איך האב געליינט אין די מאמענט די וואך פון אליעזר ראזען ווי ער רעדט גדולות אויף ר' שמעון שפיצער
תוך הדברים זאגט ער וואס האט אים געמאכט ווערן אזא חסיד פון אים, זאגט ער ווייל ער האט א חבר וואס האט שוין געספענד בערך 250K צווישן טערעפי אין סייקעדעליקס אין ס'האט אים גארנישט געהאלפן, ביז יענער האט געהערט א שיעור פון שמעון שפיצער וואס ער ברענג דארט ארויס אז 'טערעפי איז תורה' דאלמאטס האט יענער אנגעהויבן פראסעסן וואס ער האט אלס געהערט דורך אויס די יארן, פארדעם זאגט אליעזר ראזען אז שמעון שפיצער, ער איז דער וואס כלל ישראל דארף האבן היינט ציטאגס, בקיצור, ליינטס עס.
ר' אליעזר טייערע , כ'האב געמיינט ביזט קליגער פון דעם, וואלסט געקענט אויסניצן דיין קאלעם ארויסציברענגן אז מ'דארף נישט קיין פריקען ריאה פון די תורה צי יעדע זאך וואס מ'טוט.. ס'גארנישט, מ'מעג זיך גיין היילען ווייל מ'וויל זיין מער געזונט.. ווי קומט אריין די פריקען תורה דא..? נאו אפענס תורה, איך האב דיר ליב, אבער זאלסט ווויסן, אז מענטשן האבן נישט קיין בלאסען איינונג ווען מ'דארף אריינקוקן אין דיר..