שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 355
- רעאקציע ראטע
- 1,228
- פונקטן
- 213
חלק כ''ה: תלמידו הגדול הרב הגאון החסיד רבי אברהם שלמה יאבא שליט''א לרפואה שלימה!אינטערעסאנט, דער רחום וחנון, טוב ומטיב לכל
דאכצעך מיר אז דעם סידור האט רבי אביגדור אליין נישט זיין משפחה, געשאנקן פאר הרב יאווא וואס האט זיך שטענדיג משתתף געווען אין זיינע שיעורים און איז געווען גאר נאענט מיט רבי אביגדור
הרב אברהם שלמה יאבא פארלאנגט זיך א באזונדערע קאפיטל, איך וועל דאס פרובירן אביסל אים צו באשרייבן בדרך כבוד, לפי כבודו הרמה פון דעם גרויסן גאון.
אסאך אידן יראים ושלמים גאר חשובע רבנים ובעלי בתים פלעגן קומען רעגלמעסיג צו ר' אביגדור, רוב האבן מיר שוין פריערט דערמאנט, אבער געציילטע האבן מיר אויסגעלאזט, ווי הרב שטאלצבערג קודם פון לאנדאן דערנאך אין בארא פארק. הרה''ח רבי שלמה אליעזר געלבמאן ז''ל, פון ווילאמסבורג וואס ער האט אפגעשטיפט זיין דיאגנאז פון קענסער פאר פערציג יאר ביז פאראיאר וואס ער איז ליידער נפטר געווארן. ער איז ר' שלמה יענקל געלבמאן'ס קאזין אבער פונקט פארקערט גאר א שטילער איד געווען. ר' שלמה אליעזר פלעגט שלעפן דעם איש החסד פון וויליאמסבורג ר' אברהמעלע זילבערשטיין שליט''א, בן הגאון החסיד דער פוילישער סאטמערער חסיד הגאון הצדיק רבי נתן דוד זילבערשטיין אבד''ק שערי תורה זצ''ל, ר' אברהם איז א ריכטיגיער, אמת'ער ארגינעלער, תלמיד רבינו הקדוש מסאטמאר דער בעל ויוא' משה זי''ע א פייערדיגער סאטמאר חסיד, וואס צוליב זיין שטארקע קנאות, האט ער געהאלטן אז ר' אביגדור איז נישט גענוג קנאות'דיג כלפי ציונות... אבער ר' אברהם פלעגט אונז אייביג זאגן, אז ער הערט אויס ר' אביגדור וויייל דאס איז זיין ''טיילענאל''...!
אבער ר' אברהם שלמה יאבא איז נישט נאר געגאנגען צו ר' אביגדור נאר געקערט א וועלט איבער ר' אביגדור דהיינו מפרסם געווען זיינע תורות, אין 'בלאט' פון די אהרונים, און בכלל איבער די וועלט דורך זיינע שיעורים. וואס ר' אברהם שלמה אליינס געבט אנליין, און פלעגט געבן אין זיין בית המדרש.
ר' אברהם שלמה יאבא האט געפענט דעם שוהל 'נטעי אביגדור' על שמו וזכרו פון ר' אביגדור אין וויליאמסבורג, ראטלידזש קארנער בעדפארד, קעגן איבער לימנוב, עס האט אויך געהייסן 'לעמבערג'; דארטן האט מען נישט געטארט רעדן ביים דאווענען.
אין דעם בילד קוקט ר' אברהם שלמה יאבא אויס גענוי ווי ר' חיים שניצלער זיין חבר.
ר' אברהם שלמה יאבא איז א שוואגער און פעטער פאר'ן זאלי נגיד ר' משה יוא' מזרחי, טאקע ר' משה יוא' אליינס, פלעגט אויך זיין א שטענדיגער אנוועזענדער ביי ר' אביגדור'ס שיעורים, ער פלעגט קומען מיט זיין גרויסן שווארצן סובארבן און אויך מיטנעמען אינגעלייט פון וויליאמסבורג יעדער וואך.
ר' אברהם שלמה'ס זוהן דער בכור איז דער פאדקעסטער נחי יאבא, וואס האט לעצטענס געפאוסט א בילד מיט ר' אברהם שלמה זיין טאטע אין שפיטאל, ווען ר' אברהם שלמה דארף איצט א רפואה שלימה, האבנדיג 'פענקריעטיק' קענסער ל''ע.
ר' אברהם שלמה האט טאקע דעם זייער פאפולערער גמרא שיעור על דרך ר' אביגדור. דהיינו בקיאות שנעל פשוט קורץ און שארף דעם דף, וואס דאס וועט אוודאי מגין זיין אויף אים אז ער זאל האבן א שנעלער גענצליכער היילונג, אמן כן יהי רצון!
Kol Halashon
הרב אברהם שלמה יאבא זייענדיג א תלמוד חכם אדיר און גאר א קלוגער ענערזשעטיגער אינגערמאן, איז געווען דער גרעסטער פרעגער ביי ר' אביגדור'ס שיעורים, בכלל איז ער נישט בלויז געווען ביי יעדן איינציגן שיעור אן א הפסק, נאר געזעצן נעבן ר' אביגדור, און גאר אנגעדרייט די מצב דארטן. דהיינו, ביי אים אין קאר פלעגן זיך אריין קוועטשן נאך אידן פון וויליאמסבורג, ווי ר' חיים שניצלער און אנדערע, און זיי פלעגן פרעגן די קאנטראווערסיאלע שאלות בעיקר סוף שיעור יעדער וואך ס'זאל זיין צייטלעך קאנטרעווערסיא'ל ציענד און אינטערסאנט.
אבער כפי זכרוני איז דאס יא ר' חיים שניצלער וואס האט באדינט ר' אביגדור די לעצטע צייט אין שפיטאל, ווען ר' אביגדור איז נפטר געווארן. און די סידור האט היינט צו טאגס ר' חיים; קען זיין ר' אברהם שלמה האט אים דאס געגעבן, - איך ווייס נישט. מ'דארף וויסן אז זיי, די ביידע, פלעגן גיין אייביג צוזאמען; יאבא מיט שניצלער זענען געווען ווי ברודער, די זעלבע עידזש, און אויסגעקוקט די זעלבע, חברים פון מאנדרוי ישיבה. מילא זענט איר מעגליך גערעכט אז ר' אברהם שלמה איז אויך געווען אין שפיטאל די לעצטע טעג פון ר' אביגדור'ן אים צו באדינען.
בכלל דארף מען וויסן, אז ר' אברהם שלמה איז אדורך זייער א שווערע איגענט אין סאטמאר וויליאמסבורג, ווי מ'האט אים גערודפ'ט זייענדיג א ספרדישער ארגענטינער אינגל, אבער ער האט זיך ארויפגעדראפעוועט אויפ'ן לייטער פון אונזער געזעלשאפט גאר שטארק, ער איז אנגעקומען צו זיין גאר א חשובער אינגערמאן אין וויליאמסבורג לערנדיג אין סאטמאר.
***
אט איז א באשרייבונג אויף ר' אברהם שלמה שליט''א אין משפחה מאגאזין. איך קען דאס נישט לייענען ווייל איך בין נישט קיין פעיד סובסקרייבער עס איז אינטער א ''פעי וואהל''. אויב איינער צאלט זיי צו לייענען וואלט איך מכיר טובה געווען אז מ'שיקט מיר צו דעם גאנצן ארטיקל אין אישי, איך זאל קענען פארעכטן דעם פאוסט איבער ר' אברהם שלמה. א יישר כוח למפרע!
Rav Avigdor’s Unlikely Chassidim - Mishpacha Magazine
לעצט רעדאגירט: