איך האב עס געשיקט פאר א קאזין מיינעם, שיקט ער מיר צוריק
״יעצט פארשטיי איך פארוואס זאגט מען אז די מעיאר איז א אנטעסימט״
View attachment 10124
עס איז אינטערעסאנט אז ביי די פטירה פון די סאטמאר רבי האט ער געפיעלט א וועקיום כאטש ער נאך גיהאט דעם רבי פון סטוטשין, און די חסרון
האט ער געזוכט אהנצופיהלן פונקט מיט צויי רבי׳ס
פון וויזניץ, און ער דעסיידעד אז זיי זענען נישט אפפ
טו פאאר, און ער קומט ביז אמשינוב ,ער דערמאנט
נישט די רבי פון גער וואס איז גיוועהן שארף אמת ,
דענסטמאהל איז גיוועהן רבי אין גער דער לב שמחה
זעהט אויס אז ער האט איהם נישט מחשיב גיוועהן מסתם ווייל ער איז גיוועהן א סוחר פארדעם ,דער רבי פון לעלוב רבי משה מרדכי האט נאך גילעבט ,ער איז גיוועהן פארצייטיש ,דער רבי פון קלויזענבורג בעל שפע חיים איז נאך אויך דא גיוועהן , אבער ער איז אלץ גיוועהן קאנטראווערשל וואס כאטש זיין גאונות אין תורה,און זיין עבודה אין תפילה איז דעפיניטלי גיוועהן אויף א פארצייטישע פארנעם ,איז ער פאר רוב מענטשען גיוועהן מיט א חסרון, אז ער האט נישט גיהאט די קאריזמא וואס עס פעהלט אויס פאר א מנהיג ,דער רבי פון חב״ד איז גיוועהן בתקפו אבער ער איז אלץ גיוועהן חוץ למחנה, ווייל ער האט עקספעקטעט פול לויעלטי ביז א מאס פון ביטול און קטנות פאר אלע אנדערע ברענטשעס פון חסידיות ,אז ווען מען זאגט די ווארט חסידות מיינט עס נאר חסידות חב״ד ,וואס גייט צו מיט א דרך חקירה מיט קושיות און המצאות פון יישובים און תירוצים כאילו אז דאס מיינט יפוצו מעינותיך ,איי אפשר איז דער נוסח סטולין וואס איז גישטעלט אויף אמונה פשוטה די חסידות וואס דער בעש״ט האט גיוואלט פאר די המוני פשוטי עם בני ישראל , ווי חבקוק זאגט וצדיק באמונתו יחיה.