דירעקט נישט. איך פרוביר פארשטיין דיין שיטה.
חוץ אויב פרעגן א קשיא אויף וואס דו קענסט נישט ענטפערן מיינט לקנטר.
ראבערט סאפאלסקי איז אן אטעאיסט און א דעטערמיניסט. לויט יעדער בר דעת גייט דאס נישט צוזאמען מיט שיטת ויואל משה.
סא לאמיך ''ריפרעיזן'' דיין קשיא: צו קען א אטיאיסט האלטן ווי די ויוא' משה? פרעגסטו?
דער ענטפער איז אבסאלוט יא.
ווייל דער ויוא' משה איז געבויט אויף אונזער אידישער תורה ומסורה.
און יעדער אטיאיסט ווייסט אז מיר האבן א מסורה. דאס איז ניט קיין אמונה.
דאס איז א מציאות אז אונז לערנען מיט אונזערע קינדער תורה אלע דורות.
דו זאגסט אז דו ווייסט קלאר אז ראבערט סאפאלסקי האלט נישט פון אונזער מסורה.
דאס מיינט נישט אז ער פארלייקענט אז מיר האבן דאס באקומען.
אדרבה ער איז אויך געגאנען אין חדר וישיבה.
איך ווייס דאס נישט פאר זיכער ווי ווייט ער גלויבט יא אדער נישט אין א ג-ט.
אבער אונזער תורה אז דאס איז א מציאות איז יעדער עטאיסט ודעטערמעניסט מודה.
און די תורה הקדושה זאגט אז ציונות איז טמא!
סאטמאר רב איז נישט געווען בכלל אן ''אויטלייער'' מיט זיין קנאות קעגן ציונות פאר'ן האלאקאוסט.
נאר נאך היטלער האבן ליידער רוב כלל ישרא' אפגעפוטשט פון אידישן וועג כלפי ציונות.