א המשך פון די סואסייד שנירל

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
2,211
רעאקציע ראטע
11,788
פונקטן
2,193
איך ענטפער אין א נייע שניר, צו ענפערן מענטשן וואס דארפן ווערן גענטפערט, א נייע שניר ווייל ס'איז זייער לאנג, און איך וויל נישט ס'זאל ווערן פארוואסערט, ס'האט מיר געדוירט היפש לאנג צו מסדר זיין די מחשבות, נישט אז יעצט איז עס אינגאנצן מסודר, אבער עטוואס.

סא הער איט איז:
סוסייד אין אונזער קאמיוניטי
דו ביסט דער וואס האט געבעטן מ'זאל דיר ברענגן מעסעדזשעס ווי איינער באשולדיגט די קאמיוניטי נאך א סועסייד??...


וואס פונקטליך האט דיין אויפרייס קעגן די קאמיוניטי צו טון מיט די ענין פון סועסייד?

פארוואס דו און אנדערע ווען זיי הערן א סועסייד מעשה ל"ע הייבט די בלוט אן צו קאכן קעגן די 'קאמיוניטי'? (וואס אגב דו אליין רופסט עס א דומם, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וועם מ'באשולדיגט דא, די זעלבע מיסטריעזע ווארט ווי 'סיסטעם', ווער פונקטליך איז עס? וואו איז זייער אפיס?)

פארוואס ווען מ'האלט נאך א ביטערע מעשה ווי א לעכטיגע אינגערמאן האט פאר זיין חתונה אנגעהויבן ליידן פון נפשיות'דיגע שוועריקייטן, און א געטרייע וואוילע ווייבל מיט אלע ארומיגע האבן מיט כוחות עצומות עס פרובירט מאכן ארבעטן, עסקנים, דאקטורים, געלט, העלפ און וואס נישט, און ליידער איז געשען וואס איז געשען, אבער פאר די פארווייטאגטע אידן קומט גלייך אין קאפ אז די קאמיוניטי איז שולדיג, די קאמיוניטי פארגיסט בלוט מיט טרערן, בלא בלא.

מסתמא ווען די אינגערמאן וואלט זיך אויסגערעדט זיינע פראבלעמען פאר איינע פון די חברה דא וואלט יענער אים נאר געהאט צו אפפערן איין עצה, נעמליך, טשעק ארויס פון די קאמיוניטי און ביסט מובטח צו זיין א געהאלפענער...

אזויווי איינער האט שוין דא געשריבן, דא דרייען זיך באת קלוגע אידן, נאר די שנאה מקלקלת את השורה בלאקט צומאל פון קענען פלעין טראכטן גראד.

שנשמע ונתבשר נאר בשורות טובות.
עטליכע נקודות ווי איך גיי פארבירן צו מסביר זיין מיין שטאנד, איך ריספאנד צו דיר, אבער אזוי ווי ר' אהרן ביי זיינע תהילים טוויטס, איך רעדט צו יעדעם.
איך גיי טרייען צו זיין די מאוסט ריספעקפול, אבער איך קען נישט צו זאגן.

איך האב נישט אריינגעברענגט די קאמיוניטי דא אין בילד.

דו ביסט געווארן ווילד פון @שניידער'ס מעסעדזש ווי ער האט אזוי שיין ארויסגעברענגט אן קיין העיט, אז אנשטאט גריבלען אין א טראדיגעדיע פון א פריוואטע משפחה, זאלן מענטשן זעהן ווי אזוי מ'קען בעסער מאכן די שטאנד פון די קאמיוניטי, אז ס'זאל זיך איינמאל פאר אלעמאל סטאפן די בליט פארגיסונג, א ביוטיפול ערוואקסענע מעסעדזש.

דו האסט געהערט א ווארט אז מ'בלעימט די קאמיוניטי ביסטו אויפגעטנצן ווי א שלאנג געביסענער אין אנגעפירקעלט א האספולע מעסעדזש.

איך וויל דיר עפעס פרעגן, לאמיר זאגן אז די יעצטיגע קעיס האט גארנישט מיט די קאמיוניטי ציטון, זילטש, נאט גילטי, ווערט דען שניידער'ס מעסעדזש אויסרעלעווענט?

איז דען נישט א מצב פון אין בית אשר אין שם מת?

דרייען זיך דען נישט גענוג אינגערלייט ארום אן א קאפ?

איז דען נישטא גענוג אינגערלייט וואס זענען איינזאם אין זייער סביבה?

איז דען נישט אונזער סיטעם אויסגעשטעלט אז ס'שפייט אויס מענטשן וואס דרייען זיך ארום מיט ספיקות?

איז דען נישטא גענוג אינגערלייט וואס די דאפעלטע לעבן וואס זיי לעבן עסט זיי אויף לעבעדיגערהייט, זיי דארפן שפילן די געים אז זיי זענען פרום פשוט נישט צי ריסקען צו פארלירן זייער ווייב אין קינדער?

וואס איז א חילוק צו די יעצטיגע סוסייד האט יא מיט די סיסטעם צו נישט, וויפול סוסיידס זענען אבער יא? וויפול אידן פון קרעמל אליין האבן געהאט אזאכע מחשבות אין קאפ? @שניידער אליין זאגט אז ליידער ביי אים אויך, סא דיין מעסעדזש צו אים איז געווען שטארק נישט אין פלאץ.

האב איך א דאנק דעם דיך פארשריגן דא.

איז נאכדעם געקומען @מאיר עיניים מיט א מורא'דיגע תורה, א כלל ווי אזוי מ'דארף טראכטן ווען מ'הערט ליידער א סוסייד קעיס ביי אונז, אז וואס? אז יעדע קאמיוניטי האט א געוויסע פראצענט וואס שטארבן דורך סוסייד, סא במילא קען מען נישט בלעימען די קאמיוניטי.

האב איך ארויסגעברענגט אז ס'איז סתם א קאפ פארדרייעניש, ווייל אין הכי נמי, זאל יעדע קאמיוניטי האבן מענטשן וואס זאלן האלטן זייער סיסטעם אין טשעק, ביי אונז איז עס קרעמל, @מאיר עיניים האט נישט גערעדט פון די ספעציפעשע קעיס ער האט גערעדט אין דשזענעראל, האב איך אויך ריספאנדעט אין דשזענעראל.

קומסטו זאגן אז וואס? אז איך באשולדיג די קאמיוניטי נאך יעדע סועסייד? ביסט דאך דא פאר די "פאקטן", ווי זעסטו עס?

דעטס דעט.

יעצט, איך גיי עגריען מיט דיר אין אנדערע ניקים וואס האבן עס ארויסגעברענגט אז ביי יעדע סוסייד איז אייביג דא מענטשן וואס באשילדיגן די קומיונעטי נאך פאר מ'ווייסט עני פאקטן, און ס'מאכט ענק איבלען, ביסט גערעכט.

אבער, ס'איז אויך אייביג דא מענטשן וואס גייען אייביג ריינוואשן די קומיונעטי נאך פאר מ'ווייסט עני פאקטן, נאך יעדע סוסייד גייען זיי ברענגן פייערלעשערס, חברים שומרים, השבת אבידה שטיבלעך, און וואס נישט, אלעס צו פארדרייען די שמועס, מ'זאל אוועק קוקן פון די טראדיגאדיע, קענסט מיר מסביר זיין ווי ס'קומט אריין?

סא איך איש מבקש פארשטיי סאך מער א ניק וואס באשילדיגט די קומיונעטי אפילו ער רעדט פון ווייטאג, און ס'שטימט נישט עכט מיט די פאקטן, פארוואס? טאקע פארדעם, ווייל ער רעדט פון ווייטאג, ס'באדערט אים עפעס, עפעס קוועטשט אים, ס'טריגערט אים זיין אייגענע לעבן, ער פילט ווי די קומיונעטי האט אים באנק געטאן.

אבער ענק ניקים וואס קומען אייביג צו די קומיונעטי'ס דיפענס? וואס טריגערט ענק? ענק באקומען באצאלט? וואס איז ענקער אגענדע?

קומטס מיר נישט זאגן אז ענק זענען דא צו מבקש זיין דעם אמת, און ענק קענען פשוט נישט פארנעמען קיין ליגנט...

פאר צוויי סיבות:
איינס, ווי איך האב פריער געזאגט, איז דען נישט "אמת" אז די קומיונעטי ברענגט ווייטאג פאר אסאך מענטשן?
צוויי, פארוואס זוכן ענק נישט די אמת אין אנדערע שנירן? אפשר קלארן ענק אויס ביי די אייס שניר צו ס'געווען סעלף דיפענס צו נישט.

סא הערטס אויף דרייען א קאפ אז ענק זוכן דעם אמת, טוטס אויס די בגדי כהונה, ענק האבן פונקט אזוי טריגערס, ענקערע טריגער קען איך נאר דערווייל נישט פארשטיין.

איך טראכט יעצט אז אפשר איז עס א תולדה פון Stockholm Syndrome

איך לייקען נישט די פראבלעמען וואס די ברענגסט ארויס פון די קאמיוניטי. However, צי זאגן אז זיי (ווער פינקטלעך?) באהאלטן עס וועגן די מעשיות גייט עקספאוזען די פראבלעמען פון די קאמיוניטי איז א ווילדע קאנספיראציע טעאריע. די מעשיות גייען נישט ברענגען צי א מסקנה אז דער מתאבד האט זיך געפיהלט סטאָק אין די סיסטעם.

ס'איז פשוט נאך משוגעת פון די קאמיוניטי צו באהאלטן יעדע פריקען זאך צו ס'מאכט יא סענס צו נישט, קודם איז עס אונטער דעם ראג.

מיינע צוויי סענט: פארוואס קומט אלץ אריין דער גוי-סעקולאַרע ווס. די קאמיוניטי-סיסטעם, צו איז דאס טאקע נאר א רעלאַטיוו געפעכט פון זיי ווס. אונז? ביי זיי איז פיל ערגער אדער בעסער — וואס איז דאס א נפקא מינה? ביי אונז דארף זיין פּערפעקט, וזהו, נישטא א זיי! פינטל.

גוט געזאגט, נאך יעדע סוסייד קומען אייביג אן די חכמים מיט די סאטיסטיקס.

רעב איד, א פעלאו איד איז ביי דיר נאך א נאמבער?

האסטו שוין אמאל געהערט א רב זאגן א תקיעת שופר דרשה "רבותי, ס'טאקע געווען אסאך טראדיגעדיעס דעי יאר, אסאך הארץ ווייטאג, אסאך טויטע, אבער? איך האב איבערגעקוקט די דעטע, אין פראצענטיש האבן אונז סאך א קלענערע רעיט פון טראדיגעדיעס ווי פון אנדערע קאמיוניטיס סא מ'דארף זיך נישט זארגן"

האסטו שוין אמאל געהערט דאס א רב זאגן? ניין, ביי אונז איז איין מער ווי גענוג, די רבנים ניצן נאר אויס די ווייטאג פאר זייערע אגענדעס, איך זאג נישט זיי ווייטאגן נישט עכט, אבער זייער רעליגיע לאזט זיי נישט טראכטן און פילען גראד, ממילא גיסן זיי אויס זייער צער, אז מ'דארף זיך פארבעסערן מיט טעכנעלאגיע, אבער די ווייטאג איז עכט, אונז האבן למעשה הערצער וואס ווייטאגען פאר יעדע איד, אז דו דארפסט גיין נאך יעדע סוסייד טעשקן די דעטע איז עפעס רונג מיט דיר.

פארוואס קען מען נישט האבן קיין נארמאלע שמועס ווי אזוי אלס א אידישע קאמיוניטי זאל מען טון אלעס מעגליך און טוישן זאכן פון די קאפ פון סי סיסטעם צו פארמינערן די הארץ וויי פון אזויפיל מענטשן?

פארוואס דיסטרעקטן ענק אונז מיט הצלה שומרים rccs? און מיט דעטע? ווי אזוי העלפט פאר א מענטש וואס מיטשעט זיך מיט סוסיידל מחשבות??

איך וואלט גע'עצה'ט אַ חלק פון חברי הקרעימל צי ווערן אפגעפארן. עס וועט העלפן שנעל איינזעהן אז אסאך פראבלעהמען וואס איז דא אין די קאמיוניטי קומט נישט פון מנהיגים וואס זוכן צו ביטער מאכן פאר מענטשן, עס קומט פשוט פון human nature and human suffering. עס איז זייער גרינג צי לעהבן און די היימישע וועלט און טראכטן אז מסתמא קומט אלע פראבלעהמען "פון אונזער קאמיוניטי".

למען השם פארוואס דארף איך אפפארן צו האבן רעכט צו פאונטען אוט עוולות פון די קאמיוניטי? און וואס הייסט אפפארן? דאס איז דאך א גרויס חלק פון די פראבלעם פון דא, אז איינמאל דו קאלערסט אביסל ארויס פון די באקס, קענסט זיין א שומר תורה ומצוות ביז איבערמארגן, ווערסטו אוטומעטיקלי אויסגעשפיגן פון סוסייעטי?

ס'איז יא וויכטיג ארויסצוברענגן די רע וואס די קאמיוניטי/סיסטעם פארקויפט, איך פארזענדליך רוק מיר פאראויס אין לעבן דורך ציביסלעך איידענטיפייען אלע משוגעתן ווי אזוי איך לעב א דאנק די סיסטעם.

דו ביזט זייער אףף. יא, יעדער איז מודה אז די קאמיוניטי טיילט איין וואס צו טון אבער צו זאגן אז די קאמיוניטי איז נאר פאר דעם און זיי גייען נישט ארויסהעלפן זייערע מיטגלידער? השתגעת? איך ווייס נישט צו ס'איז דא נאך אזא קאמיוניטי וואס פארמאגט אזויפיל ארגעניזאציעס, און רעיזט אזויפיל געלט פאר נצרכים, אזויפיל נירן אוועקגעגעבן, וכו' וכו' ארויסצוהעלפן מיטגלידער ווען זיי האבן א פראבלעם.

ווער האלט אויס די אלע ארג.? איך און די, ס'נישטא עפעס א קאסע וואס הייסט "קאמיוניטי", ס'אונזער געלט... טאקע פארדעם ווייל ס'באכעט און אונזער הארץ די מידה פון רחמנות,

און עגעין וואס העלפט די אלע ארג. פאר איינער וואס וויל זיך נעמען דאס לעבן? מ'קען נישט יעצט פאונטען אוט אז מ'דארף פיקסען זאכן פון די סיטעם ביים קאפ?

לגבי מענטל העלט, איז א פאקט אז די קאמיוניטי האט אנגעהויבן די לעצטערע יארן אריינלייגן זייער שטארקע כוחות דערין.

וואס זאגסטו מיר דא? נאך א דעמעדזש קאנטראל ארג.? wow חאמאס האט צוגעשטעלט טערעפיסטן פאר די משכונות אין עזה.
דו כאפסט וואס דו זאגסט?

די אלע פלפולים וואס עפעס קען סואסייד האבן צוטוהן מיט אונזער וועג פון לעבן פארהוילן זיך פון א פשוט'ע און ציפעדיגע פאקט, נעמליך, אז מיר זענען נישט 'נאך' א קאמיוניטי אויפ'ן וועלט, נאר א קאמיוניטי וואס איז אין אן אקטיווע קאמף מיט נאטור און צייטגייסט און געזעלשאפט אין יעדע הינזיכט ממש.
👌
 
איז דען נישטא גענוג אינגערלייט וואס די דאפעלטע לעבן וואס זיי לעבן עסט זיי אויף לעבעדיגערהייט, זיי דארפן שפילן די געים אז זיי זענען פרום פשוט נישט צי ריסקען צו פארלירן זייער ווייב אין קינדער?
מסכים 💯. עס איז א גרויסע ווייטאָג.
זאל יעדע קאמיוניטי האבן מענטשן וואס זאלן האלטן זייער סיסטעם אין טשעק, ביי אונז איז עס קרעמל...אלעס צו פארדרייען די שמועס, מ'זאל אוועק קוקן פון די טראדיגאדיע, קענסט מיר מסביר זיין ווי ס'קומט אריין?
איך סופפורט צי מטכס עצה זיין, אבער צי "בלעימען די הנהגה" אויף דעהם ספעציפישע פראבלעם איז אומריכטיג.
איך האָב ארויסגעברענגט אז עס איז נישט די שילד פון "די קאמיוניטי" און עס זעהט נישט אויס ווי עס איז דא פאר די קאמיוניטי צי טוהן עפעס מער. אדרבה עס וועט זיין גוט אויב איינער טרעפט אן עצה.
קומטס מיר נישט זאגן אז ענק זענען דא צו מבקש זיין דעם אמת... איז דען נישט "אמת" אז די קומיונעטי ברענגט ווייטאג פאר אסאך מענטשן?
אוודאי איז אמת אז די קאמיוניטי ברענגט ווייטאג פאר אסאך מענטשן. עס איז א פראבלעם.

עס איז אויכעט אמת אז "די קאמיוניטי" איז נישט שילדיג אין איעדע איינציגע פראבלעם. (ביידעוועי, ווער פינקטלעך איז "די קאמיוניטי" און ווי איז זייער אפיס ווי זיי קומען זיך צוזאם צי פלאנירן וויאזוי צי פייניגן די עולם?)
פארוואס זוכן ענק נישט די אמת אין אנדערע שנירן? סא הערטס אויף דרייען א קאפ אז ענק זוכן דעם אמת... ענק האבן פונקט אזוי טריגערס.
איך זוך די אמת כפי יכולתי אין איעדע הינזיכט. איך בין נישט קלאהר וואס דיין שאלה איז וועגן אנדערע שנירן.

יא, איך האב אויכעט טריגערס אזויווי איעדע יומען האָט און איך פראביר נישט צו אויפמאַכן פאלשע claims וועגן א טריגער.
ס'איז פשוט נאך משוגעת פון די קאמיוניטי צו באהאלטן יעדע פריקען זאך צו ס'מאכט יא סענס צו נישט, קודם איז עס אונטער דעם ראג.
ריכטיג, עס איז דא די שוואכקייט און אונזער קאמיוניטי צו באהאלטן זאכן.
גוטגעזאגט, נאך יעדע סוסייד קומען אייביג אן די חכמים מיט די סאטיסטיקס. רעב איד, א פעלאו איד איז ביי דיר נאך א נאמבער?... פארוואס קען מען נישט האבן קיין נארמאלע שמועס ווי אזוי אלס א אידישע קאמיוניטי זאל מען טון אלעס מעגליך און טוישן זאכן פון די קאפ פון סי סיסטעם צו פארמינערן די הארץ וויי פון אזויפיל מענטשן?
אדרבה, אוודאי איז גוט צי מטכס עצה זיין און זעהן וויאזוי צי פארמינערן האַרצוויי.

אבער ווען מען בלעימט די קאמיוניטי ליעדערס אין די סוסיידס, דאַרף מען קוקן אין די data צי זעהן אויב די claim איז אמת.
למען השם פארוואס דארף איך אפפארן צו האבן רעכט צו פאונטען אוט עוולות פון די קאמיוניטי?.. ס'איז יא וויכטיג ארויסצוברענגן די רע וואס די קאמיוניטי/סיסטעם פארקויפט, איך פארזענדליך רוק מיר פאראויס אין לעבן דורך ציביסלעך איידענטיפייען אלע משוגעתן ווי אזוי איך לעב א דאנק די סיסטעם.
אוודאי האסטו די רעכט צו פוינטן אוט די עוולות פון די קאמיוניטי. און איך האב די רעכט צי פוינטן אוט ווען איינער מאכט א אומבאזירטע קלעים. איך גלייב אז אויב די וואלסט געלערנט אדער געזעהן אנדערע קולטורן מיט זייער מעלות און חסרונות וואלסטו געהאט א ברייטערע בליק.
 
לעצט רעדאגירט:
סוי דו האסט מיר געשריבן דיינע טענות אין אישי און איך האב דיר געענטפערט דארט די חלק אז איך האב ליב די אמת, איז וואס דו שרייבסט דא מיר צו ענטפערן איז צוויי זאכן, א) אז למעשה איז דאך אמת אז די סיסטעם מאכט ווייטאג, ב) אז דו גלייבסט מיר נישט אז איך זוך דעם אמת ווייל אויב יא וואלט איך געדארפט זיך טענה'ן אין די אייס אשכול...



סוי דו ביסט גערעכט אז די מציאות אז ס'דא א סיסטעם איז גורם צער און ווייטאג פאר אסאך מענטשן, און פוק חזי אויף די לענג און ברייט פון קרעמל ווי דער עולם שעלט אריין און מ'געבט זיך אויס די ווייטאג, אשרי העם שככה לו, דא איז אבער די שאלה בנוגע צו די סיסטעם האט א שולד אין די הויכע צאל סוסייד'ס לעצטנס, יעצט דער אויבערשטער זאל אפהיטן אויב וועט זיך מאכן א פאל ווי איינער וועט נישט קענען דערטראגן די לחץ פונעם סיסטעם און באגיין סועסייד, דאן איז רעלעוואנט זיך צו רעגן און באשולדיגן די סיסטעם, אויב אבער גלייך ווען מ'הערט נאר א האלבע ווארט סוסייד שפרינגט מען יעדעס מאל אויף טיידלען אויפן די סיסטעם, איז פשט אז מען זוכט זיך נישט צו האלטן צום אמת.

איך האב נאכנישט געזען אז איינער זאל דא שרייבן כסדר קעגן האבן קינדער (כ'רעד נישט קעגן האבן אסאך, נאר פשוט קעגן די מציאות פון האבן קינדער) ווייל postpartum depression האט שוין בעבר ל'ע גורם געווען סוסייד, מ'פארשטייט אז ווען ס'וועט זיך רעדן פון אזא פאל וועט מען דעמאלטס רעדן פון דעם, ס'איז ווי איינער זאל נאך חיים וואלדער'ס זיך נעמען דאס לעבן האקן קעגן האבן קינדער, וואלט מען אים אנגעקוקט פון די לבנה אראפ, אזוי קוקן אויס די וואס באשולדיגן קאמיוניטי קאמיוניטי נאך יעדע פרשה.

(און לאמיר נישט פארגעסן אז דאס איז אלעס מיט די הנחה אז ס'דא געוויסע פעלער ווי סיסטעם איז קלאר שולדיג, וואס דאס איז אלעס געבויעט אויף די הנחה אז ס'דא פעלער וואס קיינער ווייסט נישט, וואס דאן קאסט נישט קיין געלט צו שרייען אז ס'דא, און דארט איז סיסטעם שולדיג, ס'איז אבער דא אסאך וואס מ'ווייסט יא קלאר מיט נעמען אזויווי דא אין די אשכול, סוי וועלכע פון די נעמען וואס מ'ווייסט, ווייסט מען קלאר אז די סיסטעם האט עס גורם געווען???)

אבער ווי געזאגט אפי' נניח אז ס'דא וואס מ'ווייסט קלאר אז די סיסטעם איז געווען שולדיג, איז נאכאלס זינלאז שבזינלאז צו שרייען יעדעס איינציגסטע מאל "קאמיוניטי"...

אויף דיין צווייטע טענה היתכן איך שרייב נישט אין די אייס אשכול וועל איך כעת נישט קאמאנטירן... אויב די קשי' איז דיך זייער שווער קענסטו קומען אין אישי...
 
קודם האב איך הנאה ענק האבן אריינגעקוועטשט א מעסעדזש פאר שבת, אבער איך פארגינג ענק נישט די לעצטע ווארט, (איך פיל אויך נישט ווי ענק האבן פארשטאנען געוויסע key פאונטס וואס איך האב אומסוקסעספול ארויסגברענגט)

א דערווייל האטס מיר א גוט שבת.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top