שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 364
- רעאקציע ראטע
- 1,280
- פונקטן
- 213
הרב ר' יוסל וואלדמאן איז זיך משתטח זיין על ציון של הרב הקדוש מטאהש רבי משולם פייש לאווי זצוק''ל.
אינזער דור שפל ומלא רשעות האט א גרויסער זעלטענער זכי' צו האבן אן ערליכער איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אנדערע אידן רוב ימי חייוו, וואס לעבט נאך צווישן אונז, און די אהרונים, אדער געוועזענע אהרונים ווי מיר, קענען אים נאך איבערבעטן!...
מיר האבן אים אפגעטאן היסטארישע טעראר; מ'האט פארברענט זיין קאר אסאך, מ'האט געווארפן שטיינער אויף זיין הויז ווייב און קינדער און אים אליינס געוואלט הינריכטן אסאך מאל. נישט די ציונים נאר די סאמע סאטמערע חסידים פון קרית יוא' די היינטיגע אהרונים, וואס האבן אים אויך אנגערופן א מסור...!
ער הייסט ר' יוסל וואלדמאן באקאנט פון זיינע פעולות במסירת נפש צו ראטעווען די בני יוא' דיי היינטיגע זאליס פון סאטמארע טעראר - אלץ דער בעל הצלת יוסף שליט''א, - אבער קודם לאמיר אנהייבן דעם היסטאריע פון פאר אים:
אין סאטמאר קרית יוא' זענען אנגעגאנגען רדיפת הדת אויף די פרומע בני יוא' ונטורי קרתא אידן, וואס האבן ניט גוואלט זיך צושטעלן צו דעם אהרוני'ס רבנות. און אמת'ן איז די טעראר געקומען פון דעם טאטע'ן דעם ברך משה, וואס האט געשטיפט זיין זוהן אהרן צו ווערן רב, אהרן אליינס האט דאך נישט אויסגעוועלט זיין וויזיניצער ווייב סאשע האגער פאר א רביצן אין סאטמאר, און אהרן פאר זיך האט פיין געלערנט, כאטש ער איז געווען א מושחת במידות אייביג א בעל גאווה ושחצן. אבער די טאטע די ברך משה האט זיך געשפירט שולדיג אז ער האט משדך געווען זיין זוהן צו וויזיניץ אגודת ישרא'. האט ער געשטופט אהרן ט''ב צו ווערן רב אין קרית יוא'.
משה גאבע אין חב''ד, ער האט צעטיילט סאטמאר אריינברענגדיג זלמן לייב צו ווערן רבי אין וויליאסמבורג דערמיט צוריקערנדיג ר' יוסל וואלדמאן און אלע בני יוא' קיין סאטמאר.
אין אנפאנג איז ר' יוסל וואלדמאן געווען נאנט צו אהרן טייטלבוים מכוח זיין זיין אן עלעקטארישן פאר פרנסה, אבער די וואלדמאן'ס זענען געווען די רביצנ'ס אלטע פייגע'ס שטוב מענטשן, זיי האבן געהאסט דעם נעפיו די ברך משה. צוליב כוח און מאכט געלט און כבוד שליטה, וואס איז געווארן אריבערגעפירט צום ברך משה ווען רביה''ק דער ויוא' משה זי''ע איז געשטארבן. וואס די וואלדמאן'ס די רבי'ס שטוב מענטשן האבן דאן פארלוירן זייער איינציגע כוח, כאטש ס'איז נאך געווען שטארק, אבער איצט האבן זיי דאך א קאנקורענט אין משה גאבע וואס איז ביים ברך משה.
עס איז דא א בוך פונעם אידישן היסטאריע פראפעסער, 'דעיוויד מאיערס', מיט זיין רביצן, נעמי סטאלצענבערג, וואס זי איז א געזעץ פראפעסער, ביידע אינעם קאליפארניע יו.סי.על.עי. אוניווערסיטעט, מיט'ן נאמען, 'אמעריקען שטעטל', וואס באשרייבט סאטמאר און זייער מלחמה קעגן ציונות, זייער היסטאריע, און זייערע מלחמות צווישן זיך; די אהרונים קעגן די זאליס און בני יוא'.
מאן און ווייב ר' דוד מאיערס און זיין רביצן נעמי סטאלצנבערג
ר' דוד מאיערס איז געווען דאהי אין מאנהעטן דער פארזיצער פונעם פרעסטישפולען אידישע היסטאריע און וויסנשאפט מוזיעום אין מאנהעטן, ביז די רעכטע גבירים, די געלטער האבן אים ארויסגעשטופט, ווייל זייענדיג אן אקעדעמיק איז ער צו לינק פאר זיי.
ר' יוסל וואלדמאן פירט אן צוזאמען בשותפות מיט זיינע קינדער, א נעץ פון קינדער קליידונג געשעפעטן, 'סימיס אפ לאנדאן', אויפ'ן נאמען פון זיין עלטסטער טאכטער וואס ווערט גערופן מרת 'סימי' פיליפסאן, זי איז די שוועגערין פון דעם רייכן טאהשן נדיב ונגיד, ר' בען פיליפאסאן, וואס ער איז איר מאן'ס, הרב החסיד ר' דניא' פליפסאהן שלט''א'ס עלטערער ברודער, און זי אימפארטירט לאנדאן סטיל מאדע קינדער קליידונג קיין ניו יארק צוזאמען מיט איר פאטער ר' יוסל און די איבעריגע קינדער. זיי האבן געשעפטן אין וויליאמסבורג אויף בעדעפארד, די אויבערשטער בילד, אבער אויך אין מאנסי מאנדרוי לעיקוואד בארא פארק פלעטבוש און נאך אידישע געגענטער. ר' יוסל וואונט היינט אין דעם שיינעם רייכן געגענט אויפ'ן בארג ביים אריינגאנג צו מאנדרוי וואס הייסט וואודבערי זשאנקשען.
ר' דוד מאיערס אין זיינע אידישע היסטארישע שטודיעס, האט דאסמאל געטאן שטודירן סאטמאר; וואס דרייווט אונז? וואס מאכט אונז לעבן? ער איז געפארן אויף שבתים קיין קרית יוא' און געטראפן אן אפענער טיר, סיי ביי די ארונים, און סיי ביי די זאליס, געטראגן לשון הרע פון רעכל צו מעכל, אזוי אז ביידע האבן זיך געמוזט פארענטפערן איינער קעגן דעם אנדערן. ער האט לאנגע שמועסן אויף טעיפ מיט משה גאבע, ווי אויך מיט הרה''ח רבי שלמה יענקל געלבמאן ז''ל בעל מחבר הספרים די ביאגראפיע פון רביה''ק הויא' משה זי''ע און די תולדות פון סאטמאר וואס איז אויך מסביר די שיטה הקדושה קעגן ציוניות אין די צעהן בענדער 'מושיען של ישרא'ל'. ר' שלמה יענקל איז אוועק אינמיטן וואס דעיוויד מאיערס האט אים אינטערוויאואירט. אבער ער האט טויזענטע שעות פארבראכט מיט אים, פרעגנדיג כל מיני אינטימעט היסטארישע שאלות וואס איעדער קען נאר האבן איבער סאטמאר דאס צו באשרייבן פאר די וועלט און היסטאריע אינעם ענגלישן ביך 'אמעריקען שטעטל'.
ר' שלמה יענקל געלבמאן ז''ל א בדחן אין סאטמאר איז דער עיקר ''סארס'' פאר ר' דעיוויד מאיערס
געלבמאן'ס ספרים 'מושיען של ישראל' איז דער לשון קודש בוך פון אמעריקען שטעטל...
פראפעסער ר' דוד מאיערס, מיט זיין רביצן מרת נעמי סטאלנצבערג, וואס זי קען זיך זייער גוט אויס אין געזעץ, האט איר אינטערסירט דעם געזעץ דורכפירונג פון דעם קרית יוא' סקול דיסטריקט דורך קואמא דער פאטער, שעלי סילווער ע''ה, וואס איז געשטארבן אין תפיסה פון קענסער, און פאטאקי די רעפובליקאנער גאווערנער, ווי יעדער איינער ארבייט פלייסיג פאר'ן 'בלאק-וואוט' צו טוישן די געזעצן פון אמעריקע, בעיקר אפטיילנדיג 'שטאהט פון רעליגיע', באמת איז שוין דא א בוך פון דעם זשורנאליסט, 'לואי גרומעיט', ער לעבט שוין נישט, וואס הייסט 'די קוריעס קעיס אפ קרית דזשאויעל' פאר די גוים איז דאס געווען אן אינטערסאנטע זאך, אבער פאר דעיוויד מיט זיין ווייב 2 אידן איז דאס געווען א חכמה נישט סתם א נייגעריגער פאל.
די בוך קוריעס (אינטערסאנטער) קעיס (פאל) אפ קרית יוא'
The Curious Case of Kiryas Joel | Chicago Review Press
דער בוך פון ר' דוד מאיערס מיט זיין רביצן מרת נעמי סטאלצענבערג, איז אויך אריינגענומען די סאטמערע היסטאריע פון דערהיים, און דאס מלחמה צווישן בני יוא' מיט די אהרונים און שפעטער די זאליס. עס הייסט, 'אמעריקען שטעטל'; וויאזוי די ''בלאק וואוט פאוער'' לעבט זיך אפגעטיילט אבער זייער מעכטיג, און וויאזוי זיי האבן געמאכט דעם קרית יוא' סקול דיסטריקט. דער טייל איז בעיקר פון דעם ווייב פון מאיערס מרת נעמי סטאלצנבערג.
די ציוניםלעך האסן זייער שטארק דעם בוך, צוליב דעם וואס עס פארלאזט זיך אזויפיל אויף ר' שלמה יענקל געלבמאן ז''ל, אויף די היסטאריע פון סאטמאר אינדערהיים און נאך די מלחמה קעגן ציונות, אז זיי רופן דאס אן ''העגיאגראפיע'', דהיינו נישט ''ביאגראפיע'' נאר זייער איין זייטיג לטובת סאטמאר קעגן ציונות, אבער ר' דעיוויד מאיערס איז א לינקער אנטי ציוניסטישער פראפסער וואס איז קעגן די ציונים אויך, טאקע נישט מכוח די שלוש שבועות פון די גמרא אליינס, נאר מכוח סברה ו''קאמאן סענס'', אז ציונים האבן איינגענומען ארץ ישרא' און ווילן פארטרייבן די ארטיגע אראבער אדער זיי אויסהארגענען מיט א ''זשענאסייד''. די נארוינישע ציוניםלעך טענה'ן צוריק אז אמעריקע איז אויך אזוי. איז קודם כל, 2 עוולות מאכן נישט איין גערעכטיקייט, און נאכדעם, מיר אידן פארקויפן זיך דאך צו זיין בעסער און הייליגער פון אמעריקאנע טראמפיסטישע גויאישע פויערן.
דער בוך 'אמעריקען שטעטל'
די היימישע חרידישע ציונים זענען דאך בעיקר רעליגיעזע היפאקריטן, מכוח קליינקעפיגקייט, איגנאראנץ און אראגאנץ, עמי הארצות אין וועלטליכע היסטאריע, מיר גייען נישט אין מיליטער אבער זענען גאר רעכט געשטימט צוליב וואס די תורה זאגט אז ארץ ישרא' געהער פאר די אידן. מילא דארפן נישט מאראלן און עטיקס מאכן עני סענס ווען דו טענהסטיך מיט א חרדישער ציוני. שכל קומט נישט אריין דא. מיר זענען רעכט געשטימט צו וואויטן פאר טראמפ אפילו מיר זענען קינדער און אייניקלעך פון אימיגראנטן, טראמפ אליינס איז אויך א קינד פון אן אימיגראנט; ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך ליידער.
מיר חסידים האבן זיך פיינט, די ארונים קעגן זאליס און בני יוא', נישט ווייל מיר האלטן טאקע א זאלי אדער א בני יוא' פאר א גרעסער שייגעץ ווי אונז, אדרבה מיר ווייסן זיי זענען ערליכער ווי אונז, אבער מיר זענען זייער פארטייאיש, לעבנדיג אין גרופעס, זיך צו האסן איינער דעם אנדערן. דעריבער אפילו מיר גיין נישט אין מיליטער פון צה''ל, האסן מיר לינקע אידן, ווי דעיוויד מאיערס און די אראבער. דעריבער אפילו די אהרונים זענען אויך קעגן ציונות, האסן זיי דאך לינקע אידן ווי מאיערס און זיין רביצן מרת סטאלטנבערג, מיט רעכטע אידן, ווי די בני יוא' זאליס ונטורי קרתא, ובראשם ר' יוסל וואלדמאן אונזער היראוי. ווייל זיי געהערן צו אנדערע גרופע ארויס פון מיין שמאלע סעקט.
ר' יוסל וואלדמאן אינעם בוך פון דעיוויד מאיערס ווערט אראפגעלייגט ווי סתם אן ''אטענשען סיעקער'', ווייל עס איז געסארסט דורך אהרונים און זאלונים, נישט קיין בני יוא'; זיי האבן נישט גערעדט צו מאיערס.
די 2 מחברים מאן און ווייב מיט זייער בוך אינדערמיט.
דער אמת מוז געזאגט ווערן אז ר' יוסל וואלדמאן איז נישט קיין תלמיד חכם, זיין דרייוו איז בעיקר צו פייטן די טעראר פון ברך משה קעגן די בני יוא', זיינע ברודער און שוועסטער. אבער ער האט זיך מוסר נפש געווען דערפאר. דיסקלעימער; די שרייבער פון די שורות; איך אליינס, האב איבערגעבעטן ר' יוסל וואלדמאן פערזענליך מיט זיינע קינדער, און איך שרייב דעם ארטיקל בעיקר מיט איין ציהל אז נאך אהרונים אדער געוועזענע אהרונים ווי מיר זאלן אים איבערבעטן ווילאנג ער לעבט נאך.
ר' יוסל וואלדמאן איז היינט שוין א געהעריגער זאלי, דאס הייסט ער גייט צו אלע כ''א כסליו מסיבות אין וויליאמסבורג און אלע חתונות און שיינע צוזאמקופטן פון די זאליס אין קרית יוא', אבער ער איז געווען מוחרם אלץ מסור אין סאטמאר, ווי נחום ראזנבערג היינט צוטאגס, ביז משה גאבע האט אריינגעברענגט ר' זלמן לייב טייטלבוים צו ווערן רבי אין וויליאמסבורג סאטמאר.
ר' יוסל וואלדמאן פלעגט וואונען קעגן איבער'ן ווייסן שוהל. מילא איז דארטן פארגעקומען פראטעסטן יעדן יום טוב אין פארענט פון זיין הויז. ער פלעגט אבער ''פעיסן'' יעדן איינעם מיט זיין קאמארע צו דאקומענטירן די טעראר אויף אים און זיין משפחה.
דער שילד איבער צניעות ביים אריינגאנג צו קרית יוא'
אלע טעראר קעגן ר' יוסל וואלדמאן איז אויף יו-טוב. ער לייגט שוין היינט סתם קליפס פון זאליס ווי ער געהער זיך אן כאחד כל האדם.
KJ History
די שרייבער פון די שורות האט געאימעילט דעיוויד מאיערס איבער זיין אוועק מאכן די מסירת נפש פון ר' יוסל וואלדמאן און נאך אפאר קליינע טעותים אין זיין בוך, ''מעינלי'', אז משה גאבע ווערט אויסגעמישט מיט משה מאנדרויער, ביידע הייסן דאך משה פריעדמאן, אבער איינער איז געבוירן פאר די מלחמה און איינער נאכדעם, ביידע האבן געבויעט און געפירט סאטמאר, דורכאויס דער בוך, און ביים סוף בוך ראטעווען זיי סאטמאר פון דעם אהרוני מיט זיינע אהרונים. כאטש 5 מאל פאר דעם אדער מער, אינעם גאנצן בוך זענען זיי גוט אפגעטיילט, אבער צום סוף די לעצטע מאל שרייבן זיי אז משה גאבע איז געבוירן פאר די מלחמה ווען ער איז געבוירן גראד נאך די מלחמה, דערמיט אים אויסמישנדיג מיט משה מאנדרויער. און נאך קליינע זייער ''סובטעל'' טעותים וואס נאר אן ''אינסיידער'' ווי מיר, קען דאס באמערקן, ער האט מיר געזאגט אז אין די צווייטע דרוק איז דאס שוין פאראכטן.
דער אמת מוז געזאגט ווערן אז איך בין נישט קיין אביעקטיווער מענטש צו רעצענזירן דעם בוך אמעריקען שטעטל ווייל איך האב מיטגעלעבט יעדן שורה פון די בוך. אבער טאקע דערפאר איז דאס מיר געווען אזוי אינטערסאנט צו לייענען, וויאזוי איך און מיין לעבן ווערט באשריבן פאר מיינע קינדער צו לייענען לאנג נאכדעם וואס איך בין טויט. איך בין טאקע נישט דערמאנט אינעם בוך ביים נאמען. אבער זייענדיג א חסיד פון ברך משה און דערנאך אן אהרוני און דערנאך א זאלי זעה איך מיך באשריבן מיין פערזענליכע ''פריקשען'' אין יעדן זייט פונעם בוך.
American Shtetl
זעהט ר' יוסל וואלדמאן אויף 60 מינוטס און די טעראר פון סאטמאר אויף די בני יוא'
לעצט רעדאגירט: