין און A TIME יא
 
@עבד ה' געווענליך ביים עפענען א שנירל פארלאנגט זיך אביסל מער קלארקייט איבער וואס די נושא איז.

איך בין אויך נייגעריג פונקט ווי @זית רענן אבער האב נישט קיין מושג פון וואס דו רעדסט.

אפשר ביסטו מסביר וואס דו ווייסט? וואס איז די שאלה און וואס איז די מציאות הדברים?
 
אינטרעסאנט ר' מענדל איז די מחמיר.

שייטלעך האט ער מתיר געווען
 
צו מען מעג מאכען א טרענספלענט.

ביי פרויען האט מען שוין מתיר געווען צו טרענספלענטען א רחם,וועגען וואס איינע פון די דיינים האט עס וויכטיג געדארפט ביי א קינד, אויף די אייער ביי פרויען איז דא נאך א פייט.

מער פון דעם ווייס איך נישט.
 
לעצט רעדאגירט:
אינטרעסאנט ר' מענדל איז די מחמיר.

שייטלעך האט ער מתיר געווען
עס קען נישט זיין.

אויך שטייט און די ערשטע מעסידזש אז ער לאזט יא. עס זענען דא צוויי מענדל'ס.
 
@עבד ה' געווענליך ביים עפענען א שנירל פארלאנגט זיך אביסל מער קלארקייט איבער וואס די נושא איז.

איך בין אויך נייגעריג פונקט ווי @זית רענן אבער האב נישט קיין מושג פון וואס דו רעדסט.

אפשר ביסטו מסביר וואס דו ווייסט? וואס איז די שאלה און וואס איז די מציאות הדברים?
איך וויס נישט פונקטליך וואס מ'טוט איך פארשטיי עפעס אז מלייגט אריין א כיס של ביצים אין די פרוי פון א אנדערע פרוי עפעס אזוי אדרבה וועגן דעים בין איך געקומען דא צו הערן מער איך ווייס נאר אז ר' מענדילזילבער איז לעצטענס געווען ביי מהר''א און מהאט זיך ארום געטאנעט אזוי אויך איז מהר''א געווען אין סקויירא ביי א חתונה איז ער קודם ארויף געגאנגען צו ר' יוסף ישראל אזוי אויך איז ער לעצטענס געווען צוזאמען יט ר' זושא אויש אזוי אויך האט ר' משה ראטה געגעבן א לאנגע שיעור און זיין כולל וועגן דעים
 
עס קען נישט זיין.

אויך שטייט און די ערשטע מעסידזש אז ער לאזט יא. עס זענען דא צוויי מענדל'ס.
ר' מענדל זילבער געוויס.

ער איז די גרעסטע מתיר פון הומען הער שייטלען וואס אלע אנדערע האבן גע'אסרט.

וואס איז א טרענספלעט אנדערש ביי א מאן ווי א פרוי? פארוואס איז א פרוי מותר?


כ'פארשטיי פארוואס בוני עולם וויל אסר'ן.... א טרענספלעט קאסט אזא 200K און העכער...
 
די דיון איז איבער א זאך וואס הייסט השתלת שחלת

שחלת איז די אווערי, דארט ווי אלע אייער ליגט ווען מ'ווערט געבוירן

צווישן די תשובות פון ר' חיים אהרן אונגאר און ר' יואל גוטמאן קען מען ארויסהאבן אלע צדדים פון די שאלה, און וואס די מציאות הדברים איז
 

בייגעלייגטע פיילס

ר' מענדל זילבער געוויס.

ער איז די גרעסטע מתיר פון הומען הער שייטלען וואס אלע אנדערע האבן גע'אסרט.

וואס איז א טרענספלעט אנדערש ביי א מאן ווי א פרוי? פארוואס איז א פרוי מותר?


כ'פארשטיי פארוואס בוני עולם וויל אסר'ן.... א טרענספלעט קאסט אזא 200K און העכער...
ר' מענדל זילבער וויל אסרן

די חילוק וואס די מתירים ווילן זאגן איז אז די אייער איז נאך פאר די סטעיזש פון זיין א עכטע זאך, ס'איז נאר א סעל וואס דארף נאך האבן אסאך ארבעט פון די פרוי וואס גייט האבן אין זיך, סאו ס'ווערט בטל צו די פרוי.

משא"כ רעדי ביצים אדער ספערם זענען א לעבעדיגע גאנצע זאך.

בוני עולם וויל עס אסרן ווייל רב וואזנער האט געשריבן אין א בריוו צו ר' שלמה באכנער אז ער זאל נישט טון די זאכן.

די געלט חלק איז נישט ממש אזוי, ווייל אנדערש ווי השתלת רחם וואס קאסט צווישן 2 און 3 הונדערט טויזנט דאלער, קאסט א השתלת שחלות בערך פערציג פופציג טויזנט דאלער.
 
בעצם איז עס שוין א אלטע שאלה רב וואזנער ז"ל האט עס גע'אסר'ט.
די אלטע שאלה איז געווען תרומות ביצית וואס דאס איז רעדי ביצים וואס איז נתבשל געווארן ביי די תורמת, השתלת שחלות איז נישטא קיין קלארע פסק פון הרב וואזנער נאר וואס זיינע תלמידים זאגן
 
Back
Top