רבי אביגדור מיללער זי''ע (ביאגראפיע און פערזענליכע זכרונות)

אינטערעסאנט, דער רחום וחנון, טוב ומטיב לכל

דאכצעך מיר אז דעם סידור האט רבי אביגדור אליין נישט זיין משפחה, געשאנקן פאר הרב יאווא וואס האט זיך שטענדיג משתתף געווען אין זיינע שיעורים און איז געווען גאר נאענט מיט רבי אביגדור
חלק כ''ה: תלמידו הגדול הרב הגאון החסיד רבי אברהם שלמה יאבא שליט''א לרפואה שלימה!

1750676897743.png


הרב אברהם שלמה יאבא פארלאנגט זיך א באזונדערע קאפיטל, איך וועל דאס פרובירן אביסל אים צו באשרייבן בדרך כבוד, לפי כבודו הרמה פון דעם גרויסן גאון.

אסאך אידן יראים ושלמים גאר חשובע רבנים ובעלי בתים פלעגן קומען רעגלמעסיג צו ר' אביגדור, רוב האבן מיר שוין פריערט דערמאנט, אבער געציילטע האבן מיר אויסגעלאזט, ווי הרב שטאלצבערג קודם פון לאנדאן דערנאך אין בארא פארק. הרה''ח רבי שלמה אליעזר געלבמאן ז''ל, פון ווילאמסבורג וואס ער האט אפגעשטיפט זיין דיאגנאז פון קענסער פאר פערציג יאר ביז פאראיאר וואס ער איז ליידער נפטר געווארן. ער איז ר' שלמה יענקל געלבמאן'ס קאזין אבער פונקט פארקערט גאר א שטילער איד געווען. ר' שלמה אליעזר פלעגט שלעפן דעם איש החסד פון וויליאמסבורג ר' אברהמעלע זילבערשטיין שליט''א, בן הגאון החסיד דער פוילישער סאטמערער חסיד הגאון הצדיק רבי נתן דוד זילבערשטיין אבד''ק שערי תורה זצ''ל, ר' אברהם איז א ריכטיגיער, אמת'ער ארגינעלער, תלמיד רבינו הקדוש מסאטמאר דער בעל ויוא' משה זי''ע א פייערדיגער סאטמאר חסיד, וואס צוליב זיין שטארקע קנאות, האט ער געהאלטן אז ר' אביגדור איז נישט גענוג קנאות'דיג כלפי ציונות... אבער ר' אברהם פלעגט אונז אייביג זאגן, אז ער הערט אויס ר' אביגדור וויייל דאס איז זיין ''טיילענאל''...!

אבער ר' אברהם שלמה יאבא איז נישט נאר געגאנגען צו ר' אביגדור נאר געקערט א וועלט איבער ר' אביגדור דהיינו מפרסם געווען זיינע תורות, אין 'בלאט' פון די אהרונים, און בכלל איבער די וועלט דורך זיינע שיעורים. וואס ר' אברהם שלמה אליינס געבט אנליין, און פלעגט געבן אין זיין בית המדרש.

ר' אברהם שלמה יאבא האט געפענט דעם שוהל 'נטעי אביגדור' על שמו וזכרו פון ר' אביגדור אין וויליאמסבורג, ראטלידזש קארנער בעדפארד, קעגן איבער לימנוב, עס האט אויך געהייסן 'לעמבערג'; דארטן האט מען נישט געטארט רעדן ביים דאווענען.

1750676860418.png


אין דעם בילד קוקט ר' אברהם שלמה יאבא אויס גענוי ווי ר' חיים שניצלער זיין חבר.

ר' אברהם שלמה יאבא איז א שוואגער און פעטער פאר'ן זאלי נגיד ר' משה יוא' מזרחי, טאקע ר' משה יוא' אליינס, פלעגט אויך זיין א שטענדיגער אנוועזענדער ביי ר' אביגדור'ס שיעורים, ער פלעגט קומען מיט זיין גרויסן שווארצן סובארבן און אויך מיטנעמען אינגעלייט פון וויליאמסבורג יעדער וואך.

ר' אברהם שלמה'ס זוהן דער בכור איז דער פאדקעסטער נחי יאבא, וואס האט לעצטענס געפאוסט א בילד מיט ר' אברהם שלמה זיין טאטע אין שפיטאל, ווען ר' אברהם שלמה דארף איצט א רפואה שלימה, האבנדיג 'פענקריעטיק' קענסער ל''ע.

ר' אברהם שלמה האט טאקע דעם זייער פאפולערער גמרא שיעור על דרך ר' אביגדור. דהיינו בקיאות שנעל פשוט קורץ און שארף דעם דף, וואס דאס וועט אוודאי מגין זיין אויף אים אז ער זאל האבן א שנעלער גענצליכער היילונג, אמן כן יהי רצון!

Kol Halashon

הרב אברהם שלמה יאבא זייענדיג א תלמוד חכם אדיר און גאר א קלוגער ענערזשעטיגער אינגערמאן, איז געווען דער גרעסטער פרעגער ביי ר' אביגדור'ס שיעורים, בכלל איז ער נישט בלויז געווען ביי יעדן איינציגן שיעור אן א הפסק, נאר געזעצן נעבן ר' אביגדור, און גאר אנגעדרייט די מצב דארטן. דהיינו, ביי אים אין קאר פלעגן זיך אריין קוועטשן נאך אידן פון וויליאמסבורג, ווי ר' חיים שניצלער און אנדערע, און זיי פלעגן פרעגן די קאנטראווערסיאלע שאלות בעיקר סוף שיעור יעדער וואך ס'זאל זיין צייטלעך קאנטרעווערסיא'ל ציענד און אינטערסאנט.

אבער כפי זכרוני איז דאס יא ר' חיים שניצלער וואס האט באדינט ר' אביגדור די לעצטע צייט אין שפיטאל, ווען ר' אביגדור איז נפטר געווארן. און די סידור האט היינט צו טאגס ר' חיים; קען זיין ר' אברהם שלמה האט אים דאס געגעבן, - איך ווייס נישט. מ'דארף וויסן אז זיי, די ביידע, פלעגן גיין אייביג צוזאמען; יאבא מיט שניצלער זענען געווען ווי ברודער, די זעלבע עידזש, און אויסגעקוקט די זעלבע, חברים פון מאנדרוי ישיבה. מילא זענט איר מעגליך גערעכט אז ר' אברהם שלמה איז אויך געווען אין שפיטאל די לעצטע טעג פון ר' אביגדור'ן אים צו באדינען.

בכלל דארף מען וויסן, אז ר' אברהם שלמה איז אדורך זייער א שווערע איגענט אין סאטמאר וויליאמסבורג, ווי מ'האט אים גערודפ'ט זייענדיג א ספרדישער ארגענטינער אינגל, אבער ער האט זיך ארויפגעדראפעוועט אויפ'ן לייטער פון אונזער געזעלשאפט גאר שטארק, ער איז אנגעקומען צו זיין גאר א חשובער אינגערמאן אין וויליאמסבורג לערנדיג אין סאטמאר.


***

אט איז א באשרייבונג אויף ר' אברהם שלמה שליט''א אין משפחה מאגאזין. איך קען דאס נישט לייענען ווייל איך בין נישט קיין פעיד סובסקרייבער עס איז אינטער א ''פעי וואהל''. אויב איינער צאלט זיי צו לייענען וואלט איך מכיר טובה געווען אז מ'שיקט מיר צו דעם גאנצן ארטיקל אין אישי, איך זאל קענען פארעכטן דעם פאוסט איבער ר' אברהם שלמה. א יישר כוח למפרע!

Rav Avigdor’s Unlikely Chassidim - Mishpacha Magazine
 
לעצט רעדאגירט:
חלק כ''ו: תלמידו ונכדו הגדול הרב הגאון הפוסק רבינו שמחה בונם הכהן קאהן שליט''א, רב דבית מדרש וקהילת עטרת ישעי' דלעיקוואד.


1750693371917.png



ווער איז דער שמחה בונם קאהן? וואס איז זיין יחוס? וויאזוי איז ער געווארן דער אפיציעלער הויפט חוזר ראשי פון די שומעי לקחו פון זיין גרויסן רבין און זיידן ר' אביגדור מילער?

1750693628064.png


קהל עטרת ישעי' לעיקוואד אוואו ר' שמחה בונם הכהן קאהן שליט''א איז רב ומורה דרך. מערקט ווי זשוליי 4 לייגט ר' שמחה בונם ארויס אן אמעריקאנער פאן ווי די זיידע ר' אביגדור

1750693750179.png



ר' שמחה בונם איז א אונגעריש חסידיש קינד א חתם סופר'ס אן אייניקל, דורך די מאטעסדארפער גזע.

ר' שמחה בונם האט זוכה געווען צו משמש זיין דעם פוסק הדורות, הגאון רבי משה פיינשטיין זצ''ל, דער גדול הדור, נאך אלץ אינגער בחור'ל. ר' שמחה בונם איז געבוירן געווארן געוואקסן און געוואונט אין די לאוער איסט סייד פון מאנהעטן, און זיין טאטע האט געדאווענט ביי ר' משה אין תפארת ירושלים, ווי ר' שמחה בונם האט אויך געלערנט פון קינדווייז אן ביז נאך זיין חתונה אין כולל דארטן פאר לאנגע יארן.

היינט צוטאגס איז ר' שמחה בונם טאקע די ליטווישער גדול ופוסק הדור בעיקר ווי ער וואונט אין לעיקוואד. אבער איך האב געקענט ר' שמחה בונם אלץ זיידענס גרעסטער חסיד! ער פלעגט אריין קומען יעדער וואך פון לעיקוואד א 2 שעה וועג נסיעה.

אבער ר' שמחה בונם איז געזעצן פון הונטן ביים ווייבער שוהל, ביים הויפט טיר אריין צוקומען, מילא אויב איז מען אנגעקומען א סעקונדע שפעט צום שיעור האט איר געמוזט אויפהייבן ר' שמחה בונם פון זיין אייזערנעם צוזאם-לייג בענקל, ער האט אייך אנעקוקט מיט זיין שטרענגן אבער צינישן שמייכל...! אז איר זענט שוין נעקסטער וואך נישט געקומען שפעט...! ווי דער זיידע האט ר' שמחה בונם אויך גאר שטארקע טיפע אויגן בליקן... איך האב נישט געוויסט אז דער איד איז גאר אזא גרויסער רב דאן אין לעיקוואד. ר' שמחה בונעם האט א ריזן קהילה פון הונדערטע מתפללים, ס'רוב לויערס דאקטוירים עשירים גאר רייכע פראפעסיאנאלע סוקסעספולע אידן אין זיין שוהל. ער האט אויך אסאך שיעורים דארטן, אויך אויף נ''ך מוסר אגדתא און השקפה ווי די זיידע.

ר' שמחה בונם קאהן איז געווארן אן איידעם ביי ר' אביגדור'ס איידעם הרב בראג, זייער עלטסטער טאכטער, מילא איז ער פון די עלטסטע אייניקלעך פון ר' אביגדור, אבער צוגעקומען.

ר' שמחה בונם קאהן שליט''א, האט איבער 15 ספרים שאלות ותשובות אויף הלכה, פסקים, דאס איז אחוץ אויף השקפה, נאך אסאך ספרים ארויסגעגעבן, ס'רוב אויף ענגליש ווי זיין זיידע ר' אביגדור.

ר' שמחה בונם דערציילט אז ער האט באדינט ר' משה פיינשטיין ביז איין טאג, האט אים ר' משה פארשיקט, און אים געזאגט דו מוזט גיין צו דיין רבי ר' אביגדור לאז מיך אפ!... כ'דענק נישט צו דאס איז געווען פאר ער איז געווארן א חתן צו דערנאך.

ר' שמחה בונם קאהן רעדט פונקט ווי די זיידע ר' אביגדור דהיינו געמאסטן און געוואוגן יעדעס ווארט. זיינע שיעורים איז אויך אסאך עוועלבעיל אנליין, גוגל ותמצא נחת. אבער ער איז דער אפיציעלער שרייבער און רעדאגירער פאר תורת אביגדור און אלע תלמידים וואס געבן עפעס ארויס פון זיין זיידע ר' אביגדור קוקט ער דאס דורך און איז דאס מגי'. זייענדיג א גרויסער תלמוד חכם און אליינס גאר א גרויסער רעדנער ובעל מוסר און ועל כולם זיינדיג זיין זיידע'ס גאבע. ער פלעגט אויסלעשן די לעקטער און אנצינדן די סטיעם אדער די עיר קאנדישן. און זיין ממונה אויף אלע ענינים וואס האט זיך פארלאנגט פאר'ן בעת'ן און נאכ'ן שיעור דארטן. האט ער א געוואלדיגער חכמה צו פארשטיין וואס מ'קען נאכזאגן אויף לעתיד און וואס איז נאר געווען געזאגט לזמן פאר דעמאלטס.

ר' שמחה בונם קאהן איז א פיקח עצום, ער האט געשריבן די 2 בענדער ראביי מילער ספיעקס, ער זאגט נאך די זיידעס תורות גענוי מיטן זעלבן קנייטש תנועה קול און קריץ מיט די אויגן אויף די זעלבע ווערטער...!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק כ''ז: 'שתיקה'; שווייגען; זיי שטיהל!

1750714415318.png


2 בענדער 'ראביי מיללער ספיעקס' ארויסגעגעבן דורך ארט-סקאל, געשריבן דורך זיין תלמיד און צוגעקומען אייניקל, הגאון הגדול רבי שמחה בונם הכהן קאהן שליט''א, פוסק ורב עטרת ישעי' לעיקוואד ניו זשערסי.

דער דריטער מערסטער ארום גערעדטער ענין פון ר' אביגדור נאך 1) תיקון המידות, און 2) שער הבחינה נפלאות הבורא. איז געווען 3) שתיקה; שווייגען; שטיהל זיין שטענדיג!

דאס איז געווען גאר אן אינטערסאנטער היפך, סתירה, און א ''אקסי-מאראן'', ווייל מיר טרעפן ביי ר' אביגדור אז ער האט זיך אזויפיל געקאכט און פארלאנגט פון אונז צו שווייגן! דהיינו נישט רעדן קיין איבעריג ווארט, פון וואס עס פעלט זיך אויס צום לעבן. אבער ער אליינס האט גערעדט די מערסטע פון אלע רבנים...!

זיין אייניקל ר' שמחה בונם הכהן קאהן גיבט ארויס זיינע תורות, אונטערן נאמען, 'ראביי מיללער ספיעקס'... דאס הייסט אז ר' אביגדור רעדט יא!... איז, וויאזוי איז דאס מעגליך, פרעגט איר אוודאי? אזא סתירה איז דאך נאך נישט געווען מימות בריאת העולם נישט?

וויאזוי האט ר' אביגדור געקענט רעדן אזוי סך, און אייביג האקן אויף די וואס רעדן אסאך...?

צו פארענטפערן דאס, וועלן מיר אראפברענגן די גמרא וואס ר' אביגדור אליינס פלעגט זיך קאכן א גאנץ לעבן. אז עס שטייט אין תהלים; 'האמנם אלם צדק תדברון' דרשנ'ט די גמרא אז 'מה אומנתו של אדם? יעשה עצמו כאילם יכול אף לדברי תורה? תלמוד לומר צדק תדברון' אין קורצן אז די אומנות די קונסט און די פאך אויף די וועלט איז אונז זאלן זיך מאכן ווי שטימע מענטשן. איי וואלט איך געוואלט מיינען אויך לדברי תורה אז מ'זאל נישט רעדן אין לערנען, זאגט דער פסוק ווייטער אבל צדק תדברון ריכטיגע ווערטער מוזן מיר יא רעדן. מילא פירט אויס ר' אביגדור אז שווייגן איז נישט סתם מ'שניידט זיך ארויס די צונג און פארטיק, ניין! נאר מ'מוז רעדן תורה השקפה אמונה בטחון מידות און מוסר!

דעריבער האט ר' אביגדור געשוויגן אין פריוואטן לעבן אבער אזויפיל גערעדט מער פון יעדן איינעם אין תורה ויהדות!

ר' אביגדור האט געזאגט אז 'מילי בסלע; שתיקה בתרי' איז אן אמת דאס איז נישט קיין מליצה, אז אויב מ'שווייגט טוהט מען אסאך מער אויף ווי רעדן.

ווי אויך 'סייג לחכמה שתיקה' איז נישט א מליצה נאר א מציאות, אז טאמער מען שווייגט ווערט מען קלוגער, ווייל מ'פיקט אויף אזויפיל נייע אינפארמאציע אין די צייט וואס איר רעדט ווען, ווי אויך מענטשן וואס רעדן איבעריגע ווערטער, רעדן דערנאך שטותים און שקר אויך ווייל זיי ווילן פארענטפערן און בויען זייערע פריערדיגע רייד.

ר' אביגדור פלעגט נאכזאגן דעם רמב''ם 'לעולם 'ירבה' אדם בשתיקה', אז דאס ווארט 'פארמערן' מיינט צוזאגן אז שווייגן איז נישט סתם א שלילי, אז מ'רעדט נישט נאר א חיובי אז מ'טוהט עפעס דא 'פראדוצירן', און שווייגן איז א פעולה פונקט ווי רעדן, אז מ'קען דאס פארמערן.

ר' אביגדור האט אייביג נאכגעזאגט פון אלטן פון קעלם, אז ווען מ'האט אים געברענגט דעם ספר שמירת הלשון פונעם הייליגן חפץ חיים, האט ער געפרעגט; בתמי' האט ער שוין ארויסגעגעבן א ספר אויף דברים בטלים אז ער איז שוין ביזי מיט לשון הרע?... דהיינו אז רעדן סתם אין די וועלט אריין איז אויך לשון הרע!

ר' אביגדור פלעגט זאגן אז מ'זאל אויסנוצן די הויכע מוזיק פון אונזערע חתונה זאלן צו שווייגן, כאטש מיר ווילן נישט הייזעריג ווערן, זאלן מיר אינזינען צו טאן א מצוה מיט אונזער עניוועיס פאסיווער שווייגן ווייל מיר האבן ניט קיין ברירה, מיר קענען סיי ווי סיי נישט איבערשרייען די הויכע מוזיק. זאל מען כאטש מקיים זיין דעם רמב''ם פון לעולם להרבות שתיקה!

ר' אביגדור פלעגט שטענדיג נאכברענגען די פארכטיגע ווערטער פון חז''ל, וואס הענגט ביי אונז אין זופניק כולל בנין שוהל אויף קיעפ קארנער ליע עוועניו אויף די וואנט א שילד, אויסציגן פון איגרת הגר''א, וואס זיי נוצן אז מ'זאל נישט רעדן ביים דאווענען, אבער ר' אביגדור האט דאס גענוצט אויף שטענדיג, נישט נאר אין שוהל, אדער ביים דאוואנען וקריאת התורה. נעמליך: אז 'כל רגע ורגע שהאדם חוסם פיו זוכה בשבילו לאור הגנוז שאין מלאך ובריה יכולים לשער'

ר' אביגדור האט בעיקר געזאגט אז שווייגן קומט פון יראת שמים, דהיינו 'כי אלוקים בשמים ואתה על הארץ', איז וויאזוי קענען מיר עפענען א מויל אז מיר שטייען פאר אזא גרויסע זאך ווי כביכול אליינס?!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק כ''ח: 'החיצוניות מעוררת את הפנימיות!'

1750786715081.png


ר' אביגדור'ס מלמד וחברותא אלץ קינד אין היברו דעי סקול, בחינם, דער לובאוויטשער שליח קיין באלטימאר, פון ר' יוסף יצחק שינאורסאן זצ''ל, הרב אברהם אליהו אקסלעראד זצ''ל.

ווי פריערט געשמועסט איז ר' אביגדור נישט געווען קיין חסיד אבער געהאלטן עולמות פון חסידים ובפרט חסידי סאטמאר.

מ'האט אים אמאל געפרעגט פארוואס ס'באדערט אים נישט אז מיר חסידים דאווענען נאכ'ן זמן תפילה, דערמיט גייען מיר בפרהסי' קעגן הלכה פון שולחן ערוך. האט ר' אביגדור געזאגט אז די טענות זענען שוין אויסגעדראשן געווארן נאך בימי החפץ חיים זצ''ל, האט מען געפרעגט דעם ח''ח, די זעלבע שאלה ווי ר' אביגדור'ן, נעמליך, וויאזוי ער קען גיין מאכן אן אגודה מיט חסידים וואס די תלמידי הגר''א האבן אריין געלייגט אין חרם חמור ווי היינט די סאקטמערע רע-בנים קעגן דעם אנטי סעקס אביוז אקטיוויסט הרב החסיד הגאון הצדיק רבינו נחום ראזנבערג שליט''א?

האט דער חפץ חיים גענטפערט בזה הלשון לויט ר' אביגדור: ''אמת זיי די חסידים דאווענען שפעט; אבער אנדערשט ווי אונז, דאווענען זיי נאך!..." פארכטיגע ווערטער אז די חפץ חיים זאל האבן אנערקענט אז רוב ליטווישע וועלט איז שוין דאן געווארן אפגעפארן געהעריג, ווי היינט די אוי.טי.די. רח''ל - בימים ההם בזמן הזה... על כל פנים, לויט ר' אביגדור'ן!

ר' אביגדור פלעגט בעיקר רעדן פון מוסר וקנאות פון סאטמאר, אבער זיך באנוצט מיט שיינע חסידישע סיפורי צדיקים דערצו, ווי פון הרה''ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זצוק''ל, נישט קיין סניגור מעשה, נאר גאר פארקערט, אז ער האט אמאל געשיקט זיין גאבע צום באלעמער אויסקלאפן אינמיטן דאווענען אז ''מורי ורבותי! ס'איז דא א באשפער אויף די וועלט!'', דהיינו, ווי צו זאגן טראכט נישט קיין שטותים בשעת איר דאווענט, טראכט פון באשעפער...!

ווי אויך פלעגט ער שטענדיג נאכזאגן פון ר' נחמן מברסלב, אז 'שבע יפול צדיק וקם', אז ר' נחמן האט אויף זיך געזאגט אז ער איז געפאלן אסאך מער ווי זיבן מאל אלץ קינד...! דהיינו, ווי צו זאגן, אז א מענטש קען זינדיגן מיט די ערגסטע עבירות אבער מ'טאר נישט זיין געפאלן מיט זיך! נאר זיך אויפהייבן אפווישן און זיין בשמחה אז 'כל זמן שהנר דולק יכולין לתקן', דאס האט ר' אביגדור אויך נאכגעזאגט בשם ר' נחמן אז ווילאנג מ'לעבט קען מען נאך אלץ תשובה טאן!

אבער איין מעשה האט ער נאכגעזאגט פון זיין חב''ד'סקער רבי'ן ר' אברהם אליהו אקסלעראד זצ''ל. אז מ'איז געקומען צום מהריי''ץ אמאל זיך אפרעדן אז זיינע חסידים, ''זענען נישט אזוי ערליך ווי זיי מאכן זיך...'' כ'ווייס נישט וואס מ'האט זיי פארמסר'ט צו זיי קוקן אויף די נאקעטע שיקסעס בעת'ן מאכן טאן מיט זיי די מצוות ווי נרות שבת, אדער גאר טוען זיי אן תפילין פאר אידישע געיז וטרענס ווי עבי שטיין, תועבהניקעס וואס זענען אינגאנצן פארדראגט רח''ל. מ'האט שוין דאן געהאט די טענות אויף חב''ד. עס האט זיך נישט אנגעהויבן ביים משיח שקר, דער 'מנחם מענדל' פאנטאזירער, ציוניסטשער שיכור, וואס לעבט נאך למטה מעשרה, אין א עזה טונעל, ערגעץ ווי; לחיים!... יחי!...

הקיצור, האט ר' יוסף יצחק גענטפערט פאר די מתנגדים די סאטמוירים די מוסרים, אז 'ער האט זייער הנאה אז זיי פאפן כאטש די וועלט!' אז זיי זענען נישט אפען און גראב פארפוילט, נאר באהאלטן זייערע עבירות. ''איין טאג וועלן זיי נאך ווערן ערליך, פון זיך אזויפיל מאכן, און שפילן ערליך''! האט ר' יוסף יצחק שניאורסאהן אויסגעפירט, איבער זיינע חסידים!

אט דאס האט ר' אביגדור גענוצט, צו מסביר זיין דעם מסילת ישרים ליין, אז 'החיצוניות מעוררת הפנימיות'!

ר' אביגדור פלעגט דאווענען זייער גראד און שטיהל ווי א יעקער, אבער פאר אונז האט ער געצה'ט צו דאווענען ווי חסידים, אז מיר זאלן שרייען ביים דאווענען ווייל מיר קענען נישט אינזינען האבן גוט 'אייביג'. ר' אביגדור האט געזאגט אז אסאך מאל קומט מען אריין אין שוהל אויסגעמאטערט און אפגעמוטשעט פארשלאפן און פארטראכט אין אנדערע זאכן, איז גוט אז מ'נעמט זיך שרייען ווי א חסיד, ווייל אזוי ארום קען מען זיך מעורר זיין אביסל דאס הארץ און מוח צו אריין טראכטן וואס די ווערטער וואס מיר שרייען מיינט!

ר' אביגדור פלעגט זאגן אז פארוואס זאגן מיר 'תוכו כברו' נישט ברו כתוכו אז זיין דערויסענדיגסטע חלק איז ווי זיין אינערווייניגסטער חלק? ווייל קיינער איז נישט ערליכער פון אינעוויינג מער פון דערויסן. מיר אלע דארפן כבוד. מילא איז אייביג אונזער דערויסענדער פיראכץ בעסער ווי די אינווייניגסטע מחשבה. איז אויף איינער וואס איז באמת ערליך זאגן מיר אז זיין אינעווייניגסטער תוכנדיגע טייל איז פונקט ווי זיין דערויסינדיגער טייל. אז ער פאפט אייך נישט.

ר' אביגדור האט וועגן דעם ליב געהאט די סאטמוירים ווי אונז, ווייל אונז גייען ארבייטן צווישן גוים מיט די ציצית ארויס און די היטל און רעקל בארד און פיאות ווי א זשיד, מיר קערן נישט וואס דער פרייער אידל שעמט זיך מיט אונז.

ר' אביגדור פלעגט אויף זיך פארציילן אליינס, אז ער פלעגט גיין מיט זיין בארד, יענע צייטן די ערשטע יארן גראד נאכ'ן האלאקאוסט אין אמעריקע איז דאס געווען אראפגעקוקט, און א פרוי א אידענע האט אים אנגעשפיגן און אנגעשריגן; ''דו סאטמערער בהמה... מאכסט א חילול השם. דו פארשעמסט אידישקייט מיט דיין בארד...!'' ער האט איר אנגעכאפט ביים האר און ארויפגעשלעפט די טרעין סטעישן צו די גאס און געווארט אויף א פאליס. אבער קיין פאליס איז נישט אנגעקומען מילא האט ער איר געלאזט גיין נאך 2 מינוט, און איר געווארענט מער ניט צו שפייען און נאכשרייען א פרומער איד ווי אים!...

דעם מסילת ישרים 'חיצוניות מעוררת הפנימיות' מציאות, האט ער געהאלטן פאר אן אמת, און פלעגט דאס פארלאנגן פון אונז אויכט, מיר זאלן זיך פאפן, אז אפי' מיר זענען נישט ערליך, אדער נישט פרייליך, זאלן מיר זיך מאכן. מיר זאלן זיך נישט שפירן ווי פאפערס, ווייל מיר וועלן סוף כל סוף ווערן ערליך און פרייליך.

איך ווייס נישט צו דאס איז טאקע אזוי אין לעבן, ווייל איך פאפ מיך נאך מיט די וועלט צוזאמען שוין כעמט א לייף-טיים, און איך בין ליידער נאך נישט ערליך און פרייליך באמת...!

הלוואי, זאל איך ווערן אויס פאפער איין טאג, צו באמת ווערן ערליך און פרייליך, אין לעבן, אמן כן יהי רצון!
 
לעצט רעדאגירט:
הערליכע שיינע ארבייט, שמייכעל! שכויעך!!

אויב רבי אביגדור מילער וואלט געטראכט אויף זיך וואס איך טראכט אויף אין וואלט ער זיכרער זיך נישט איינגעהאלטן גיבן זיין מיינונג מיט א גראבע שפראך. כמבואר וועגן די זעקס מיליאן קדושים, גוים און שווארצע וכו'

איך דארף זיך איינהאלטן אדער ארויס געבן וואס איך טראכט?
פליז געב ארויס....
 
לעצט רעדאגירט:
חלק כ''ט: מצוה וחיוב צו ''ענדזשויען לייף'' און איינזעהן אז דאס לעבן אויף דער וועלט איז זייער גוט!

1750797597866.png

א געמאלן קינדער ביך מיט בילדער וויאזוי צו מחנך זיין קינדער פון אינגווייז אן אז דאס לעבן איז זייער גוט!

1750906552154.png

א בוך פון א תלמיד פאר ערוואקסענע וואס פאדערט צו ענדזוישען זיין וועלט, זיין מיינענדיג הקב''ה.


ר' אביגדור האט געהאלטן אז נישט נאר ג-ט איז גוט, ווי מיר האבן שוין אויסגעשמיעסט פריערט, נאר זיין בריאה איז אויך גוט.

אז מיר מוזן אזוי האלטן מכוח די ערשטע ווערסעס אין די תורה, 'וירא אלוקים את כל אשר עשה והנה טוב מאוד', עס שטייט נאך פסוקים אין בראשית אז עס איז גוט טוב מאוד אסך מאל דארטן. מילא האט ר' אביגדור אויסגעדרינגן א נייער מצוה וואס קיין איינער פאר אים האט נישט געזאגט. אז מיר מוזן האלטן אלעס אין די וועלט איז גוט!...

איך האב אבער שוין פריערט געשריבן אין חלק א' אז ר' אביגדור האט געהאלטן אז סברא ''קאמאן סענס'' איז מער פון א פסוק חומש מן התורה. מילא וועל איך דאס פרובירן מסביר זיין על פי שכל פארוואס מיר מוזן זיין שטענדיג פרייליך צופרידן און דאנקבאר אויף אלעס אין לעבן.

דאס איז א שטיקל ברסלבער מהלך, אז מ'טאנצט און שפרינגט נא נח נחמן מאומן און מ'זאגט תיקון הכללי, ''און דער רבי וועט שוין ארויסשלעפן פון שאול תחתית אדער גיהנום מיט די פיאות...''. אבער ר' אביגדור האט דאס מסביר געווען על פי גשמיות אויכט נישט נאר על פי רוחניות.

איי וויאזוי קענען מיר זאגן אז קענסער איז גוט? וויאזוי קענען מיר זאגן אז א האלאקאויסט איז גוט? איז די תירוץ אז רוב פון אונזער לעבן איז נישט קענסער און נישט האלאקאוסט!

מיר פאפן זיך אז טאמער בלאזן מיר אויף אונזער שלעכטס אויף אונזער גוטס, דאס צו אינפלעיטן אז מיר זאלן זיין דעפרעסט. אוודאי גייען מענטשן דורך גאר שווערע פיין און צרות! אבער רוב פון לעבן איז געשמאק גוט און גאר באטעמט.

ר' אביגדור האט געצהט אז מ'זאל זיך זעצן עסן אייזקריעם כאטש דאס איז נישט געזונט אויב מ'איז אנגעזעצט!

ר' אביגדור פלעגט עצה'ן דעם פסוק פון שלמה המלך, 'ביום טובה היה בטוב' אז ס'גייט דיר גוט, אטעם דאס אריין דעם גוטער גיסטע ווייל מארגן קען דיר ח''ו גיין שלעכט וועסטו נוצן אט דעם ''מעמארי'' זיך צו שפירן אביסל בעסער.

ר' אביגדור פלעגט זאגן אז מ'זעהט אז עס גייט שלעכט פאר אן אנדערן דארף מען דאס טראכטן אז פאר מיר גייט יא גוט! אוודאי זאל מען מתפלל זיין פאר יענעם, אבער מ'זאל אויך זיין ''סעלפיש'' און טראכטן ווי ''לאקי'' איך בין אז ביי מיר פאסירט דאס נישט ברוך השם! מ'טאר דאס נישט ח''ו זאגן, אבער טראכטן מוז מען דאס אבסאלוט יא! האט ר' אביגדור געהאלטן. איי מיר ווערן דאך סעלפיש מיט דעם מחשבה? האט ער געזאגט אזא סעלפישקייט צו דינען דעם באשעפער איז א גוטער ''סעלפישקייט''!...

ר' אביגדור האט געהאלטן ס'איז נישט מעגליך צו דינען השם יתברך אז מ'ענזשויט נישט לייף!

א פארקוועטשער פרוש וואס איז פארקנייטשט דעם שטערן און כל היום שרוי בתענית ובסיגופים האט נישט די זעלבער הכרת הטוב צום אייבערשטן ווי איינער וואס פרעסט א גוטן שטיקל סטעיק האט ר' אביגדור געהאלטן. כאטש ער אליינס אויף זיך האט זיך געפירט בפרישות האט ער געהאט אויטלעטס ווי ער האט אבסאלוט יא ענדזשויט לייף ווי זיינע טעגליכע שפאצרין חוק ולא יעבור!

ר' אביגדור פלעגט זאגן אז ברכות זענען ווי געלט וואס מיר צאלן איידער אדער נאכ'ן הנאה פון עפעס אויף די וועלט, איז אויב איינער זאגט א פארקוועטשטן מרה שחורהדיגן ברכה, איז דאס פאלשע געלט... ווייל יענער איז נישט באמת פרייליך! זענען מיר דאן ווי גנבים וואס קויפן איין מיט פאלשע געלט מכל טיב וטוב אויף די וועלט!...
 
לעצט רעדאגירט:
א פארקוועטשער פרוש וואס איז פארקנייטשט דעם שטערן און כל היום שרוי בתענית ובסיגופים האט נישט די זעלבער הכרת הטוב צום אייבערשטן ווי איינער וואס פרעסט א גוטן שטיקל סטעיק האט ר' אביגדור געהאלטן.
הייליג!🤣
 
מסתם די פארקוועטשטע פרושים האבן אויך הנאה פון זייער פיראכץ, אפשר מער פון די סטעיק פרעסערס, ווייל זיי באקומען אסך כבוד פון סאסייעטי פאר'ן זיך פירן אזוי. אבער יו געט מיי פוינט, אז דער עיקר איז צו הנאה האבן פונעם לעבן!
 
ייל זיי באקומען

ווייל זיי באקומען אסך כבוד פון סאסייעטי פאר'ן זיך פירן אזוי.
נעה, כ'קאן די חברה גוט זיי טוען עס לשם צוקוועטשקייט וסוף הכבוד לבוא, דאס עצם צוקוועטשקייט גיבט זיי אומגעהויערע תענוג און ווער רעדט נאך ווען ס'מאכט זיך עפעס א צוקוועטשטע מו"צ'ל וואס האט נאך א טשענס צו צוקוועטשן א וואלנערבעל שאלה פרעגער אה דאס אידאך ממש מעין זיין עולם הבא
 
חלק ל': בשבילי נברא העולם!

1750850178964.png

אילוסטראציע בילד: ר' אביגדור האט געלייענט בלויז די ''העדליינס'', די קעפלעך, פון די אלגעמיינע נייעס.

ווי מיר האבן שוין באשריבן אין חלק ט' איז ר' אביגדור אבסאלוט נישט געווען קיין ראסיסט כאטש ער האט זיך געקאכט אז אידן זענען הייליגער ווי גוים, ווייל ציונים און פרייע אידן האט ער יא געהאסט און גאר געהאלטן פאר ערגער פון גוים!

ר' אביגדור האט נאר געהאלטן אז ערליכע אידן שומרי תורה ומצות זענען דאס אויבערשטע שטעסל פון בעלי חיים אלץ כוהני השם יתברך וואס מיר לויבן און דאנקן ס'מערסטע השם יתברך!

דערפאר האט ר' אביגדור אנגענומען מיט אן אמת דעם מאמר חז''ל אז, אין פורעניות בא לעולם אלא בשביל ישרא'! דהיינו אז די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום איבער אונז ערליכע אידן שומרי תורה ומצות. אלעס כדי מיר זאלן תשובה טאן, זיך פארבעסערן די וועגן פון לעבן!

דערפאר האט ר' אביגדור יא געלייענט די נייעס פון אלע צייטונגען, אבער געזאגט אז מ'זאל זיך נישט קאכן אין די איבעריגע פאליטיק, נאר די ''העדליינס'', ווייל די שרייבער לייגן אריין זייער מיינונג אין די נייעס. דאס צו פארענטפערן און פארדרייען.

אבער ר' אביגדור האט געהאלטן אז עס א חיוב ומצוה מיטצוהאלטן אלע נייעס פון די גאנצער וועלט, אפי' אין כינע אדער ניו זילאנד!

ווייל דאס איז אלעס א מוסר השכל אלעס פאר אונז ערליכע אידן צו ווערן בעסער אין לעבן!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ל''א: ר' אביגדור'ס מלחמה קעגן ''געיז'' אבורטאציע און תועבה.

1750861114350.png


הרב יודא לעווין שליט''א, דער קנאי הדור, שלוחא דרחמנא ודרבנן פון ר' אביגדור, לוחם צו זיין קעגן אלע תועובה געזעצן.

אנדערשט ווי סאטמאר וואס מישן זיך נישט ביי די גוים ווייל מיר זענען אין גלות, האט ר' אביגדור יא געהאלטן אז מיר דארפן זיך קימערן און טראגן אן אחריות אויף די סביבה ארום אונז אפי' זיי זענען גוים אז זיי זאלן זיין ערליך צו היטן די ''בעסיק'' מאראלען וואס איז א חלק פון די שבע מצוות בני נוח זייער טייל פון תורה ומצוות כלפי הקב''ה!

ר' אביגדור איז געווען זייער אויסגעשפראכן קעגן סאטמער און באבוב, די 2 גרויסע חסידות'ער, ''בלאק-וואוטס'' בלע''ז, וואס האבן אינדארסירט לינקע ליבעראלע אנטי-תורה לייף סטייל, פרא תועבה, קאנדידאטן, ווי קואמא דער פאטער, און קאטש, וכדומיהן, אלעס פאר א נזיד עדשים, שוחד פון מיליאנען אין רעגירונג פראגראמען, און הילף פאר אנדערע ענינים בגשמיות. אבער ברוחניות האבן זיי געמאכט א חורבן עולם! דאס האט ר' אביגדור געטאן צוזאמען מיט דער אהרונישער פארפיינטעטער, פוסק זקן וגדול הדור, הגאון הצדיק רבינו רפא' בלום, קאשוי רב וראש ישיבה זצוק''ל.


1750903334906.png


דער הייליגער קאשוי רב זצוק''ל אויף וועמען דער אהרוני האט געסטראשעט אז ''כ'וועל אים אריין געבן אין זיבעטן ריפ אריין...!''. אויפ'ן חטא פאר'ן מוחה זיין קעגן אראפ נעמען די מזוזות פון שערי חמלה און ארויסרייסן דעם שם השם יתברך פון דעם חינוך קאריקולעם ווען עס איז געווארן א פובליק סקול גענצליך אונטער'ן רעגירונג'ס רשות וואס זיי טיילן אפ שטאהט פון רעליגיע.

אינטערסאנט אז ביים קרית יוא' סקול דיסטריקט פרשה האט זיך ר' אביגדור נישט געוואלט אריין מישן, צו העלפן דעם קאשוי רב זצוק''ל. אדרבה ער האט גאר געשריבן א בריוו צו שטיצן דעם ברך משה. ווייל ער האט געהאלטן, אז דאס איז אן איינמאליגער עוולה פון אראפנעמען מזוזות און טוישן די חינוך קאריקולעם פון שערי חמלה, ארויסצונעמען דעם שם השם יתברך, פון אט די גייסטיש אומסטאבילע באגרעניצטע קינדערלעך פאר'ן היתר אז עס איז פאר זייער רפואה...

ר' אביגדור האט אוודאי געהאלטן אז די ברך משה האט געטאן א עוולה, א טעות. אבער ער האט אויך געהאלטן אז דעם בייראך'ס מתנגדים די בני יוא' האבן דאס אויסגענוצט, צו געווינען זייער מלחמה קעגן דעם ברך משה, אז ער האט אויף זיי ארויפגעצווינגן זיין עלטסטער זוהן, דעם אהרוני אלץ רב בקרי. אהרן איז דאך אן איידעם אין וויזיניץ, ביי די אגודה. און זיין ווייב סאשע רעדט עברית געהעריג אינדערהיים, א טמא'נער שפראך לויט די קנאים. ווי אויך האט זיך שוין ארויסגעוויזן ווער אהרן טייטלבוים איז, אזש א מוישע גאבע אליינס האט אים געדראפט, און גרויס געמאכט זיין קליינער ברודער זלמן לייב.

ר' אביגדור האט דאן געהאלטן אז די עיקר היץ און העצע ביים קרית יוא' סקול דיסטריקט פרשה, איז דאן געווארן געטריבן בעיקר אונטערצוברעכן די כח התורה רבנות והנהגה פון ברך משה אין סאטמאר, ווייל דאן איז נאך נישט געווען קיין זאלי, אפי' משה מנחם טירנויער און ר' ישרא' חיים מנשה פריעדמאן זצ''ל זענען דאן געווען בעד דעם בייראך, מתיר צו זיין דעם סקול דיסטריקט. ר' זלמן לייב טייטלבוים דער אינגערער ברודער פון אהרנען האט נאך דאן געוואונט אין בארא פארק, זייענדיג זייער א שטילער רב פאר די מאדערענע אבער גאר רייכע מגולחים דארטן, ווי דער אלטער ביסטריצער, דער מולטי ביליאנער און דער זאלי ראש הקהל מענדל שווימער מיט'ן מוזיק קאמפאזער, אנטשי פרידמאן'ס שותף, דעיוויד'ס פאטער, און די קארפינקל ברודערס, וכו' וואס זייערע אלע קינדער זענען געווארן ליטפאקעס. אבער שטאמען פון סיגוט אינדערהיים, וואס איז געווען זייער א מאדערן אפגעפארן שטאהט. און שפעטער דעם בייראך מוישע'ס שוהל.

אבער צוריק צום ענין פון שטיצן תועבה קאנדידאטן אין סאטמאר, האט ר' אביגדור יא געהאלטן ווי קאשוי אז מ'מוז מוחה זיין אפגעזעהן די הערצה און רעספעקט וואס ער האט געהאט פאר'ן בייראך מוישע. זיי ביידע, קאשוי און ר' אביגדור האבן געמאכט עפענטליכע מוחאות קעגן ר' משה דוד נידערמאן ר' חיים משה שטויבער און נאך עסקנים פארטרעטער פונעם בלאק-וואוט יענע יארן.

ר' יודא לעווין, איז א חשובער אינגערמאן אין פלעטבוש, וואס ער האט זיך געדרייט ביי ר' אביגדור, ער קען זייער א גוטער ענגליש. האט ער גערעדט ביי די אלע מחאות קעגן תועבה.

די תורה הקדושה רופט אן משכב זכר תועבה, דהיינו אומווערדיג פארמיאוסט. און הגם אבורטאציע, איז מותר פאר אונז אידענעס, אויב די מאמעס זענען אין סכנה פונעם עיבור, האט ר' אביגדור געהאלטן אז רוב אבורטאציעס, היינט צוטאגס, איז נישט צוליב די סכנה פון די מאמעס, נאר זיי זענען מופרץ בזנות, מילא מאכן זיי אבורטאציעס, נישט צו דארפן קער נעמען פון אזויפיל קינדער וואס ווערן געבוירן פון זיין מופרץ בזנות ליידער. מילא איז אבורטאציעס, לויט ר' אביגדור, אויך אין כלל פון תועבה, על פי רוב.

בכלל האט ר' אביגדור געהאלטן אז מיר האבן א חיוב צו מאכן אז די גוים זאלן היטן די שבע מצוות בני נוח, און אבורטאציע איז לויט אסך ראשונים איינע פון די זיבן מצוות זייערע.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ל''ב: ר' אביגדור'ס 'קירוב' ארבייט, נישט ווי חב''ד ליובאוויטש, נאר מער ווי אור שמח ואש התורה.

1750891847528.png


הרב נח וויינבערג זצ''ל, מייסד אש התורה, פארעכנט אלץ דער פיאנער פון די בעלי תשובה ''מאוומענט' וקירוב רחוקים באוועגונג.

ר' אביגדור האט געהאלטן ווי סאטמאר קעגן חב''ד, אז מיר זאלן נישט גיין צווישן גוים און די פרייע גאס צו לייגן תפילין מיט פרייע אידן, און אנצינדען שבת ליכט מיט אומצניעותדיגע שיקסעס. אבער ער האט יא געהאלטן פון ארויסגיין צו די פרייע וועלט, און זאגן פאר גוים אז זיי מוזן היטן שבע מצות בני נוח, און צו די אידישע פרייע עמי הארצים זיי זאגן וועגן זייער מסורה. די שיינקייט פון אידישקייט!

ר' אביגדור פלעגט גיין שבת נאכמיטאג מיט זיין קהילה אויף 'קינגס הייוועי' אראונד די קארנער פון זייער שוהל מוחה זיין און רעדן שיין מיט די פרייע אידישע געשעפטן אייגנטומער, אז זיי זאלן היטן שבת קודש, מכוח ערבות! א פרייער איד האט ר' אביגדור געהאלטן איז אונזער ברודער. און אז עס איז נישטא קיין גרעסערע הנאה פון א טאטע אויב מ'קערט אים צוריק זיין פארלוירן קינד.

ר' אביגדור זייענדיג אליינס אן אמעריקאנער געבוירענער האט געוויסט אז אלע פרייע אידן זענען נעבעך תינוק שנישבו עמי הארצים. איבערהויפט די יוצאי רוסי' אין יענער געגענט ארום פלעטבוש, זענען ליידער קרבנות פון סטאלין'ס קאמוניזם.

ר' אביגדור האט אונז אויפגעפאדערט צו סובסקרייבן פרייע אידן צו פרומע ליטעראטור. ווי למשל צו דעם ענגלישן 'יתד נאמן' פון פיני ליפשיץ פון מאנסי.

ר' אביגדור פלעגט אייביג זאגן, אז עס איז נישטא קיין גרעסערע זכות פון קירוב ארבייט, ווייל אפי' דו אליינס ביסט א גוי גמור, אבער מיט דעם וואס דו ביסט מזכה אן אנדערע איד צו טאן א מצוה גייט דאס ארויף אויף דיין קאנטע!

ר' אביגדור האט זייער געהאלטן פון די סאטמערע שיטת תלמידי החתם סופר ז''ל פון התבדלות מרשעים, דעריבער האט ער נישט ''ענקארעדזשט'' צו לייגן תפילין און טאן מצות סתם מיט פרייע אסימילירטע אידן, ווי חב''ד, נאר אוועק שטיין פון פרייע אידן ווי מער. ווי ר' אביגדור פלעגט אייביג זאגן חייך קודמין, אז קודם דארפן מיר מאכן 'קירוב קרובים', דהיינו, מיט זיך אליינס.

אבער ר' אביגדור האט שטענדיג געפאדערט פון אונז אז מיר זאלן צייגן דאס שיינקייט פון תורה ויהדות. בעיקר דורך זיך פירן שיין, דהיינו ''לידען ביי עקזעמפל''! מאכן א קידוש השם יתברך ווי אימער מיר גייען, איבערהויפט איצט ווען מיר פארן צו די קאנטרי, מיר ''טרעוועלען'' מער ארויס פון אונזער געטא, זאל מען האבן אינזינען זיך צו פירן הייליג העכער און בעסער ווי די גוים, כדי די פרייע אידן און פרעמדע בני נוח גוים זאלן איינזעהן אז אינזער ג-ט איז הייליג; וועלן זיי אים אלע אויך דינען, יוצא צו זיין זייערע מצות, איטליכער פון זיי, לויט זייער חוב!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ל''ג: זיך נישט שפירן געפאלען פון דורכפעלער נאר אדרבה זיי אויסנוצן צו אונזער ריווח צו שטייגן פון זיי!

1750894551970.png


ר' אביגדור איז געווען זייער א פריוואטער מענטש, אבער פלעגט אייביג רעדן פון זיינע דורכפעלער, אז מ'האט אים ארויסגעווארפן פון היברו דעי סקול אלץ קינד כסדר זייער אסאך, און אז מ'האט אים נישט געוואלט הייערן פאר קיין שום זשאב, סיי נישט פאר טיטשערס און לימודי חול און סיי נישט פאר קיין רבי אין לימודי קודש. ער האט דאס פארציילט זייער ווייטאגלעך אז די וואס האבן אים אפגעזאגט זענען געווען זיינע אייגענע רביס. ער האט אפילו נישט געקענט טרעפן א זשאב צו פארקויפן ניוז פעיפערס וואס אלע קינדער האבן דאס געטאן בעת דעם דעפרעשען. ער האט אויסגעקוקט ווי א למח. ווי א יצמח מיט 2 לינקע הענט. געגעבן דעם אויסזעהן ווי א שלא מזל. כאטש ער איז געווען קלוגער וו יעדן איינעם.

אבער ער האט זיך אייביג אפגעווישט די נאז, און פרובירט עפעס ניי. אפי' די וועג וויאזוי ער איז געווארן א יונג איזראעל ראביי, איז געווען אז ער האט קודם פארגעלערנט פאר אסאך צייט א חומש רש''י חק שיעור, און מ'האט געזוכט א ראביי, ער איז געווען דער בעל קורא סיי ווי סיי און דער מגיד שיעור האט מען אים אויפגענומען קודם פאר פראבע א סך יארן. ביז ער איז געווארן אן עמטליכער אפיציעלער רב.

אבער ער האט אייביג געשפיגן בלוט, ער האט געהאט אסאך מתנגדים, אפילו ווען ער איז שוין געווען א וועלט בארימטער רעדנער סוף ימיו דורך די טעיפס, האט ער פארציילט אז מענטשן לויפן אוועק פון אים צוליב זיין סאטמערע אנטי ציונות קנאות און סתם אויסגעשפראכענע שיטות קעגן עוואלוציע מיט זיין רעדן אזוי פרעך קעגן די האלאקאוסט קדושים.

אבער די אלע דורכפעלער האבן אים געבויט מער און שטערקער!

ער האט פון אונז פארלאנגט צו נעמען יעדן דורכפאל, נישט צו אבסעסירן דערויף, און חלילה ווערן דעפרעסט, אראפגעקלאפט, נאר פון פריש אנהייבן פון דאס ניי. אין הכי נמי דאס טוהט זייער וויי, עס לאזט אונז נישט ווייטער גיין מיט'ן לעבן, די דורכפעלער, ווער רעדט נאך אנציהייבן פון פריש, צו א פרנסה וואס מ'האט פארלוירן צו ח''ו א גט וואס מ'איז דורך צו עני אנדערע בושה אין לעבן. אבער ר' אביגדור האט געזאגט ''איך בין אן אלטער מאן איך זאג אייך צו אז גם זה יעבור! - איר וועט נאך לאכן פון אלע אייערע פראבלעמען נישט קיין חילוק ווי צערדיג איר פילט איצט''!

ר' אביגדור האט צוגעלייגט, אז די עיקר איז נישט צו טאן גארנישט ווען מ'האט א דורכפאל. שווייגט שטיהל. רעדט נישט צו קיינעם וועגן אייערע דורכפעלער, אפי' נישט פאר'ן ווייב, און ספעציעל נישט פאר'ן ווייב... ווייל מיט'ן טאהן סיי וואס איבער די פראבעלם, מאכט איר דאס נאר נאך ערגער.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ל''ד: ואברכה מברכיך; בענטש יעדע ערליכע שומר תורה ומצות איד, אפילו יענער פאלט דורך מיט גאר הארבע זינד ה''י!

1750950100250.png


ר' אביגדור איז געווען א כהן מילא איז ער ביזי געווען מיט בענטשן אנדערע. אבער ער האט געזאגט אז דאס קומט פונעם אלטן פון סלאבאדקע, אז ער פלעגט גיין מיט די בחורים אויפ'ן גאס פלעגט ער זיך אפשטעלן ביי הייזער און פשוט מתפלל זיין בדרך ברכה, אז בזה הבית לא יבוא שום צער ונזק, און יעדער זאל דארטן זיין געזונט און שטארק, לעבן בשלום בית, נחת פון די קינדער, פרנסה בריווח, און אזוי ווייטער.

איך האב דאס נישט פארשטאנען קיינמאל, אבער קען זיין אז וועגן דעם האט ר' אביגדור געהאלטן אז דאס איז וויכטיג, כדי מ'זאל לעבן באהאפטן צו ערליכע אידן, מ'זאל זיי ארויפקוקן.

דאס האט מיך זייער נערווירט, ווייל אלץ סאטמערער געבוירענער חסיד, האט מען מיך אויסגעלערנט אז מ'דארף מוחה זיין קעגן עושי עוולות אנדערשט ווי בעלזע לובאוויטשע וואס גייען בדרכי נועם, פון 'על כל פשעים תכסה אהבה', ווי זיי גייען זיך אום צו יעדן איד, אחוץ ווען מ'טשעפעט זייער עבודה זרה פארטיי רבי. - האט מען ביי אונז אין געלערנט אז דער רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע, זאל האבן געזאגט 'ימח שמו', אויף הרב קוק, אפי' ער איז געווען א רב בישרא' און קען טאקע זיין, אז דייקא דערפאר!

אבער ר' אביגדור האט געהאלטן אז מ'טאר נישט רעדן שלעכטס אויף אן אנדער'ן פרומער איד! אפי' יענער באגייט שרעקליכע עוולות. נאר אדרבה מיר מוזן זיי בענטשן. קען זיין ווייל ''אווער-אלל'' איז הרב קוק דאך געווען א פרומער איד. אן עובד השם יתברך. איי ער האט אראפגעפירט אזויפיל אידן צו ווערן פאלנע טמא'נע ציונים'לעך? קען יעדער איינער זינדיגן, ווי עס שטייט אז 'אין צדיק בארץ אשר לא יחטא', אפי' משה רבינו, דער הייליגסטער מענטש אין היסטאריע און וואס גייט נאר אמאל זיין, האט אויך געזינדיגט!.

אדרבה, 'כל הגדול מחבירו יצרו גדול מן הזולת', ווי מ'זעהט ביי דוד המלך ע''ה, דער נעים זמירות ישרא', אז ער האט געגלוסט בת שבע, אבער, 'כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה'.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ל''ה: די נאכאנאנדיגע ניסים פון די טאג-טעגליכע פשוטע דרך הטבע'דיגע נאטור מוזן אין אונז אויך ערוועקן די זעלבע אמונה גענוי ווי ביי יציאת מצרים ופרשת המן!

1751385735615.png

דון יצחק אברבנאל האט צוריקגעשטעלט די אמונה אין אידישע קינדער'ס הערצער נאכ'ן טראגישן גירוש שפאניע ווי הונדערטע טויזענטע אידן, ס'רוב ומנין ובנין פון כלל ישרא' האט זיך ליידער געטויפט צו שמד אוועק פון חיי תורה ומסורה.

ר' אביגדור פלעגט אייביג נאכזאגן דעם הייליגן 'אברבנאל', אז די מכת מצרים איז געווען א דרך הטבע'דיגער ערשיינונג. מילא האט פרעה זיך נישט געבראכן ארויסצולאזן די אידן פון מצרים. ביז ס'איז שוין געווען מכת בכורות אז זיי זענען אלע געשטארבן, די בכורות מיינט מען נאך די פרעהס אליינס.

דאס זעלבע פירט אויס ר' אביגדור איז היינט צוטאגס וואס מיר האבן מער נישט קיין ניסים פון אמאל ווי מן במדבר קריאת ים סוף און אזוי ווייטער מוזן מיר זעהן דעם אייבערשטן, דעם יד השם, פון די דרך הטבע'דיגע ''מאנדעין'' טעגליכע געשענישן פון קאר עקסידענטס, קענסער הויך בלוט דרוק און דייבעטיקס וכו'. דאס דארף זיין אונזערע מכת במצרים וואס דער אבארבענעל טייטשט אז דאס געווען נישט מער פון טבע נאטור אבער ויכבד את לב פרעה. מיר זאלן נישט זיין ווי פרעה. נאר יא תשובה טאן, און זיך פירן ערליך ווען מיר זעהן אזויפיל צרות ארום אונז השם ישמרינו.

*

אויף דעם אבארבנאל וואס ר' אביגדור פלעגט זיך קאכן, דארף איך צוברענגן א גאר שיינער 'משך חכמה' וואס איך האב געזעהן לעצטענס.

1751386408678.png

ר' מאיר שמחה דער אור שמח ומשך חכמה; ביידע ספרים איז זיין נאמען בראשי תיבות; שמ''ח און מש''ך.

דער הייליגער אור שמח וואס איז אויך געווען דער משך חכמה, ר' מאיר שמחה הכהן מדווינסק זצוק''ל איז געווען דער ליטווישער רב אין דעם פוילישן שטעטל דווינסק, דער חסידישער רב איז געווען א חב''דסקער לובאוויטשער חסיד דער הייליגער ראגאטשאווער גאון!... איר קענט זיך שוין פארשטעלן אז די משך חכמה איז ניט געווען קיין קטלא קניא אז ער האט זיך געמוזט פארמעסטן מיט אזא חסידישער גאון, וואס ער זייענדיג א ליטווישער רב, האט ער דאך זיך געמוזט ''קאמפיטן'' צו זיין א גרעסערער תלמוד חכם פון זיין חסידישער קאנקורענט...!

הקיצור צוריק צו זיין ווארט:

לכוארה איז דאך א סתירה, ווייל איינמאל שטייט אין חז''ל, 'כל הקורא הלל בכל יום הרי זה מחרף ומגדף', און א צווייט מאהל שטייט אן אנדערע מאמר חז''ל: 'כל האומר 'תהילה לדוד' בכל יום שלוש פעמים - מובטח לו שהוא בן העולם הבא', איז וואס איז הלל אנדערשט פון אשרי, ביידע רומט מען דאך דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים? זאגט ר' מאיר שמחה אז הלל איז אויף ניסים, אבער אשרי איז אויף דרך הטבעדיגע חסדים, ווי 'פותח את ידיך ומשביע לכל חי רצון', אז דער אייבערשטער שיקט געלט אויב מ'ארבייט פון 9 אינדערפרי ביז 5 נאכמיטאג. דאס איז נישט קיין נס. אין הכי נמי כלפי'ן אייבערשטן איז דאס פונקט אזא נס ווי קריאת ים סוף פון הלל, די פרנסה פונעם מענטש פון אשרי. אבער פאר אונז מענטשן איז דאס א גרויסער חילוק.

פירט אויס ר' מאיר שמחה ז''ל: אז מיר מענטשן מוזן פאקוסירן אינזער עבודת השם טעגליך אויף די פרנסה וואס דער אייבערשטער גיט אונז, מיר טארן נישט זיין ווי ליידיגייער, זיך פארלאזן אויף ניסים פון קריאת ים סוף. נאר ארויסגיין ארבייטן און טאקע דריי מאל א טאג דאנקן ג-ט פאר די זשאב וואס מיר האבן ברוך השם!

ר' אביגדור פלעגט זייער האקן אויף די צדיקים וואס שנארן, ד''ה, זיי פארלאזן זיך אויף אנדערע, אבער זיי אליינס ארבייטן נישט פאר פרנסה! ווי מיר זעהן פון דעם משך חכמה, אז איינער זאגט סתם אזוי הלל, דאס הייסט אז ער איז זיך 'סומך על הנס', איז ער נישט נאר נישט קיין מאמין בהקב''ה, נאר איז גאר א 'מחרף ומגדף' כלפי מעלה ה''י רח''ל!

אוואדאי מוזן מיר האבן 'אמונה ובטחון', אז דער גוטער ג-ט ברוך הוא; דער וואס האט געהאלפן ביז איצט, וועט אונז בלי צל של ספק כל שהוא, ווייטער העלפן! מיר טארן זיך נישט זארגן, סתם אזוי, וואס וועט זיין מארגן, - אבער דאס מוז קומען צוזאמען מיט אונזער השתדלות פון ארבייטן ביטער שווער פאר פרנסה!

און בלויז אויף אשרי איז דא די מאמר חז''ל, אז; כל האומר שירה להשם בעולם הזה, זוכה ואומרה גם לעולם הבא, שנאמר "אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה"; אמן!

ווי די באקאנטער ווארט פונעם ברך משה ז''ל, אז די סגולה פון זאגן פרשת המן ג' בשלח, איז בלויז, אז מ'שטייט אויף פארטאגס דאס זאגן, און מ'לויפט תיכף דערנאך שווער ארבייטן פאר פרנסה!...
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ל''ו: ובני ישראל פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאד מאד ותמלא הארץ אתם! - ר' אביגדור האט גאר שטארק געשעצט די סאטמערע חסידים וואס האבן אסאך קינדער געבורטן

1751471629051.png


אילוסטראציע בילד פון היימשע טאטעס מיט זייערע קינדערליך.

כאטש ר' אביגדור אליינס האט בלויז געהאט 5 קינדער, האט ער געוואלדיג אויסגערימט און אויסגעלויבט די וויליאמסבורג סאטמערע משפחות, פון עוורעדזש 12 קינדער, בעיקר פון יענע צייטן. ערשטע און צווייטע דורות מלחמה געליטענע טאטעס, אבער היינט צוטאגס איז דאס שוין געפאלן אין וויליאמסבורג. ווייל די גרויסע פאמיליעס מופען ארויס קיין מאנדרוי מאנסי לינדען זשערסי-סיטי סטעטן איילענד בלומינג גראוו בלומינגבורג לעיקוואד און אנדערע ישובים צו וואונען מער ברחוותדיג ווי אין ווילאמאסבורג. אבער עס איז אייביג געווען מער אויפגעקלערטע אין וויליאמסבורג גופא, וואס האבן נישט געהאט סתם אזוי סאך קינדער אין די וועלט אריין. נאר געהאט ווייניגער, ווי ר' אביגדור אליינס.

ר' אביגדור האט חוזק געמאכט פון די קאריערע פרויען וואס מאכן געלט אדער עסקנען ארום פאר אנדערע און געבן זיך נישט אפ מיט'ן פאמפען נאך א בעיבי יעדעס יאר פון פריש. ער האט בפירוש זיך ארויסגעזאגט קעגן דעם ''פעמאניסטישן'' נייעם מאדע, אז פרויען לייגן תפילין וציצית, און לערנען פלייסיג חומש רש''י גמרא און נ''ך, און דאווענען 3 מאל א טאג אין שוהל... ר' אביגדור איז געווען א בעל דרשן אין אסאך בית יעקב שולעס, ווי דארטן האט ער גערעדט, אפען צו די בתולות ישרא', אז זיי זענען די קומענדיגע אימהות פון אונזערע ערליכע אידישע דורות, אז זיי זאלן זיין תמימות'דיג, און געבן דאס הארץ אין נשמה, ווי איידער דאס מוח אדער גוף, ווי די זכרים צו בויען כלל ישרא'! ר' אביגדור האט שטענדיג געזאגט אז א פרוי קען געבן פאר'ן קינד וואס א מאן קען נישט און א זכר וואס א פרוי קען נישט. ער האט געטענה'ט אז די גופניות'דיגע חילוקים איז משפיע אויף אונזערע רוחניות'דיגע שטריכן טאלאנטן און מעגליכקייטן.

ר' אביגדור איז נישט נאר געווען אחד בפה ואחד בלב, נאר אנגעקאללט יעדן ערב פסח דעם וויליאמסבורגען חושבער אינגערמאן, הרה''ח ר' אברהם זילבערשטיין שליט''א, בן האי גאון צדיק וחסיד רבינו נתן דוד זצוק''ל, רב ואבד''ק שערי תורה, א סאטמערער חסיד וואס פלעגט דרייווען דעם ביקור חולים באס קיין מאנהעטן, היינט איז ער ר' נחמן בראך'ס גאבע. - אז ער זאל אויסטיילן א ריזן סכום געלט 'קימחא דפיסחא' יעדעס יאר; אבער בלויז פאר משפחות וואס האבן מער ווי 7 קינדער קיין עין הרע! ר' אביגדור האט דאס צוזאם געזאמעלט פון זיינע גאר רייכע ספרדישע עשירים, וואס זענען געווען זיינע געשוואורענע אנהענגער. עס איז געווען זייער א גרויסער סומע, פון דרייסיג ביז פופציג טויזענט דאלער, בערך, אבער יעדעס יאר אנדערשט.

ר' אביגדור פלעגט זיך אויסדרוקן אז דאס וואס די סאטמערע חסידים האבן אסאך קינדער איז א שטיק נקמה אין היטלער ימ''ש, וואס האט געוואלט פארטיליגן אונזער פאלק, און עס האט זיך נישט אויסגעארבייט. ר' אביגדור האט געזאגט אז מיר דארפן צוריקשטעלן לכל הפחות זעקס מיליאן בעיביס צו ערזעצן די קדושים וואס די נאציס האבן אויסגעשאכטן...!

ר' אביגדור פלעגט חוזק מאכן פון ''בוירטה קאנטראל פילן'', אבער דווקא ווי אויבן געשמועסט קעגן די 'פעמאניסטן' וואס ווילן נישט בלייבן ''סטאק'' אין שטוב זיך אפצוגעבן מיט אסאך קינדער, צו קאכן און קער נעמען פון זיי. אבער אויב איז דאס צוליב 'מענטל העלטה' פון די מאמעס, האט ער חלילה וחס נישט דאס קיינמאל אוועקגעמאכט!

אדרבה, ר' אביגדור פלעגט שטארק האקן אויף די מענער וואס ערווארטן ליבע פון זייערע אויסגעמאטערטע ווייבער, די מאמעס פון זייערע קינדער, אז זיי זאלן זיי ליבן ווי גוירל-פרענדס ליבן זייערע ''שוגער דעדיס'', ער האט געגעבן איין גוטער עצה, אז ווען דער מאן קומט אהיים פון א טאג שווערע ארבייט צום שטוב, נאך א שווערער טאג ארבייט פון געשעפט אדער אין אפיס צו אין 'ווערהאויז' אדער אויפ'ן ''ראוד'' וכדו', זאל מען טראכטן בעת'ן דרייען דאס הענטל פון טיהר אז איך גיי איצט כאפן פסקים שרייערייען און וויינערייען פונעם ווייב אבער איך גיי נישט ענטפערן ווילד קיין איין ווארט נאר צייגן מיטלייד, אמתדיג? טאקע? און דאס ווייב וועט זיך בארואיגן נאך א פאר מינוט וואס זי וועט זעהן און שפירן אייער מיטלייד פון בלויז איין ווארט ''אמת?'' ''טאקע?'' אדער WOW!

פארשטייט זיך אז ר' אביגדור האט געהאלטן ווי יאפפעד.ארג אז מ'מוז לערנען לימודי חול מיט די קינדער. און ווי די 2 עלטערע גאר חשובע תלמידי חכמים ותלמידי רבינו פון די ערשטע סאטמערע תלמידים גראד נאכ'ן האלאקאוסט, הלא הם הרב החסיד רבי יונה לאנדא שליט''א, 'דער איד' שרייבער און דענקער. והרב החסיד המחנך והעסקן רבי שאול קליין שליט''א 'די צייטונג' שרייבער און איצט 'קול מבשר' פאדקעסטער, - זענען ביידע מעיד: אז ביי מרן רביה''ק מ'סטאמאר, דער בעל ויוא' משה זי''ע, אליינס, האט מען אויך יא געלערנט מער ענגליש יענע צייטן, מיט זיינע תלמידים אין זיינע מוסדות; דאפעלט ווי היינט!

אזוי ארום, אז ווען די קינדערלעך, ווערן טאטעס פון אסאך קינדער, זאלן זיי קענען רעכענען און רעדן ענגליש אין ביזנעס געהעריג, כדי צו קענען האבן א פרנסה, וויאזוי צו מאכן געלט, צו אויסהאלטן אזוי סך קינדער. ער פלעגט האקן אויף די אלע ליידיגייער, די באנק קוועטשער, די ליטווישע בנעי טרח, מיט די ירושלימער שנארערס, אז זיי שטארבן אינג ווייל זיי מאכן נישט קיין געלט גענוג צום לעבן!

אסאך וועלן טענה'ן אז אויב מ'האט אסאך קינדער אין א משפחה קען מען זיך נישט אפגעבן מיט יעדעס איינציג קינד גענוג ווי אויב יענער וואלט געווען א בן יחיד, אויף דעם האט ר' אביגדור געטענה'ט אז עס איז שטותים, ווייל אדרבה, א בן יחיד האט מער פראבלעמען נפשיות'דיג. ער האט געזאגט שטענדיג אז ס'איז דא מער סועסיידס אויף מעדיסאן עוועניו אין מאנהעטן, ווי עס וואוינען די רייכסטע משפחות פון די גאנצע וועלט, און אויך האבן זיי די קלענסטע צאל קינדער, פער פאמיליע; ווי אין גאנץ בראנסוויל, דער ארימסטער געגנט פון די גאנצע וועלט, אין ברוקלין ניו יארק, ווי מ'האט קינדער ''ביי די דיים א דאזען'', נאכדערצו אסאך ''סינגל'' מאמעס, און זיי ווייסן ניטאמאל ווער זייערע טאטעס זענען...!
 
לעצט רעדאגירט:
ר' אביגדור האט געהאלטן ווי יאפפעד.ארג אז מ'מוז לערנען לימודי חול מיט די קינדער. אז ווען זיי ווערן טאטעס פון אסאך קינדער, זאלן זיי קענען רעכענען און רעדן ענגליש אין ביזנעס געהעריג, כדי צו קענען האבן א פרנסה, וויאזוי צו מאכן געלט, צו אויסהאלטן אזוי סך קינדער.
מיינסט צו זאגן אזוי ווי סאטמערער רבי דער בעל ויואל משה
 
חלק ל''ז: מ'דארף זיין א שמח בחלקו שטענדיג אז נישט מאכט מען זיך נאר אן צרות ופראבלעמען אן א שיעור!

1751484925663.png


פאריגער וואך האבן מיר געליינט פרשת קרח אין די תורה הקדושה, ער האט געהאט עשירות חכמה און כבוד אן א שיעור, אבער דאך האט ער מקנא געווען משה רבינו וואס איז געווען העכער אים. דאס צייגט אונז אז טאמער איינער האט נישט דעם איינעם מידה פון זיין ''שמח בחלקו'' קען יענער האבן אלעס אויף די וועלט אבער ער וועט אלעס אנוואורען און זיין די גרעסטער צרה לייט!...

ר' אביגדור פלעגט טענה'ן אז דער גרעסטער ארימאן דער גרעסטער חולה דער גרעסטער עם הארץ דער גרעסטער ''לוזער'' וויאזוי אונזער פרעזידענט טראמפ פאר לייפ ירום הודו רופט יעדן אן. דער גרעסטער ''שוואכער קאפ'' דער גרעסטער טיפש וכו' וכו' דארף זיך פרייען מיט וואס מ'האט יא.

ר' אביגדור האט אזוי געטייטש 'מה השם אלוקיך שואל מעימך? כי אם ליראה ולאהבה ולעבוד אותו בכל לבבך ובכל נפשיך'! פרעגן חז''ל, איז דען דאס אזא קליינע בקשה צו מורא האבן ליב האבן און אים דינען מיט'ן גאנצן הארץ און גאנצן זעהל?

ענטפערט די גמרא יא! עס איז גארנישט מיט גארנישט, ווייל פארוואס האבן מיר נישט מורא פון אייבערשטער און מיר ליבן אים נישט און מיר דינען אים נישט מיט אונזער גאנצער הארץ און זעהל? ווייל מיר זענען ''ביזי'' ארבייטן פאר פרנסה מאכן געלט האבן א שענערע קאר א שענערע ווייב א שענערע הויז א שענערע שידוך א שענערע דור א שענערע נאמען וכו' - ווי אונזער חבר שכן באס ארבייטער רבי תלמיד און שונא!

קיינער גייט זיך נישט אויפטוישן מיט קיינעם די גאנצע פעקעדזש דיעל פון לעבן, אבער אזוי איז עס אז מיר זענען געווייערט צו קוקן אויף די גראז פון די אנדערע זייט, און מיינען אז דארטן איז גרינער די קאליר ווי דא, מיין זייט וואס איך בין שוין צוגעווואונט צו מיין גוטס.

זאגט די גמרא די עצה פון דעם פסוק איז אז מ''ה פעלט אן א', מען דארף דאס לייענען דעם קרי, אלץ, 'מאה', אז מיר זאלן זאגן הונדערט ברכות א יעדן טאג, הונדערט זאגט ר' אביגדור מיינט נישט דווקא הונדערט, עס קען אויך זיין 101 אדער 99, עס מיינט צואזאגן אז מיר זאלן זיין שטענדיג פארנומען נאכאנאד צו זיין דאנקבאר פאר אונזערע גליקן אין לעבן. מילא וועלן מיר ניט האבן קיין צייט צו טראכטן וואס עס פעלט אונז וואס עס דוכט זיך אונז אז אנדערע האבן יא אדער אז זיי האבן דאס בעסער.

א מוח און א הארץ וואס איז שטענדיג פרייליך און דאנקבאר אויף וואס מיר האבן 'יא' קען נישט זיין קיין קורח. זשעלעס אויף משה רבינו.

כ'פארשטיי אז אין א היינטיגע מאדערענע וועלט ווי מיר זענען אזוי קאנעקטעד אויף סאשל מידיע און אפי' די השומרים פרומע חברה, וואס האבן נישט קיין טעקסט אויף זייערע פאונס זענען דאך מער פון אונז פארנומען צו געפעלען אנדערע אין שוהל אדער אויף ליע עוועניו. - איז זייער שווער צו זאגן אז מיר זאלן נישט קוקן ארום אונז נאר אין זיך אגאנצן טאג.

אבער ר' אביגדור האט געגעבן פראקטישע עצות פאר דעם אז דאס זאל אנקומען גרינג צו ''עפרישיעיטן'' וואס מ'האט יא;

ר' אביגדור האט וועגן דעם געהאלטן פון שתיקה צו שווייגן דורך דעם וועט מען זיך נישט טענה'ן און ווערן א ניצחן מחלוקת.

ווי אויך האט ר' אביגדור געהאלטן פון מנוחת הנפש צו שלאפן גוט און עסן גוט. אז די גוף זאל נישט ווערן צעשאקעלט פון יעדן ציפ טראסק און פוש פון אנדערע אין געזעלשאפט.

ווי אויך זאל מען זיין פרייליך שטענדיג, דהיינו, אפילו עס געשענט עפעס שלעכט'ס צו אן אנדערן זאל מען זיך פרייען אז צו מיר האט דאס נישט פאסירט די טראגעדיע.

ווי אויך זאל מען ניט לייענען קיין צייטונגען, נאר די העד-לייענס, ווייל די אלע זשורנאליסטן מאכן פרנסה פון אונז אויפהייטערן מיט סקאנדאלן. אוואדי די פארטייאישע צייטונגען זיכער נישט טאר מען זיי נישט לייענען דארטן אפי' די קעפלעך אויך נישט.

ווי אויך זיך פירן אביסל מיט פרישות נישט נאכגיין לוקסוס און אלע תאוות, ווי צום ביישפיל, ר' אביגדור האט וועגן דעם געגעסן נאר ''טשיקן'' א גאנץ לעבן אויף ''סאפער'' כדי זיך צו צווינגן צו טראכטן ווי גוט דאס איז. ער האט געטרונקן וואסער אייביג נישט קיין סאדע און נישט קיין קאווע קיינמאל. מען דארף אויפבלאזן און זיך קאכן ווילד עטוזיאסטיש אין די קליינטישע ''מאנדעין'' הנאות וואס מ'האט אויף די וועלט, אזוי ארום וועט מען נישט גלוסטן אנדערע הנאות וואס מ'האט נישט.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ל''ח: אנעמען קריטיק זיך צו פארבעסערן אפילו יענע זאגן דאס סתם לקנטר צו טשעפן

1751559430886.png


ר' אביגדור האט שטארק געהאלטן פון קריטיק, ער האט געלאזט פרעגן 15 מינוט קשיות צום סוף פון זיין שיעור, קיינעם נישט ארויסגעווארפן פון דארטן, נישט פאר קיין ציונות; נישט פאר קיין אפיקורסות; נישט פאר קיין תועבה; און נישט פאר קיין ליצנות!

אמת, ער האט צוריקגענטפערט אסאך מאל זייער שארף! אבער אן שארפקייט וועלן טועים חוטאים ומחטיאים קיינמאל נישט תשובה טאן!

ר' אביגדור האט אמאל געשיקט א מנין אידן איבערבעטן א רב, אויף זיין פרישן קבר, ווען יענער איז געשטארבן, נאכ'ן האבן בחייו, אן הלכה'ישע חילוקי דעות מיט אים איבער א כשרות פון א מקוה טהרה פאר נשים, וואס ר' אביגדור האט יענעם פארשעמט, דורך מוחה זיין קעגן אים, פאר'ן נוצן פארשידענע קולות, וואס לויט ר' אביגדור, איז דאס געווען קעגן די הלכה.

אסאך מאל מוז מיר נוצן שארפע רייד, אבער מיר טארן דאס נישט לאזן בלייבן שטיין אינעם פובליק רעקארד, מיר מוזן איבערבעטן דעם מענטש, קעגן וועמען מיר האבן זיך אויסגעדרוקט, מיט זילזול אים צו פארשטילן אדער מאכן תשובה טאן.

ר' אביגדור פלעגט טייטשן דעם פסוק תהלים, 'ותבט עיני בשורי בקמים עלי מרעים תשמענה אזני', אז ווען א חבר פליקט דיך אריין, אדער די ווייב זאגט דיר ווער דו ביסט, אדער אז דער בעל הבית רבי אדער קנאי עסקן זאגט דיר ווי נידעריג דו ביסט, וכו' - דאן זאלסטו נישט ענטפערן, שנעל און ווילד, נאר אריינאטעמען טיעף, מיט אן הכנעה'דיגע וענווה'דיגע 'שמייכעל', נישט א ביטערע ''סמוירק'' נאר טראכט אריין ארויסצונעמען די איין פינטל אמת, די איין פראצענט אמת, די איין ברעקל אמת, פון זייערע ווערטער. אפילו זיי זאגן דאס סתם אזוי, אדער פאר ניצחון גאר, אדער צו פארדעקן זייערע אייגענע חטאים, וואס איז פיהל מער און גרעסער ווי דיינע; זיי זיי אבער מכיר טובה אז זיי האבן דיר געמאכט טראכטן איבער דיר אליינס זיך צו טוישן צום גוטן.

ווייל אין אמת'ן אריין, מוזן מיר אליינס טראכטן א גאנצן טאג, וואס מיר זענען שלעכט, וואס מיר דארפן זיך טוישן. אבער מיר האבן דאך נישט אזויפיל שכל זיך צו קענען אליינס איינזעהן די אייגענע פראבלעמן ווייל 'אדם קרוב אצל עצמו'. אבער יעדער מענטש מוז מאכן א 'חשבון הנפש' ווי ער האלט אויף די וועלט כסדר! דאס זאגט ר' אביגדור איז אונזער 'שירה', אז מיר שרייבן זיך אפ די געזאנג צום אייבערשטן כסדר, קבלות טובות וואס מיר גייען זיך פארעכטן די אייגענע מידות, מכוח הכרת הטוב פון שער הבחינה, אז דער אייבערשטער געט אינז אזויפיל גוטס אויף די וועלט, מילא מוזן מיר ווערן בעסערע מענטשן.

איז דאס איז פשט וואס דוד המלך האט געזינגן; 'ותבט עיני בשורי', איך נעם אפיר מיין אייגענער פנקס, פון קריטישע חשבון הנפש געזאנג, און איך גיי דורך אלע זאכן, וואס איך ווייס אליינס, אז איך דארף דאס פארעכטן, זייער שטארקע מידות מגונות אין מיין אייגן לעבן.

איך קוק אריין דערין, אין דעם טאג-בוך פון מיין ''פאועטרי'', וואס איך האב מיך נאך פארשריבן פון אלץ קינד ווייז אן, 'יודע צדיק נפש בהמתו', ווייס איך פונקטליך ווי שלעכט איך בין, ווייל מיין מאמע האט מיר שוין געזאגט, וואס מיין ווייב זאגט מיר איצט, מיין טאטע האט מיר שוין געזאגט וואס מיין ''באס'' זאגט מיר איצט, - ווען איך בין נאך געווען א קליין קינד שוין.

אבער איצט בליק איך צוריק צו זייער קריטיק, און נעם דאס צום הארצן נאכאמאל! ווען? - 'בקמים עלי מרעים', ווען די ''באס''; חבר; שונא; ווייב; און רבי קריטיקירן מיך איצט נאכאמאל, סתם פאר אומפארגינערשקייט, וואס זיי זענען ''זשעלעס'' אויף מיר. - אבער א ביסל אמת ליגט פארט יא אין זייערע קריטיק.

בעט איך דיר הקב''ה, אז 'תשמענה אזני', מיין אויער זאל דאס נישט איצט נאר הערן ''דעפענסיוולי'', נאר 'דערהערן', דהיינו, ''אפענסיוולי'', דאס אויסצונצן טאקע, אויף להבא, צו ווערן א בעסערע מענטש, אויף ווייטער.

*

1751592081540.png

קריסטאפער היטשענס האט שטענדיג געטרונקן משקה און גערייכערט ממש ווי א לובאוויטשער איזראעלי...

דער קאנסערוואטיווער גוי, 'קריסטאפער היטשענס', האט גערייכערט און געשאשקעט משקה ווי אין 770, א גאנץ לעבן, און איז אוועק אינג ליידער, ער האט געשריבן זיין לעצטער בוך פון שפיטאל בעט, מיט'ן נאמען Mortality, ווען ער האט שוין נישט געקענט מער רעדן, נאר שרייבן.

היטשענס פלעגט זיין אויף טעלעוויזיע זייער אסאך, כמעט יעדער נאכט אויף פאקס נייעס און אנדערע סטאנציעס, בעיקר פראפאגאנדירן קעגן ליבעראלן, ער איז נישט געווען ווי די היינטיגע פאנאטישע ווילדע פארטייאישע טראמפיסטן שווענץ, ווי זשאן הענעטי; מארק לעווין; און בען שפירא וכו'. נאר קריסטאפער געהאט א געוואלדיגער ''סענס אפ הומאר'', א בריטישער ''עקסענט'' און א גאר געשמאקער וועג פון פארברענגן, וואס ס'האט זיך געגאסן פון אים דברי חכמה, כאטש ער איז געווען א קאנסערוואטיוו, האט מען פשוט גע'שמייכעל'ט ווען ער האט זיך געפענט זיין שארף פיסק, און קלוגער קאפ.

כ'דענק ביי זיין גסיסה, האט זיך די וועלט איבערגעקערט, אלע טאבלויטען האבן באריכטעט אז ער לעבט נאך טראץ זיין פובליק גסיסה... מ'האט באריכטעט זיינע ליידן כסדר אויף די נייעס אין אלע טאלק-שויס, די דעמאלטסדיגע פאדקעסטס, אלע האבן אים ליב געהאט, אפי' די גרעסטע ליבעראלן, ער איז געווען באפריינדעט מיט יעדן איינעם אין די מידיע. געדענק איך דאן, זיין לעצטער טעמע איז געווען איבער דעם שלאג-ווארט פון וואס די וועלט זאגט, בטעות'דיג, לויט היטשענס; whatever doesn't kill you; only makes you stronger - האט היטשענס געטענה'ט, בדרך צחות, קוק אן מיך איך בין נאך נישט געשטארבן, און איך בין נישט שטערקער, נאר שוואכער... ער האט נעבעך געליטן מוראדיג זייער אסך יסורים, פון זיין עסאפאגעס קענסער, וואס דאס איז די וושט, פון אזויפיל רייכערן און שאשקענען זיין גאנץ לעבן...!

אבער די ''סעיאיניג'' אז יא אמת, אויב מען פירט זיך נישט ווי 'קריסטאפער היטשענס', דהיינו, מען ''קוויעט'' יא רייכערן און מען ''קוויעט'' יא אלקאהאל ווערט מען יא שטערקער, און מ'שטארבט נישט ווי אים פריצייטיג, אין אזא מיתה משונה ל''ע. קריסטאפער האט זיך נישט געוואלט טוישן אין לעבן, ווען ער האט געהערט קריטיק, דערפאר איז ער נישט געווארן שטערקער, נאר געשטארבן.

*

''לייף איז עי ווארק אין פראגרעס''; אבער ווי די בעל חובת הלבבות זאגט אז א מענטש קען נישט זיין א עומד, מיר זענען אדער יורדים אדער עולים. אז מיר ווערן נישט היינט א בעסערע מענטש, זאלט איר וויסן, אז ''ביי דיפאלט'', זענען מיר ליידער געווארן ערגער ה''י!

נעמט אן קריטיק פון יעדן איינעם; ווייל אין יעדע קריטיק ליגט א קערנדל אמת אויך!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top