איך ווייס נישט אויב די ביסט סארקאסטיש, אדער די לעהבט אין דמיון...
גארנישט גארנישט האט זיך נישט געטוישט, נישט אין די אגודה אדער דגל און נישט אין גור!
ס''ה, האבן זיי געהאט א פראבלעם מיט די יעצטיגע ממשלה, וואס האט זיי פארשפראכן געוויסע הבטחות, און האלט זיי עס נישט ביים למעשה געבן
למעשה ווי ס'זעהט יעצט אויס, גייען זיי אפילו נישט ארויס גיין, אבער אפילו אויב יא, און זייער שיטה האט זיך גארנישט געטוישט, זיי גייען ווייטער צו די בחירות, און זיי גייען ווייטער אריין שטעלן חברי כנסת (אויף דעם וואס רבינו הקדוש והטהור זי''ע מ'סאטמאר האט געשריבן אז ס'איז אסור כג' חמירות ביהרג ואל יעבור)
יואלי לאנדא האט געגעבן זיין פראווייטע פליער פאר ר' יענקל אלתר מ'גור, ווייל ער האט זייער ליב ווען מ'רעדט פון אים, און גארנישט מער