ר' שאול מגיד: א סאטמארער געוועזענער בעל תשובה חסיד ווערט פולשטענדיגער הארווערד אוניווערסיטעט אידישע און רעליגיע פראפעסער

@שמייכעל
מיין עיקר שאלה איז צו דו שטימסט צו צו שאול מגיד אין אנדערע עניני הלכה והשקפה אויך, אדער נאר ווען ער רעדט קעגן ציונות?
 
@שמייכעל דיין מערסט יסודות'דיגע טעות איז דאס וואס יעדער וואס האט סימפאטיע צו פאלעסטינער אלס לינקער/ליבעראלע האט עפעס מיט סאטמאר.

דו האסט געזעהן איין ווארט אין שאול'ס בוך וועגן שלש שבועות?

וואס איז מיט לינקע אנטי ציוניסטישע אידן (רוב רעפארמער און קאנסערוואטיוון) וואס האבן קיינמאל מיט סאטמאר גארנישט געהאט? זיי גלייבן ניטאמאל אין תורה מסיני ווי דו... זיי זענען אויך נשפע פון רבי יואל?
דאס גאנצער בוך איז פון ויוא' משה. ער ווארפט נאר אריין דרך אגב פאליסטינער ליידן זייער ווייניג.
 
@שמייכעל
מיין עיקר שאלה איז צו דו שטימסט צו צו שאול מגיד אין אנדערע עניני הלכה והשקפה אויך, אדער נאר ווען ער רעדט קעגן ציונות?
רוב פון זיינע שיטות על כל פנים עוועילבעל אנליין זענען קעגן ציונות ווי סאטמאר רב. וועגן דעם זענען די שמוציגע ציונים שרצים אזוי בייז אויף אים ווי דיר...
 
דאס גאנצער בוך איז פון ויוא' משה. ער ווארפט נאר אריין דרך אגב פאליסטינער ליידן זייער ווייניג.
אדער האסטו נישט געליינט זיין בוך, אדער פארשטייסטו נישט וואס דו ליינסט.
וועם ווילסטו איינרעדן אז זיין בוך איז פון ויואל משה?

רוב פון זיינע שיטות על כל פנים עוועילבעל אנליין זענען קעגן ציונות ווי סאטמאר רב.
Basya Schechter, Shaul Magid - Kabbalachia (Full Album)

למשל סאטמאר רב וואלט מתיר געווען צו זינגען מיט פרויען? וואס איז למשל מיט א קאפל, דו גייסט דערמיט?
גראדע איז ער נישט חתונה געהאט מיט איר, הגם ער איז אין ראמאנטישע באציאונגען מיט איר.


וועגן דעם זענען די שמוציגע ציונים שרצים אזוי בייז אויף אים ווי דיר...
איך בין נישט קיין ציוני און איך בין נישט בייז אויף איהם. מיינט נאך נישט אז איך האלט ווי איהם מיט יעדע זאך.
דיין וועלט קוק איז עפעס זייער שווארץ און ווייס.

ס'איז דא פארשידענע סיבות פארוואס איינער זאל זיין אנטי ציוניסטיש.
 
אין זיין בוך Chasidism Incarnate ערקלערט שאול מגיד אז אנדערש ווי מערב אייראפעישע אידן (דייטשע/יעקעס) וואס האבן כסדר געדארפט מאכן זיכער אז זייער השקפות מישן זיך נישט אויס מיט זייערע קריסטליכע שכנים, האבן די חסידים פון מזרח אייראפע דעוועלאפט השקפות, געבויט אויף קבלה, וואס ענדלט שטארק צו קריסטליכע דאָקטרינעס מיט זייער שטארקע אנגעבינדנקייט אין א צדיק (אפי' נאך זיין שטארבן) און נאך.

נישט דווקא אז ס'איז גענומען דירעקט פון קריסטנטום, אבער וויבאלד זיי זענען נישט געווען דירעקט געדראעט פון די שיטות, האט זיך עס אזוי דעוועלאפט אן קיין שטער.

(@שמייכעל ס'איז ווערט צו ליינען. זייער אינטערעסאנט. ס'איז מסביר אסאך איבער די צוגעבינדנקייט וואס געוויסע פילן צו רבי'ס וואס לעבן שוין נישט. )
 
מאדנע. ער איז קוים פרום און עס גייט אים אן די שלוש שבועות פון חז"ל? @שמייכעל דו האסט געליינט די בוך?
 
אדער האסטו נישט געליינט זיין בוך, אדער פארשטייסטו נישט וואס דו ליינסט.
וועם ווילסטו איינרעדן אז זיין בוך איז פון ויואל משה?


Basya Schechter, Shaul Magid - Kabbalachia (Full Album)

למשל סאטמאר רב וואלט מתיר געווען צו זינגען מיט פרויען? וואס איז למשל מיט א קאפל, דו גייסט דערמיט?
גראדע איז ער נישט חתונה געהאט מיט איר, הגם ער איז אין ראמאנטישע באציאונגען מיט איר.



איך בין נישט קיין ציוני און איך בין נישט בייז אויף איהם. מיינט נאך נישט אז איך האלט ווי איהם מיט יעדע זאך.
דיין וועלט קוק איז עפעס זייער שווארץ און ווייס.

ס'איז דא פארשידענע סיבות פארוואס איינער זאל זיין אנטי ציוניסטיש.
איך האב געלייענט זיין בוך איבער 'די וויכטיגקייט פון גלות' עס איז איין שטיק ויוא' משה.

אדרבה גוגעל עס וועסטו דאס זעהן פאר דיר אליינס, עס הייסט THE ESSENCE OF EXILE

עס האט גארנישט כמעט פון פאליסטינער ליידן נאר א מיעוט שבמיעוט עס איז כל כולו די וויכטיגקייט פון א פאלק צו לעבן אן א לאנד. אזוי ארום טוהט מען תשובה מען עקט הייליג און נישט ווי קיין ציונים אהרונים טראמפיסטן און נאציס. שלאגן טעראריזירן שטעכן וויי טאהן אנדערע אין נאמען פון א ג-ט פארטיי לאנד און נאציאן.

לויט ווי כ'פארשטיי איז בתי' זיין רביצן נישט קיין בית רחל מיידל נאר א בית יעקב מער גור ליטוויש און נישט אזוי אנטי ציניש אבער זי איז אוי.טי.די. לויט ווי כ'פארשטיי דער מדובר איז נישט זיין רביצן דא נאר דער מאן דער רב און איצט דער גרויסער פראפעסער ר' שאול שליט''א!

כלפי זיין גיין אן א קאפל ער טוהט דאס פאר פרנסה אין סאטמאר איז דאס נישט געווען קיין עסק אלע פרומע ספרדים גייען אן קאפלעך. די אמאליגע פרומע דייטשע אידן זענען געגאנען אן קאפלעך זיי זענען געווען אדוק אין ר' שמשון רפא' הירש א קנאישער אנטי ציוני מער פון סאטמאר. איך גיי גראדע א קאפל צוליב פרנסה ווייל איך ארבייט אין סאטמאר. אבער ס'איז נישט קיין שום פראבלעם אין סאטמאר צו גיין אן א קאפל אויב מ'איז נישט געבוירן ביי זיי ווי איך.

ס'איז דא פארשידענע סיבות איינער זאל זיין אנטי-ציוניסטיש איינס פשוט מענטשן רעכט און איינס אז איז כנגד יהדות והתורה די צווייטער סיבה איז סיי ר' שאול מגיד'ס און סיי ר' יואליש טייטלבוים'ס.

אוואדאי קען סאטמאר רבי זי''ע מיט דעם נייעם פראפעסער אונזערער דער פייער איילענד רב ר' שאול שליט''א אנדערע סיבות אבער זייער הויפט סיבה איז די שלוש שבועות פון גזירת הגלות פון למה תתראו אז מ'זאל זיך לעבן שטיל באהאלטן נכנע תחת עול הגוים אין גלות נישט אויפרייסן קיינעם די אויגן און נישט פרובירן איינטיילן די גוים וויאזוי צו לעבן זייער לעבן וואס דאס שטאמט פון חז''ל אונזער הייליגע מסורה:

א. שלא ימרדו באומות מיט קיין מיליטער מיט כלי זיין פון צה''ל.

ב. שלא יעלו בחומה דאס הייסט נישט גיין קיין ארץ ישרא' צו די מקומות הקדושים און צו די רעביס ומשפיעים דארטן אפי' נישט לערנען דארטן אין ישיבות אבער דאס קען מען נישט פארלאנגן ווייל מקען נישט קיין שידוכים טאן אן לערנען ביי אברהם שוע אין בריסק די עליט הארוווארד פון כלל ישרא'.

ג. צו מקבל זיין באהבה בשמחה ביראה ובהכנעה דעם גזירת אלוקי, פון 'ומפני חטאנו גלינו מארצינו' אז מ'זאל תשובה טאן זיין א מצפה לישועה דורך משיח צדקינו וויינען און טאן מצוות ומעשים טובים אז די גאולה שלימה זאל שוין קומען מילא וועלן מיר קענען ארויסגיין פון אונזער גלות יאך און דינען השם יתברך מיט מער שמחה מיט מער רחבת מיט מער רואגיקייט. אבער איצט איז אלע צרות ליידן און שוועריגקייטן א גזירה פאר אונזער טובה צו זיין בעסערע מענטשן!
 
לעצט רעדאגירט:
מאדנע. ער איז קוים פרום און עס גייט אים אן די שלוש שבועות פון חז"ל? @שמייכעל דו האסט געליינט די בוך?
יא כהאב געלייענט זיין בוך דאס לעצטער מיט'ן נאמען ''דאס וויכטיגקייט פון גלות''. און ניין ער איז נישט קוים פרום געווארן. ער האט געלערנט גאר אסאך; לייען דעם הויפט ארטיקל פון דעם שנירל, וועסטו זעהן זיין היסטאריע.
 
לעצט רעדאגירט:
אין זיין בוך Chasidism Incarnate ערקלערט שאול מגיד אז אנדערש ווי מערב אייראפעישע אידן (דייטשע/יעקעס) וואס האבן כסדר געדארפט מאכן זיכער אז זייער השקפות מישן זיך נישט אויס מיט זייערע קריסטליכע שכנים, האבן די חסידים פון מזרח אייראפע דעוועלאפט השקפות, געבויט אויף קבלה, וואס ענדלט שטארק צו קריסטליכע דאָקטרינעס מיט זייער שטארקע אנגעבינדנקייט אין א צדיק (אפי' נאך זיין שטארבן) און נאך.

נישט דווקא אז ס'איז גענומען דירעקט פון קריסטנטום, אבער וויבאלד זיי זענען נישט געווען דירעקט געדראעט פון די שיטות, האט זיך עס אזוי דעוועלאפט אן קיין שטער.

(@שמייכעל ס'איז ווערט צו ליינען. זייער אינטערעסאנט. ס'איז מסביר אסאך איבער די צוגעבינדנקייט וואס געוויסע פילן צו רבי'ס וואס לעבן שוין נישט. )
איך לייען איצט ראבערט סאפאלסקי, איך האב נישט קיין חשק צו קבלה. ווייל דאס האב איך גענוג אין סאטמאר זאלי שוהלן. חסידישע ספרים זענען פיהל דערמיט. איך בין איצט פולי אינטו די בוק ביהעיוו פון ראבערט סופאלסקי. בכלל בין איך מער א בעל מוסר איך האב נישט ליב חסידות ווייל איך לויף דאך אוועק פון חסידות. און סאטמאר רבי האט געהאלטן אז עס איז נשתכח. הקיצור איך האלט נאך פאר ניגלה לאז מיך אפ פון ניסתר. איך האב נאר ארויפגעברענגט ר' שאול מגיד'ס לעצטע 2 ביכער קעגן ציונות ווייל ער איז היינט געווען אין די נייעס צוליב זיין אנטי ציוניזם סאטמערע שיטה הקדושה וואס ער איז געווארן א ריזן פראפעסער און די ציונימלעך שווענץ זענען נעבעך זייער צעקלאפט און צעחושט דערפון... כן יאבדו כל אויביך השם יתברך!...
 
לעצט רעדאגירט:
אויב טראמפ איז בעד נתניהו און אנטקעגן הארווארד, איז ר' שאול א מתגרה באומות?
 
איינס פשוט מענטשן רעכט און איינס אז איז כנגד יהדות והתורה די צווייטער סיבה איז סיי ר' שאול מגיד'ס און סיי ר' יואליש טייטלבוים'ס
רבי שאול שליט"א לאזט גיין צו בחירות?
 
רבי שאול שליט"א לאזט גיין צו בחירות?
איך געדענק נישט אז ער זאל רעדן דערפון. אבער איצט אז גורער רבי מיט ר' דוב לאנדאוי האבן שוין געהייסן זייערע חברי הכנסת ארויס פון די איזראעלי רעגירונג פארשטיי איך די שאלה איז מער נישט נוגע.

לויט ווי ער שרייבט אין זיין לעצטער ספר 'די וויכטיגקייט פון גלות' - איז ער נישט געגאנגען צו די בחירות אפי' נישט עירי' פרומער ווי סאטמאר רב, דאס ערשטע מאל ווען ער האט געוואונט אין ירושלים ווייל ער איז געווען נטורי קרתא מער עקסטרעם ווי אונז. אבער דאס צווייטער מאל ווען ער איז צוריקגעפארן קיין ארץ ישרא' איז ער געווען א רעליגיעזער ציוני איז ער יא געגאנגען צו די בחירות אפי' פאר'ן כנסת המינים וואס איז יהרג ועל יעבור לויט'ן ויוא' משה זי''ע.
 
לעצט רעדאגירט:
איך לייען איצט ראבערט סאפאלסקי, איך האב נישט קיין חשק צו קבלה
לויט ראבערט סאפאלסקי איז דאך נישטא קיין בחירה, איז וואס ביסטו אזוי בייז אויף די ציונים? זיי האבן עס נישט געוועלט, פונקט ווי רבי יואל האט נישט געוועהלט צו זיין אנטי ציוניזם. און דו אליין וואלסט אויך מעגלעך געווען א ציוני אויב וואלסטו געבוירן געווארן ביי אנדערע עלטערן אין אן אנדערע פלאץ...

וויאזוי טוסטו קאנסאלידעיטן רבי יואליש מיט ראבערט? איך בין באמת נייגעריג.
 
אבער איצט א גורער רבי מיט ר' דוב לאנדאוי האבן שוין געהייסן זייערע חברי הכנסת ארויס פון די איזראעלי רעגירונג פארשטיי איך די שאלה איז נישט נוגע.
זיי גייען ווייטער געהעריג צו די בחירות
ס''ה ווילן זיי ארויס גיין פון ממשלת נתניהו ווייל ער גיבט זיי נישט וואס ער האט זיי צוגעזאגט
 
לויט ראבערט סאפאלסקי איז דאך נישטא קיין בחירה, איז וואס ביסטו אזוי בייז אויף די ציונים? זיי האבן עס נישט געוועלט, פונקט ווי רבי יואל האט נישט געוועהלט צו זיין אנטי ציוניזם. און דו אליין וואלסט אויך מעגלעך געווען א ציוני אויב וואלסטו געבוירן געווארן ביי אנדערע עלטערן אין אן אנדערע פלאץ...

וויאזוי טוסטו קאנסאלידעיטן רבי יואליש מיט ראבערט? איך בין באמת נייגעריג.
ווייל ראבערט סאפאלסקי אליינס איז זיך סותר ער האט געשריבן דעם בוך ביהעיוו פון 800 זייטן אז מיר זאלן טרייען על כל פנים צו זיין גוטע מענטשן אפי' עס גייט נישט גיין עפעס וועט דאס פועלן אין הימל אז די סייעתא דשמיא זאל זיך אנצינדן מיר זאלן ווערן ערליכע אידן זיך אפלאזן פון ציונות אהרוניזם טראמפיזם און מענדאליזם און אלע אנדערע איזמס וואס מיר ליידן זיך ליידער צוזאם אין גלות. אוי איך רעדט שוין ווי די שפאטיווקער לאז מיך צוריקגיין ארבייטן, פאר נחי יאווא קאללט מיך ארויפצוגיין אויף זיין טמאנעם פעגי האטליין...

איך האב נישט געקענט ר' יואליש איך בין צו אינג ליידער נאר אביסל דא געהערט און דא געלערנט זיינע תורות בעיקר אלץ בחור די שובבים אבער שפעטער ווען איך האב חתונה געהאט די י.מ. סופר ארטיקלען אין די צייטונג נייעס באריכט פון מנשה פילאפ.
 
זיי גייען ווייטער געהעריג צו די בחירות
ס''ה ווילן זיי ארויס גיין פון ממשלת נתניהו ווייל ער גיבט זיי נישט וואס ער האט זיי צוגעזאגט
יואלי לאנדא האט געגעבן זיין פלעין פאר יענקל אלתר סא איך גלויב זאכן גייען זיך רוקן צום גוטן זייט...
 
לעצט רעדאגירט:
ווייל ראבערט סאפאלסקי אליינס איז זיך סותר ער האט געשריבן דעם בוך ביהעיוו פון 800 זייטן אז מיר זאלן טרייען על כל פנים צו זיין גוטע מענטשן אפי' עס גייט נישט גיין עפעס וועט דאס פועלן אין הימל אז די סייעתא דשמיא זאל זיך אנצינדן מיר זאלן ווערן ערליכע אידן זיך אפלאזן פון ציונות אהרוניזם טראמפיזם און מענדאליזם און אלע אנדערע איזמס וואס מיר ליידן זיך ליידער צוזאם אין גלות
ממש דאס איז וואס ער זאגט אין די 800 זייטן?
דו ווייסט אז ראבערט איז אן אטעאיסט? (אטעאיזם איז אויך אן איזם)
און ווי איז ער זיך סותר?
און וויאזוי ענטפערט דאס מיין קשיא?
 
ממש דאס איז וואס ער זאגט אין די 800 זייטן?
דו ווייסט אז ראבערט איז אן אטעאיסט?
און ווי איז ער זיך סותר?
און וויאזוי ענטפערט דאס מיין קשיא?
צו זיין מער פונקטלעך 799 זייטן.

איך ווייס נישט גארנישט איבער זיין אטעאיזם איך האלט שוין ביי 600 זייטן געלייענט פון דעם 800 זייטן בוך, ביהעיוו.

און קיין איין ווארט איבער זיין פערזענליכע אטיאזים נאך נישט געזען.

ער איז זיך סותר דעם בוך 'ביהעיוו' מיט זיין לעצטן 'דעטערמענט'.

ביטע זעהן דעם שנירל פון סאפאלסקי און נישט פאדרייען דעם שנירל דא אוועק פון ר' שאול שליט''א.

איך ענטפער נישט דיין קשיא בכלל, ווייל דו פרעגסט נאר לקנטר נישט לענין בכלל.

איך ענטפער בלויז זאלסט ניט האבן דאס לעצטע ווארט פון פארשפרייטן דא דיין טמאנע ציונות.
 
איך ענטפער נישט דיין קשיא בכלל. איך ענטפער בלויז זאלסט ניט האבן דאס לעצטע ווארט פון פארשפרייטן דא דיין טמאנע ציונות.

איך בין נישט קיין ציוני

עניוועי דו ענטפערסט כסדר קשיות. איי געס קשיות וואס דו קענסט נישט ענטפערן ענטפערסטו נישט. זייער שיין.
 
Back
Top