הלכות פאר פסח, מיט הרב אהרן עבאדי

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
1,766
רעאקציע ראטע
8,729
פונקטן
943
אין אמת'ן וואלט איך ווען געברויכט עפענען דעם שנירל שלשים יום קודם החג, אבער די וועלט זאגט דאך בעסער שפעטער ווי קיינמאל, אלזא אאזור כגבור חלצי... עפעס אזוי.

דעם PDF האט מיך הרב עבאדי אריינגעשיקט און איז לכתחילה געשריבן געווארן אין ענגליש אבער איז איבערגעזעצט געווארן דורך עי איי אין אביסעל א פארצייטישע אידיש, אבער ס'איז גרינג צו פארשטיין.

הרב אהרן עבאדי איז ברייט באקאנט מיט זיין וועבזייטל
Kashrut.org וואו ער ענפערט אויף שאלות אין ד'חלקי ש"ע.

פאר זיין און זיין טאטענ'ס היסטאריע קענט איר ליינען אין דעם שנירל https://kraimel.community.forum/threads/brwyk-sn-bkll-hbn-hsghh-yn-prg-sryt-n-l-nd-r.944/
 
בייגעלייגטע פיילס

א דאנק!

כ'בין נישט ראוג מיט די פסקים מיט מורא אז געסט קענען מיינן אז כ'האב נישט קיין כשרע שטוב און שפירן אומבאקוועם צו קומען אויף פסח.

האט איינער געזען אמאל אן ארטאדאקסישער שטוב וואס

1. די קאונטערס און פרידז שעלווס זענען נישט צוגעדעקט
2. מ'ניצט די זעלבע ספייסעס פון א גאנץ יאר
3. זעלבע גלאזענע כלים
4. זעלבע אייזענע כלים געכשרט
5. זעלבע אויוון, גוט גערייניגט און די גרעיטס הגעלה
6. מ'דעקט נישט צו דעם סינק. (געכשרט פון אייזן)

ביטע ענטפערן אויב יא
א דאנק פון פאראויס
 
לעצט רעדאגירט:

עס איז בכלל נישט פון א בר סמכא , ער שרייבט קעגען
די הלכות וואס ישראל קדושים פירען זיך פסח ווי דער רא״ש דער גדול הפוסקים פון יהדות אשכנז זאגט, ממילא זענען זיינע רייד בטלים ומבוטלים .
 
ע"פ הפסק של מורנו הגאון הגדול החריף, הבקי, סיני ועוקר הרים וטוחנן זו בזו ראש גולת אריאל... וואס נאך? ריבי אב"ד, גאב"ד וראב"ד דקהל קרעמל והגלילות.

נ.ב. דער הרב אהרן עבאדי באהאלט זיך נישט אינטער א ניק אין קרעמל און האקט, נאר קומט ארויס אפן און זאגט וואס ער האט געלערנט. אדרבה אז דו קריגסט זיך מיט עם אין הלכה, זייער א חשובע זאך, אבער באהאלט דיך נישט אינטער א ניק נאר גיי ארויף אויף זיין וועבזייטל און ניץ דיינע אייער און ווענדט עם אפ, דאס וועט זיין א גרויסע טובה ווייל אזוי וועט די אמת אויסגעקלארט ווערן
 
@דער גאלדענער אדלער א דאנק, @ריבי דיין מעסעדזש איז גארנישט אנדערש ווי א עני אנדערע קול קורא, סא אויב איינער גייט פאלגן דעם הרב עבאדי איז עס אויף דיין קאפ, ווייל מענטשן וואס וואלטן זיך סתם אזוי צירוקגעהאלטן צו פאלגן זיינע פסקים, וועלן עס יעצט יא קאנסידערן, ווייל זיי זענען זייער בייז לעצטענס אויף לופטיגע קול קורא'ס און מ'טוט פונקט פארקערט.

סא געדענק, דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון.
 
לגבי אנדערע הלכות און מאמרים פון ר' אהרן, האב איך אנגעפרעגט תלמידים פון רבי יצחק, און זיי האבן מיר געזאגט אסאך זאכן זענען טאקע based אויף ר' יצחק'ס פסקים און וועג פון פסק'ענען, און אויף אסאך הלכות האבן זיי געהערט קלאר פון רבי יצחק פארקערט.
 
@דער גאלדענער אדלער א דאנק, @ריבי דיין מעסעדזש איז גארנישט אנדערש ווי א עני אנדערע קול קורא, סא אויב איינער גייט פאלגן דעם הרב עבאדי איז עס אויף דיין קאפ, ווייל מענטשן וואס וואלטן זיך סתם אזוי צירוקגעהאלטן צו פאלגן זיינע פסקים, וועלן עס יעצט יא קאנסידערן, ווייל זיי זענען זייער בייז לעצטענס אויף לופטיגע קול קורא'ס און מ'טוט פונקט פארקערט.

סא געדענק, דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון.
במחילת כבודך , הא לך לשון הרא״ש ״ולא הארכתי לבאר שיטת רש״י ור״י לפי שישראל קדושים הם וגוררין ומבערים כל חמץ הנמצא אפילו כל שהוא ואפילו אם נדבק בכותלי הבית , און ער איז מוסיף בשם ראב״ן ומה שנהגו לגרר הכותלים וכסאות שהגיע בהם חמץ קודם פסח מצאתי סמך בירושלמי״ , יעצט הער! דער רא״ש האט נישט געהאלטען פאר וויכטיג מברר צוזיין די שיטות פון רש״י און ר״י ווייל מען פיערט זיך ווי דער מנהג ישראל ,דארף מען אונז נישט אריינגיין אין די פרטים פון רב עבדי׳ס פסקים,ווי ער זאגט לדוגמא צו ניצען די זעלבע כלי זכוכית פון א גאנץ יאהר אום פסח, אדער די זעלבע כלי מתכות פון א גאנץ יאהר מיט הגעלה , עס איז פשוט אז מען פיערט זיך נישט אזוי, און הרב עבדי איז נישט מער חשוב ווי רש״י און ר״י וואס דער רא״ש האט קובע געוועהן אז ביי פסח גייט מען נאך דער מנהג, און ער זאגט אז ער איז נישט מאריך - דאס איז אפילו אויב די פסקים זענען 100% על פי הלכה , ואין להאריך במקום שאמרו לקצר , וד״ל
 
ע"פ הפסק של מורנו הגאון הגדול החריף, הבקי, סיני ועוקר הרים וטוחנן זו בזו ראש גולת אריאל... וואס נאך? ריבי אב"ד, גאב"ד וראב"ד דקהל קרעמל והגלילות.

נ.ב. דער הרב אהרן עבאדי באהאלט זיך נישט אינטער א ניק אין קרעמל און האקט, נאר קומט ארויס אפן און זאגט וואס ער האט געלערנט. אדרבה אז דו קריגסט זיך מיט עם אין הלכה, זייער א חשובע זאך, אבער באהאלט דיך נישט אינטער א ניק נאר גיי ארויף אויף זיין וועבזייטל און ניץ דיינע אייער און ווענדט עם אפ, דאס וועט זיין א גרויסע טובה ווייל אזוי וועט די אמת אויסגעקלארט ווערן
דאס ביסטו גערעכט אז איך פארמאג נישט די קאורעדזש
ארויס צוקומען אהן א ניק - אבער אל תדין את חבירך עד
שתגיע למקומו - יעדער האט זיך זיינע שוואכקייטען , מיין מקום אין די קאמיוניטי וואלט וועהן סוסטעינד דעמעדזש בגלוי סאו איז מען אנאנים,
 
במחילת כבודך , הא לך לשון הרא״ש ״ולא הארכתי לבאר שיטת רש״י ור״י לפי שישראל קדושים הם וגוררין ומבערים כל חמץ הנמצא אפילו כל שהוא ואפילו אם נדבק בכותלי הבית , און ער איז מוסיף בשם ראב״ן ומה שנהגו לגרר הכותלים וכסאות שהגיע בהם חמץ קודם פסח מצאתי סמך בירושלמי״ , יעצט הער! דער רא״ש האט נישט געהאלטען פאר וויכטיג מברר צוזיין די שיטות פון רש״י און ר״י ווייל מען פיערט זיך ווי דער מנהג ישראל ,דארף מען אונז נישט אריינגיין אין די פרטים פון רב עבדי׳ס פסקים,ווי ער זאגט לדוגמא צו ניצען די זעלבע כלי זכוכית פון א גאנץ יאהר אום פסח, אדער די זעלבע כלי מתכות פון א גאנץ יאהר מיט הגעלה , עס איז פשוט אז מען פיערט זיך נישט אזוי, און הרב עבדי איז נישט מער חשוב ווי רש״י און ר״י וואס דער רא״ש האט קובע געוועהן אז ביי פסח גייט מען נאך דער מנהג, און ער זאגט אז ער איז נישט מאריך - דאס איז אפילו אויב די פסקים זענען 100% על פי הלכה , ואין להאריך במקום שאמרו לקצר , וד״ל
עניטינג וואס ענדיגט זיך מיט "וד"ל" איז מיר נישט ווערד צו ליינען
 
@ריבי שיינסט צו זיין אן אנגעזעענער ת"ח אין דיין קהילה. איך שעץ דיר פארן דא זיין און עקספרעסן דיין אפיניען. טראץ אנדערע, און איך אויך, האלטן אסאך מאל אנדערש.
 
Back
Top