נישט ממש די ערשטע, אבער גאר א באקאנטע.דערמאנסט מיר איך האב אמאל געהערט אז די ערשטע שמועס די קארלינע רבי האט געגבן פאר זיין ירושלמע עולם איז געווען אז מען ברויך גיין און שויער און זיך זייפן...
מ'האט פארציילט אז איינער פון די זקני החסידים, הרה"צ ר' אלעזר בריזל זצ"ל איז געגאנגען אין געשעפט קויפן א זייפל, ווייל די רבי האט געהייסן, און אזוי מיטן זייפל איינגעפאקט אינעם פאפיר האט ער פרובירט זיך זייפן, נישט וויסנדיג אז מען דארף עפענען דעם פאפיר....