רבי אביגדור מיללער זי''ע (ביאגראפיע און פערזענליכע זכרונות)

חלק מ''ט: הכנעה וענווה איז די איינציגסטע מידה וואס מוז זיין עקסטרעם משוגע

1752427514541.png


והאיש משה עניו מאוד מכל האדם על פני האדמה, אזש, אז כלל ישרא' האט חוזק געמאכט פון אים געשפעט פון אים כאילו ער האט געהאט הערנער!...

ר' אביגדור האט אייביג געפרעגט דעם הכי תמצא שאלה; אז משה רבינו איז דאך געווען דער הייליגסטער; בעסטער; קלוגסטער; ערליכסטער; וכו' מענטש, פון יעדן איינעם אין די וועלט און אין היסטאריע; און ער האט דאך דאס געוויסט, ווייל ער איז געווען א נביא; איז וויאזוי האט ער זיך באמת געקענט קלענער האלטן פון מיך און דיך און יעדעס קינד רשע וגס רוח אויף די וועלט? עס איז דאך נישט אמת אז ער איז קלענער ווי אונז!...

נאר וויבאלד משה רבינו איז שטענדיג געשטאנען אין שאטן פון די הטבות די חסד וניסי השם יתברך, מילא האט ער זיך נישט געקענט שפירן גארנישט ביי זיך, אפי' נישט ווי א מורישקע, אדער נישט ווי קיין ''זשערם''. ווי א בעל חוב וואס ''פעיסד'' זיין מלווה פון אפאר הונדערט ביליאן דאלער, וואס מיר ווייסן מיר גייען קיינמאל נישט קענען דאס צוריקצאלן גארנישט, פון דעם גרויסן סכום געלט.

ר' אביגדור האט אראפגעברענגט דעם יסודות'דיגער הלכה פונעם הייליגן רמב''ם אין הלכות דעות, וואס דאס איז הלכות מידות. אז אין אלע כאראקטער שטריכן, כגון כעס; גאווה; כבוד; רחמנות; חסד וכו'; דארף עס זיין 'ממוצע', דהיינו, מיטלגארטיק; ''מידיעיאויקער'' ווי מ'זאגט אויף ענגליש, באלאנצירט, נישט צו שטארק און נישט צו ווייניג; אחוץ די דעה מנהג ומידה פון זיך קליין האלטן, וואס דאס מוז יא זיין עד לאשפה, עד כדי, ועד בכלל, אז מען זאל טרעטן אויף אונז; ענווה והכנעה מוז זיין זייער עקסטרעם; משוגע; אז מ'זאל חוזק מאכן פון אונז, מיר זאלן ווערן פארשעמט. פארוואס?

ווייל נאר אזוי קענען מיר באמת ריכטיג שפירן, נאכאנאנד, אונזער אמונה בהשם יתברך, דער טוב ומטיב לכול, פרייליך, גוטמוטיג, און מלא הכרת הטוב, שטענדיג, אז ער גיט אונז אזויפיל גוטע חסדים אין לעבן!

און מיר וועלן אים באמת דאנקן און לויבן שטענדיג אן א אויפהער!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק נ': א פרוי מוז זיך אנטאן אייביג שיין און ציענד אין שטוב פאר'ן מאן מער ווי אויפ'ן גאס פאר די פרעמדע חברטעס

1752431317687.png


די אנטי ציוניסטישע UNORTHODOX סאטמערע ווייבלעך; קודם, די היימישע בית רחל מחנכת מרת דבורה פעלדמאן תליט''א, רעכטס, מיט 'שירי האס' די איזראעלי אקטריסטקע, לינקס, שירי שפילט דבורה אויפ'ן מאווי, אנארטאדקעס, וואס האט אראפגעמאלען אונזער 'אנ-ארטאדאקס' לעבנס שטייגער, פאר די וועלט, און היסטאריע; קודם אינעם פארעם פון א 'בעסט-סעללער' ביך; און דערנאך אין צו א האליוואד ''בלאקבאסטער'' מאווי פילם, וואס מ'האט געוויזן אין טעאטערס און אויף אנליין סטריעמינג פלאטפארמעס; ביידע מיט'ן זעלבן נאמען אנארטאדאקס.

ר' אביגדור האט געזאגט אז ס'איז זייער א גרויסער פראבלעם אז היימישע ווייבלעך גייען טיכלעך טורבאנס און פאנזשעלויס אין שטוב און ווען זיי גייען ארויס פון שטוב שאפינג אדער ארבייטן טוען זיי זיך אן שיין מיט ''מעיק-אפ'' ''אלל דאללט אפ'' מיט א שייטל און טייערע ''פענסי'' אויפרייסערישע קליידער.

דערמיט צוברעכט מען דאס אינטימער משפחה לעבן, ווייל דאס מאן לערנט זיך אויס אז נאר פרעמדע פרויע זענען שיין, און זיין ווייב איז אייביג גרויליג.

ר' אביגדור פלעגט נישט באדערן די צניעות הינזיכט, אזוי ווייט אז מ'צעפליקט משפחות דורך דעם צדרייטן מנהג אז פרויען ''גרוהמען'' זיך בעיקר נאר פאר די גאס אבער אינדערהיים איז מען איגאנצן נאכגעלאזט און נישט ''פענסי'' פאר'ן מאן.

א פרוי איז נישט קיין שפחה כנענית פאר'ן מאן טאקע, אבער דאס אז זי פוצט זיך פאר די פרעמדע גאס, און טוהט גארנישט זיך שיין צו מאכן פאר'ן אייגן מאן, צייגט אז זי איז נישט נאר א נאכגעלאזטער מענטש, נאר גאר אן 'אויסווארף' רח''ל.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק נ''א: חינוך לילדים צו זיין שטענדיג פרייליך און אנקוקן אלעס ארום זיי גאר שטארק פאזיטיוו

1752509695032.png



די צוויי גאר חשובע זינען פון ר' אביגדור, וואס לעבן שוין נישט, ער האט געהאט נאך 3 טעכטער וואס אלע לעבן נאך. רעכטס: דער אינגערער ברודער ר' שמוא' זצ''ל א תלמיד פון זיין חשובער טאטע, און שפעטער פון הגאון רבי אהרן קאטלער זצ''ל. ער איז געווען דער ראש ישיבת בית ישרא' קודם אויף עוועניו זשעי. קארנער אוישען היינט א פילאליע פון טורא קאלעדזש, דערנאך אין מאנסי, און צום סוף אין לעיקוואד, ביז ער איז אוועק דעם ערשטן ערב פסח אנפאנג קאווי''ד צוזאמען מיט זיין רביצן ליידער, די פאטער ר' אביגדור איז געווען אפיציעל משגיח ביי אים אין ישיבה. און לינקס איז דער בכור, ר' לעיזער ז''ל, ער איז געווען גאר אן ערליכער פארצייטישער בעל הבית, א גרויסער רעספעקטירטער ''אקאונטענט'', ער האט אויך משמש געווען זיין הייליג פאטער ר' אביגדור עד יומו האחרון, מכוח גדול שימושה יותר מלימודה, ער איז געבוירן אין דער אלטער היים אין סלאבאדקע, און זיך געראטעוועט מיט זיין טאטע מאמע זיידע באבע און נאך אידן פון היטלער אלץ קליין קינד.

ר' אביגדור פלעגט מאכן א גרויסער חנוכה פארטי יעדעס יאר, מיט א מחיצה שפעטער ווען די אייניקלעך זענען שוין געווארן זייער אסאך אין צאהל. ער האט דערביי געזאגט אז מיר זאגן ביים דאווענען 'הבו להשם משפחות עמים' האבן מיר די זכי' דאס ענדליך צו מקיים זיין נישט נאר צוזאגן דאס ביים דאווענען!...

ר' אביגדור פלעגט זאגן אז מ'דארף אויסלערנען קינדער ווען עס רעגענט ווי גוט דאס איז אז אונזערע ''באדיס'' און זיבעציג פראצענט ''ליקוואד'', אז 'עס פאלן ''בעיביס פון הימל' מוזן מיר אויסלערנען די קינדערלעך ווען זיי זענען נאך אינג. ''עטיטוהד'' אין לייף איז א זאך וואס האט מיט חינוך.

אז א קינד הערט חלילה וחס א טאטע אדער א מאמע זיך אפרעדן גייט דאס אריין אין זייערע מוחות, און שפעטער ווען זיי ווערן גרויס טוען זיי דאס זעלבע פאר זייערע קינדערלעך זיך אפצורעדן אין לייף. מיר מוזן ''סטאפן'' דעם ''ווישעס סייקל''. א טאטע מאמע נישט קיין חילוק וויפל צרות זיי גייען ליידער דורך טארן דאס נישט ארויסווייזן פאר די קינדער אין שטוב, נאר לאכן און שפילן זיך מיט זיי!

עס שרייבט זיך גרינגער ווי ס'פירט זיך, אבער רבי אביגדור פלעגט זאגן אז א טאטע מאמע מלמד דרדקי זענען האליוואד אקטיארן, מער אין אמת'ן פלעגט ער זאגן אז יעדער איינער מוז ''עקטען'', אבער מחנכים אסאך מער נישט ארויסציווייזן אפילו א ''קרעק'' נישט פון זארג אדער מרה שחורה.

ר' אביגדור פלעגט לערנען און שפילן מיט זיינע קינדער און אייניקלעך, אפילו שפעטער אין לעבן וואס ער האט זיך שוין געגרייט צו זיין פטירה פאר'ן בית דין של מעלה, האט ער זיך אראפגעלאזט צו זיינע אייניקלעך און אור אייניקלעך זיי צו פרעגן חידות און ווער עס האט גענטפערט גוט האט באקומען ''פרייזעס''. ער פלעגט אייביג האבן מתנות אוועקגעלייגט, אז ווען אימער אן אייניקל אדער אור אייניקעל איז געקומען צו אים האט ער זיי געגעבן מתנות נאכדעם וואס ער האט זיך געשפילט און פארברענגט מיט זיי!

יעדן מוצאי שבת פלעגט ער טאנצן און זינגן מיט זיי און דאן איז געווען א ''ספעשל טריט'', ר' אביגדור האט זיי אויסגעמאלן א אייגן סצענע ווי זיי טוען עפעס א מצוה אדער גוטער זאך! די ביאגראפיע בוך פון ר' אביגדור דורך הרב האמבורגער האט קאפיעס פון די געמאלערייען; ר' אביגדור איז א מייסטער קונטסלער געווען! אזויפיל הארץ און געפיל אריין געלייגט אויף יעדן פרט אין די פארטרעטן.

א שבת סעודה איז געווען מיוחד צו פארציילן די חסדי השם יתברך, ער האט נישט געזאגט קיין דבר תורה! נאר געזינגען און געשמיעסט געמיהטלעך מיט די געסט, אייביג אן אנדער אייניקל און אסאך מאל פרעמדע געסט ווי ירושלימע אידן וואס קומען אהער נאך געלט, פלעגן וויסן אז ער איז זייער אדרעס צו עסן ביי אים.

עס איז דא א היימישער חשובער רב א סאטמערער תלמוד חכם אדיר, ער הייסט הרב הגאון רבי יושע יודע גליק שליט''א, ער לערנט זיין גאנץ לעבן אין די חושן משפט כולל פון הרב שווארץ רבי @יששכר כץ'ס ערשטער שווער, דער בויאמער רב שליט''א, ר' יושע יודא פירט היינט אן גרויסע דין תורות, ער האט זיך אמאל פארעקשענט אז ער האט נישט ווי צו עסן פאר ר' אביגדור. און אזוי ווי אלע מתפללים זענען שוין געווען אוועק געגאנגען פון שוהל, האט ר' אביגדור געלאזט ר' יושע יודא'ן עסן ביים עים די פרייטיג צונאכטס'דיגן סעודת שבת.

איך גיי נישט אריין גיין אין אלע הנהגות פון ר' יושע יודא'ס עדות, דאס וועט אי''ה זיין אין א באזונדער ''פאוסט'' פאר זיך, אבער ר' יושע יודא האט מיר געזאגט אז ר' אביגדור האט נישט געזאגט קיין דבר תורה נאר גערעדט איבער חסד השם יתברך און געזינגען גאר אסאך. געדאנקט די ווייב און די געסט אינקלודינק יושע יודאן. ועוד חזון למועד, אבער איך ברענג דאס נאר אהער צו ווייזן אז ער האט אויסגענוצט די שבת סעודות פאר חינוך.

ר' אביגדור פלעגט אייביג דאנקן זיין עלטערן ברודער, וואס האט אים מחנך געווען צו טרונקן נאר וואסער, ווען ער איז געווען א קינד פלעגט ר' אביגדור זייער ליב האבן סאודע, ביז איין טאג, האט זיין עלטערע ברודער אים אפגעוואונט דערפון, דורך אים אוועק כאפן די סאדע און דאס באהאלטן, און געזאגט פאר'ן קליינעם אביגדור'ל, ''כ'געב דיר וויפיל סאדע דו ווילסט; אבער נאר נאכדעם וואס דו וועסט טרונקן איין גלעזעל וואסער....!" - ר' אביגדור האט מער קיינמאל נישט געטרונקן קיין סאדע, כאטש אויף זיין שבת טיהש האט ער יא געהאט געצוקערטע סאדע פאר די געסט, זיי צו מקרב זיין מיט זיינע שמועסן, ער פלעגט אנגיסן אליינס די סאדע פאר זיינע געסט!.... און א גאנצן צייט געפרעגט: ''דארפסט נאך א שטיקל חלה? דארפסט נאך א גלאז סאדע?''!...

אגב, דער ''שוויתי השם לנגדי תמיד'' טעוועלע ביי ר' אביגדור אין שוהל איז געווען א פלאש ''מעיסיס'' ניו יארק סיטי ''טעפ'' וואסער, דהיינו פון א פשוטער סינק אנגעפילט, אבער גאר א ''פענסי'' פלאש ''באטעל'', אז ס'האט אויסגעזען ווי א טייערע ברוינפאן אדער וויין... אט אויף דעם האט דער בעל תפילה געקוקט ווען ער האט פארגעדאווענט פאר'ן עמוד אלץ שליח ציבור!...
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1752509618900.png
    1752509618900.png
    98.7 KB · געזען: 3
לעצט רעדאגירט:
חלק נ''ב: זיין קנאות

1752594248837.png

רות בן דוד איז געווען א פראנצויזשע שיקסע לינקע אנטי ציוניסטישע אקטיוויסטקע און אקטאריסטקע וואס האט זיך מגייר געווען צוזעהנדיג די קנאות פון ר' עמרם בלוי זי האט חתונה געהאט מיט אים אויף די עלטער נאכדעם וואס ער איז געווען אן אלמן, די קינדער זענען געלאפן צו אלע רבנים אים אריין לייגן אין חרם ווי נחום ראזנבערג היינט צו טאגס, דערפאר ער האט זיך געמופט קיין בני ברק סוף ימיו צוליב די רדיפות. בריסקער רב זצוק''ל האט אים געאסר'ט חתונה האבן מיט א געבוירענע אידענע צוליב דעם וואס די ציונים האבן אים ליידער געמאכט אויף אים דער מום פון סירוס, דורך ביטערע מכות רצח אין זייערע תפיסות ער זאל מער נישט קענען האבן קיין קינדער, און דאס איז אסור צו מאכן פאר א איד.

ווי שוין באשריבן אין חלק א' וב' איז ר' אביגדור געווען זייער א גרויסער קנאי. אבער די וואך גייט פרשת פינחס פיהל איך פאר וויכטיג צו איבערשרייבן אט דעם אייגענארטיגער נקודה פון זיין לעבן אין א באזינדערע פאויסט.

זיין האקן אויף די האלאקאוסט קדושים און האקן אויף סייענס פון עוואלוציע מיט געיז קומען פון דעם קנאות זיינער. כאטש ער איז געווען אן אפענער שטודירטער קאפ מער ווי סיי וועלכער אנדערער חרדישער רב, ער איז דאך א וויי.יו. אמעריקאנער געבוירענער פובליק סקול קינד!

פון איין זייט האב איך מיך געשפירט ווי א שייגעץ ווען ער האט גערעדט פון סייענס און אלע אנדערע מאדערענע ניסיונות ותאוות ווי ספארטס געיז לעסיביאנס און גיין אין טעאטערס. ער האט אפילו מוחה געווען אויף א ''טריפל עקס'' לעבן זיין הויז און שוהל אויף קינגס הייוועי וואס מ'האט נאר געוויזן דארטן פאר עלטער פון 21 ערוואקסענע פארנאגרפיע פילמען. בכלל איז ביי ר' אביגדור געווען אויפ'ן בימה שטענדיג אלע מינע פעטיציעס אונטעצושרייבן אויף כל מיני פראבעלעמן פונעם דור, וואס מיר חסידים האלטן זיך העכער הייליגער און אפגעזינדערט דערפון אבער ר' אביגדור האט געהאלטן דאס איז וויכטיג מ'זאל וויסן דערפון!...

אבער פון די אנדערע זייט האט מען געזעהן אז ר' אביגדור רעדט נישט פון די אלע שמוץ ווייל ער האט הנאה זיך צו קאכן דערין. מ'האט געזעהן אז עס באדערט אים באמת די אלע עוולות ועבירות פונעם דור, אפילו זיי זענען נישט זיינע קינדער אדער משפחה. ער האט געהאלטן אז יעדער גוי מוז זיך פירן בשבע מצוותיהם און יעדער איד, אפילו ער איז שוין דורי דורות אסימילירט, מוז זיך פירן בקדושה ובטהרה ווי א סאטמאר חסיד אדער ירושלימער ''סיקריק'' קנאי, ווי די אהרוני מקרי רופט זיי אן מיט שפאט און ביטול ווייל זיי האלטן נישט פון אים!

ר' אביגדור האט מסביר געווען קנאות אויף אונזער שטאפל;

"שטעל דיך פאר אז דו זעהסט דיין מאמע שוועסטער טאכטער אדער אייגן ווייב, ווערנדיג גערעיפט דורך אפאר הויכע פעסטע מוסקולירטע מאפיאנערן, וועסטו אריין שפרינגן דארטן זיי אפצושטעלן, נישט קיין חילוק ווי שטארק און מעכטיג זיי זענען, אפילו דו ווייסט קלאר אז דו גייסט געהארגעט ווערן דורך זיי!"

אזוי אויך אונז דארפן ליב האבן דעם באשפער אזוי שטארק אזש אז טאמער מיר זעהן איינער טוהט עפעס קעגן די תורה הקדושה דארפן מיר זיך מוסר נפש זיין דאס אפצושטעלן.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top